וואס די אהבת ישראל קען אויסלערנען די היינטיגע רבנים

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

וואס די אהבת ישראל קען אויסלערנען די היינטיגע רבנים

שליחה דורך שבת אחים »

די וואך איז געוועהן די יארצייט פון די סב”ק די אהבת ישראל. איך האב געוואלט שרייבן א לענגערע ארטיקל וואס די היינטיגע חסידישע רבנים וואס א גרויס חלק פון זיי זענען זיינע אייניקלעך וואלטן זיך געקענט אפלערנען פון זיין דרך אין עבודת ה’. איך בין נישטא צורעדן וועגן זיין גרויסקייט ווייל למעשה איז נישטא קיין גרויסע audience פאר דעם אויף ק”ש. איך וויל ארויסברענגען פארוואס איך בין יא א גרויסע חסיד פון אים און נישט קיין גרויסע חסיד פון די היינטיגע רביס. און וואס איך האלט אז זיי וואלטן זיך געמעגט אפלערנען פון א “אמתע רבי”...

בקיצור נמרץ וועל איך שרייבן וואס די היינטיגער רבנים בתוכם וואס אסאך פון זיי שרייען אז זיי טוהן ממש אלעס נאך די זיידעס און רירן זיך נישט אוועק פון די מסורה,

אבער למעשה טוהן זיי פארקערט!

לימודי חול

די חוקרים וואס האבן שטודירט חסידות בתוכם די לינק וואס כהאב געבערענגט אין די אנדערע אשכול פון הרב ד”ר מנחם מנדל ברייאר (די פאטער פון די היינטיגע בויאנער רבי) שרייבן אז די אהבת ישראל האט געוואלט אז מ׳זאל אין זיינע ישיבות לערנען א האלבע טאג “לימודי חול”!!!
און ער האט געהאלטן אז אזוי איז עס אויסגעהאלטן ע”פ תורה און ע”פ חז”ל אז מ׳דארף אויסלערנען א פאך פאר די קינדער אז זיי זאלן קענען האבן פרנסה.

די סערטער רבי האט געארבעט מיט ערליכע פראפעסארן זאלן קומען אין וויזניץ לערנען מאטעמאטיקס און לימודי חול. למעשה האט די אהבת ישראל שפעטער געטוישט זיין מיינוג אז מזאל לערנען אזויפיל שעות לימודי חול. ווייל ליידער איז נישט געוועהן כמעט קיין מעגליכקייט מיט די דעמאלטסדיגע שוואכע עקאנאמיע אין א דריטע וועלט לאנד ווי רומעניע. און סאיז נישט געוועהן קיין שום פּאטענציעל צו מאכן פרנסה אין יענע צייטן אפילו מאיז געוועהן הויך געבילדעט. ער האט נאכאלץ געהאלטן אז מ׳דארף לערנען לימודי חול אפאר שעה- פאר די ישיבה בחורים (נישט נאר די קינדער).

היינטיגע צייטן וואוינען מיר אין א פעטע לאנד מיט אסאך פּאטענציעל צו מאכן פרנסה אויב מאיז געבילדעט. וואלט די אהבת ישראל זיכער געוועהן קעגן די היינטיגע רבנים וואס באקעמעפן אז מזאל געבן די קינדער א חינוך אן קיין נארמאלע עדיוקעישאן וואס איז נישט אויסגעהאלטן ע”פ תורה לויט די אהבת ישראל.

חסידות איז נישט קיין ביזנעס- ווארף זיך נישט מיט קיין מענטשען!

חסידות מיינט פארשפרייטן תורה, חסד, און אהבת ישראל, טוהן גוטס פאר איינעם דעם צווייטן, קיינעם נישט דן זיין. די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער האבן אריינגענומען יעדען איד וואס האט געוואלט לערנען תורה אין זייערע ישיבות. נישט קיין חילוק פון וועלכע שטוב ער קומט, וויאזוי ער גייט אנגעטוהן. יעדער איז געוועהן וועלקאום אויב האסטו געהאלטן ביים לערנען. סאיז נישט אפילו איינגעפאלן די אהבת ישראל מיט זיינע קינדער צו מאכן
סעלעקציעס וועמען זיי גייען אריינעמען און וועמען נישט! אין וויסטען חלום האט ער זיך נישט פארגעשטעלט אז זיינע אייגענע אייניקלעך גייען זיך קלויבן וועמען ס’לוינט זיך אריינצונעמען אין ישיבה לערנען תורה און וועמען נישט!

