בלאט 1 פון 4
אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס - מו
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 5:20 am
דורך Lesser
רבותי חברים, ידידים, און וואס נישט.
כ'האב מיר לעצטענס אריבערגעצויגען קיין לינדען פון די באוויסטע בארא פארק המעטירה, נע וואס זאל איך זאגן, די מקום גלייכט מיר אין איך גלייך עס צירוק.
שיין, רוהיג, שטיל. און העולה על כולם, ס'נאך ביליג אויך.
שיין - חוץ פון די גראז (וואס מען מיז לעגאל שניידען), אין בכלל די עקסטרעם ריינקייט פון שטאט (מיט די פולע הלכות מיסט וואס מען וועט נאך ברייט אויסשמועסן). איז די לעבן א שענערע, מ'לעבט מיט די בני בית אין משפחה, מ'פארברענג מער וכדומה.
רוהיג אין שטיל - קומט אין פילט עס אויף די אייגענע ביינער, די רוהיגקייט פילט זיך אין די ליפט, א ווינטל בלאזט, קיינער פייפט נישט, אין די נערוועזקייט טריגערט אויך נישט.
ביליג אויך - איך בעט אייך אטאקירט מיר נישט, לאזט מיר קומען צום ווארט, יא, איך פארשטיי, ס'שוין נישט אזוי ביליג, אבער מודה זיין איר מוזט אז פאר די פרייז וועט איר אין ערגעטץ נישט טרעפן דאס גלייכן. נו אבער די טעקסעס שרייען דאך גאר הויעך, יא גערעכט זענט איר (מ'וועט דאס אויך אויסשמועסן בקרוב), אבער מיט דעם אלעמען איז עס גאר א גוטע ישוב.
והא ראיה, קוקט אויף די סוקסעס, נאר אפאר יאר אלט, אין פארמאגט בתי מדרשים, ישיבות, תלמוד תורה, בית חינוך לבנות, ועוד.
איך האב הנאה מיטצוטיילען מיט אייך מיין עקספעריענס, לייגט פאר אייער שאלות אין איך וועל פראבירן צו שרייבן, אבער לאזט מיר נישט אליינס, אז איינער מביניכם קען אויך שרייבן, שרייבט אוועק, אין איך וועל הנאה האבן צו ליינען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 7:46 am
דורך ליב צו וויסן
תתחדש, זאל זיין א גוטער ישוב!
ווי גרויס זענען די הייזער?
וויאזוי לויפן די פרייזן?
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 7:58 am
דורך קורקלענד
וואס דעפינירט סוקסעס?
Re: אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 9:34 am
דורך אמת וצדק
לינדען איז זייער א שיינע פלאץ, אסאך הייזער זענען נישט צו גרויס און מען וועט דארפען איין טאג צובויען, אבער מען קען טרעפן גרעסערע הייזער אויך.
עס פארמאגט נאך נישט א נוטראלע שוהל און אויך נישט קיין גראסערי, אבער ביידע גייען לכאורה קומען בקרוב, אזוי אויך איז דאס פלאץ פאר א מער חסידישע עולם לדוגמא א טאטע וואס רעדט ענגליש צו זיין זוהן וועט נישט געפינען דאס פלאץ דארט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:10 am
דורך Lesser
ליב צו וויסן האט געשריבן:תתחדש, זאל זיין א גוטער ישוב!
ווי גרויס זענען די הייזער?
וויאזוי לויפן די פרייזן?
יישר כח, אמן ואמן
די הייזער פארן גאר אינטערסאנט, אין געבט פיל צו צום כאראקטער פונעם שטאט.
עס זענען דא די טיפיקעל לינדענע הייזערלעך וואס לויפן מיט 3 בעדראמס, 2 בתי כבוד מיט א דיינינג ראם, ליווינג ראם, מיט א בעיסמענטוואס האט נאך צימערן וואס קענען גענוצט ווערן פאר יעדער ווי ער וויל.
דערנאך זענען דא די ביסל גרעסערע הייזער וואס האבן פיר שלאף צימערן לכתחילה, מיט 3 ביהכ"ס ועוד.
אחרון חביב זענען פארהאן גאר גרויסע (אין טייל פון זיי נייע קאנסטראקשענס) וואס אינהאלטן 5 אדער 6 צימערן.
מיט יעדע הויז קומט א גרויסע בעקיארד, די והותר.
מיט דיין דירעלע קומט אויך צו א שיינע דרייוועי אין א גארטן.
לגבי פרייזען, ליידער ווי איבעראל יעצט, צוליב די דימענד פאר הייזער, זעזען פרייזן ארויף (עס איז דא א וועד אין לינדען וועלכע פראבירן צו מאכן זיכער אז יודן זאלען חלילה נישט זיין די גורמים פאר די פרייז העכערונג) אין פרייזן לויפן יעצט בערך 375k צו 400k פאר די קליינע, 500k פאר די מיטעלע און העכער אדער נאך העכער פאר די גאר גרויסע.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:11 am
דורך Lesser
קורקלענד האט געשריבן:וואס דעפינירט סוקסעס?
איך קען דען דאס אליינס אפמאכן, איך זאג וואס איך זעה.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:13 am
דורך Lesser
אמת וצדק האט געשריבן:לינדען איז זייער א שיינע פלאץ, אסאך הייזער זענען נישט צו גרויס און מען וועט דארפען איין טאג צובויען, אבער מען קען טרעפן גרעסערע הייזער אויך.
עס פארמאגט נאך נישט א נוטראלע שוהל און אויך נישט קיין גראסערי, אבער ביידע גייען לכאורה קומען בקרוב, אזוי אויך איז דאס פלאץ פאר א מער חסידישע עולם לדוגמא א טאטע וואס רעדט ענגליש צו זיין זוהן וועט נישט געפינען דאס פלאץ דארט.
יישר כח פארן מזביר זיין אזוי שיין, עס האט זיך איטצער געפענט א ביהמ"ד אויף די ספרינגפיעלד גאס וואס באלאנגט נישט צו קיין שום קהילה אדער חסידות.
אויך וויל איך מבשר זיין אז די גראסערי עפענט זיך אי"ה אין די קומענדיגע חודש.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:34 am
דורך יואליש
בנוגע הויכע פראפערטי טעקסעס איז גיט צו נעמען אין חשבון אז כלפי ניו יארק סיטי שפארט מען זיך די סיטי'ס אינקאם טעקסעס, ווי אויך א קליין ביסעל סטעיט אינקאם טעקסעס ווי ניו דזשערסי איז אביסעל נידריגער פון ניו יארק, און אויך שפארט מען זיך סעילס טעקס וועלכע איז איז ביליגער אין ניו דזשורסי.
אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס - מו
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 11:09 am
דורך אמת וצדק
יישר כוח @לעיסער פארן אויפמאכן דעם אשכול.
ווער האט אויפגעמאכט די שוהל אויף ספרינגפיעלד?
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 3:47 pm
דורך הוגה
[justify]חוץ פון די ביליגערע הייזער קומט אויך צו די בחינם'דיגע שכר לימוד צוליב דעם וואס יענע געגנט האט וואוטשערס. לויט ווי איך פארשטיי (כ'בין נישט זיכער) איז א יעדער איינער בארעכטיגט דערצו אפגעזעהן וויפיל געלט מען פארדינט.
אויך איז וויכטיג צו וויסן אז דער עולם דארט זענען געשמאק און פיין אבער אויך פון די "פרומערע" טיפ. נישט יעדער וועט זיך דארט טרעפן דאס פלאץ.
אלענפאלס, לינדען איז א מוצלח'דיגע היימישע יישוב. טראץ אירע גרויסע מעלות איז זי נאכאלץ נאנט צו די גרויסע היימישע יישובים. מען דארף נישט מופן קיין טעמפע, קאסא גראנדע אדער גוואטעמאלע צו לעבן א באקוועמע רואיגע לעבן.
.[/justify]
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 5:18 pm
דורך קורקלענד
.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 6:12 pm
דורך נײגעריגער
יעדע נייע ישוב איז באַגריסנװערד.
הכל מודים אז ס'צייט זיך אויסצושפּרייטן און דער עולם זאל האבן מער אויסװאַלן װאו צו אָטעמען מיט מער מנוחת הנפש.
כ'בין אינטערעסירט אין די נומערן, װיפל משפּחות װאוינען שוין דארט לע"ע?
װי גרינג איז צו קומען אין שטאָדט מיט פּובליק טראַנספּאָרטאַציע (בּאַן\באָס)?
װאס זענען די באַציאונגען מיט די נישט-אידישע באַהערדע און שכנים?
אַפּאָר בילדער פון די געגנט װאלט נישט געשאַדט
פאָן פאַקט: אין די 2000 צענזוס האבן אַכצן פּראָצענט באריכטעט צו זיין אָפּשטאַמיג פון פּוילן. דער אָרטיגער פארטרעטער אין קאָנגרעס, טאַם מאַלינאָװסקי, איז אפי' געבוירן אין Słupsk
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 8:24 pm
דורך ליב צו וויסן
הוגה האט געשריבן:[justify]אויך איז וויכטיג צו וויסן אז דער עולם דארט זענען געשמאק און פיין אבער אויך פון די "פרומערע" טיפ. נישט יעדער וועט זיך דארט טרעפן דאס פלאץ.
.[/justify]
אז קאווע שטיבל האט דארט א קאראספאנדאנט שטייען מיר גוט..
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 8:33 pm
דורך קורקלענד
קאווע שטיבל מעמבער'ס זענען גראדע פון די פרומערע טיפּ.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 9:34 pm
דורך סעגאל
קורקלענד האט געשריבן:קאווע שטיבל מעמבער'ס זענען גראדע פון די פרומערע טיפּ.
זיכער אזוי!
זעסט דאך אז lesser@ וואוינט דארט אין שרייבט אויף קאווע שטיבל.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:05 pm
דורך Lesser
אמת וצדק האט געשריבן:יישר כוח @לעיסער פארן אויפמאכן דעם אשכול.
ווער האט אויפגעמאכט די שוהל אויף ספרינגפיעלד?
די שול האט גע'עפנט א יוד וואס הייסט הערשקאוויטש.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:09 pm
דורך Lesser
הוגה האט געשריבן:[justify]חוץ פון די ביליגערע הייזער קומט אויך צו די בחינם'דיגע שכר לימוד צוליב דעם וואס יענע געגנט האט וואוטשערס. לויט ווי איך פארשטיי (כ'בין נישט זיכער) איז א יעדער איינער בארעכטיגט דערצו אפגעזעהן וויפיל געלט מען פארדינט.
אויך איז וויכטיג צו וויסן אז דער עולם דארט זענען געשמאק און פיין אבער אויך פון די "פרומערע" טיפ. נישט יעדער וועט זיך דארט טרעפן דאס פלאץ.
אלענפאלס, לינדען איז א מוצלח'דיגע היימישע יישוב. טראץ אירע גרויסע מעלות איז זי נאכאלץ נאנט צו די גרויסע היימישע יישובים. מען דארף נישט מופן קיין טעמפע, קאסא גראנדע אדער גוואטעמאלע צו לעבן א באקוועמע רואיגע לעבן.
.[/justify]
וועגן די שכר לימוד ווייס איך נישט, איך שיק נאכנישט מיין קינדער אהין, אבער איבער דאס וואס די רעדסט וועגן פרומע חברה, האלט איך איז אביסל אומריכטיג, איך גיי נישט קיין רעקל דורכאויס די טאג, פיאות געדרייט מיט דיפיטי-דא, אין מען טרעפט זיך די מקום.
אינטערסאנט איז, אז אפילו די גאר פרומע, זענען פון די טיפ וואס האבן הנאה צו שמועסן מיט די אפענע קעפ , עס איז אינטערסאנט צו זעהן.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:19 pm
דורך Lesser
נײגעריגער האט געשריבן:יעדע נייע ישוב איז באַגריסנװערד.
הכל מודים אז ס'צייט זיך אויסצושפּרייטן און דער עולם זאל האבן מער אויסװאַלן װאו צו אָטעמען מיט מער מנוחת הנפש.
כ'בין אינטערעסירט אין די נומערן, װיפל משפּחות װאוינען שוין דארט לע"ע?
װי גרינג איז צו קומען אין שטאָדט מיט פּובליק טראַנספּאָרטאַציע (בּאַן\באָס)?
װאס זענען די באַציאונגען מיט די נישט-אידישע באַהערדע און שכנים?
אַפּאָר בילדער פון די געגנט װאלט נישט געשאַדט
פאָן פאַקט: אין די 2000 צענזוס האבן אַכצן פּראָצענט באריכטעט צו זיין אָפּשטאַמיג פון פּוילן. דער אָרטיגער פארטרעטער אין קאָנגרעס, טאַם מאַלינאָװסקי, איז אפי' געבוירן אין Słupsk
די שטאט פארמאגט א מאדערנע קהלה וואס פארופט זיך קהל אנשי חסד אינטער די פירערשאפט פון הרב העס, זיי האבן א ערך פון 50-70 משפחות נאך פון פאר די היימישע עולם האט זיך אין לינדען פארליבט.
די היימישע ציבור האט שוין 175 משפחות וואס וואוינען דארט, אין 240 הייזער וואס זענען פארקויפט געווארן (טייל יונגעלייט נעמט עס צייט אריינצומאפען, צו וועגן קאנסטראקשען אדער סיי וואס).
רוב ציבור העובדים בברוקלין פארן מיט די קארס (עס קאסט טאללס א שיינע פאר טאללער) וואס נעמט 35 מינוט אדער 45 צו 50 מינוט מיט טראפיק, מאנהעטענער'ס נעמען די באן פאר 6 גראשן אין א באקוועמע צוויי שטאקעדיגע וואגאן וואס נעמט א האלבע שעה.
לגבי די שכנים, מיין פערזענליכע עקפעריענס קען איך זאגן אז מיינע שכנים האבן מיר אביסל צו ליב, זיי זארגן זיך כסדר אין שמועסן אביסל צו סאך (קומענדיג פון ברוקלין איז דאס גאר ניי צו מיר). אבער רוב גויים וואס אפילו עשיו שונא ליעקב, זוכען א רוהיגע לעבן אין וועלן נישט באדערען קיינעם.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:19 pm
דורך Lesser
ליב צו וויסן האט געשריבן:הוגה האט געשריבן:[justify]אויך איז וויכטיג צו וויסן אז דער עולם דארט זענען געשמאק און פיין אבער אויך פון די "פרומערע" טיפ. נישט יעדער וועט זיך דארט טרעפן דאס פלאץ.
.[/justify]
ייישר כוח
אז קאווע שטיבל האט דארט א קאראספאנדאנט שטייען מיר גוט..
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:20 pm
דורך Lesser
קורקלענד האט געשריבן:קאווע שטיבל מעמבער'ס זענען גראדע פון די פרומערע טיפּ.
האב איך דאס נישט געוויסט, נו מ'לערנט זיך צו.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:22 pm
דורך קורקלענד
Lesser האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:קאווע שטיבל מעמבער'ס זענען גראדע פון די פרומערע טיפּ.
האב איך דאס נישט געוויסט, נו מ'לערנט זיך צו.
דיפּיטידאָ איז זיכער נישט אין סטייל ביי די קאווע שטיבל מיטגלידער.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 10:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די קעפל פונעם אשכול איז אפגעהאקט ווייל ס׳געווען צופיל ווערטער, כ׳בין געפערליך נייגעריג וואס די גאנצע קעפל האט געדארפט צו זיין.
נשלח: דאנערשטאג מאי 13, 2021 11:23 pm
דורך Lesser
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די קעפל פונעם אשכול איז אפגעהאקט ווייל ס׳געווען צופיל ווערטער, כ׳בין געפערליך נייגעריג וואס די גאנצע קעפל האט געדארפט צו זיין.
אלעס איבער לינדען ניו דזערזי - נייעס - שמועסן - דעבאטעס - מודעות, ועוד.