זיי מקרב די שוואכע און ארימע
די אהבת ישראל האט מקרב געוועהן און ארויסגעוויזן ליבשאפט דוקא פאר די שוואכע, ארימע, קראנקע. דוקא געקושט מענטשען וואס זענען געוועהן אנגעשטעקט מיט טיפוס רח”ל. די אידן וואס האבן קוים געקענט אלף בית זענען געוועהן ביי אים פונקט אזוי חשוב ווי די מזרח וואנט אידן!

לעבן נישט קיין שוואוילטאג אויף יענעמס חשבון

די אהבת ישראל איז געוועהן די גרעסטע רבי אין רומעניע מיט די מערסטע חסידים. אזוי ווייט אז אלע חוקרים שרייבן אז וויזניץ אין רומעניע האט איבערגעשטיגן אלע אנדערע חסידות צוזאמען בתוכם סיגוט, ספינקא, דאלינע וכו׳

צווישן די צענדליגער טויזענטער וויזניצער חסידים איז געוועהן אסאך גרויסע נגידים וואס האבן אויסגעהאלטן די אהבת ישראל.

די אהבת ישראל האט געלעבט א פשוטע לעבן. קיינמאל נישט אויסגעגעבן פאר זיך קיין איין איבריגע פרוטה.
ער האט געקארגט אויף די עלקטעריק אין זיין הויז. ער איז ממש געזיצן אין די טונקעל. (מהאי טעמא פלעגט די תורת מרדכי אויך זיצן אינדערהיים אין טונקל, און בייטאג האט ער כמעט נישט אנגעצינדן די לעקטער)

די תורת מרכי פארציילט אז אין גרויסווארדיין איז געוועהן א שטיקל מהלך פון די שול ביז די הויז פון די אהבת ישראל, מהאט געדארפט דורכגיין א חצר. און סאיז געוועהן דארט ממש חושך. איינמאל איז די אהבת ישראל’ס ברודער די בארשער רבי זצ”ל געוועהן א גאסט ביי די אהבת ישראל און אויפן וועג אהיים האט ער געפרעגט זיין ברודער די אהבת ישראל “פארוואס איז אזוי פינסטער דא?” זינט דאן האט די אהבת ישראל געהייסן אז ווען א גאסט קומט זאל די עלקעטער זיין אייביג אנגעצינדן. אבער ווען קיין געסט איז נישטא זאל עס זיין אויסגעלאשן.

די תורת מרדכי פארציילט די זיידע פלעגט אסאך ארומפארן און האט אייביג מקפיד געוועהן צופארן דוקא מיט די “דריטע קלאס” אפילו סאיז ממש נישט געוועהן קיין פלאץ און סאיז געוועהן צושטופט מיט מענטשען האט די אהבת ישראל אויסגעוועלט צופארן און א צושטופטע וואגן אנגעפילט מיט צוריקגעשטאנע אוקריינישע גוים, שיכורים, ציגיינער, כאליגאנעס וכו׳

שטעלט אייך פאר אז די היינטיגע וויזניצער רביס פארן מיט די ניו יארק סובוועי אין rush-hour טראפיק?!

ווען מהאט געפרעגט די אהבת ישראל פארוואס ער פארט טאקע אייביג מיט די דריטע קלאס. האט ער גענטפערט, “ווייל סאיז נישט פארהאנען קיין פערטע קלאס...”

די אהבת ישראל איז נישט געוועהן קארג פאר יענעם. ער איז נאר געוועהן קארג פאר זיך און זיין קארגשאפט איז געקומען, ווייל וויפל מעהר געלט ער האט געקענט שפארן פון אויסגעבן פאר זיך אליינס האט ער געהאט מעהר צו געבן פאר יענעם!

מ’קען נאך שרייבן אסאך וואס די היינטיגע רבנים קענען זיך אפלערנען פון א אזא “אמתע רבי” און א “אמתע צדיק” ווי די אהבת ישראל. און איך האף נאך אסאך צושרייבן וועגן דעם אין מיין לעבן.

חוץ וואס די אהבת ישראל איז געוועהן א אמתע ערליכע מענטש. וואס האט ליב געהאט יעדע באשעפניש און געלייגט יענעם פאר זיך. איז ער אויך געוועהן א גרויסע חכם און געשמאקע מענטש. ער האט איייביג געהאט א גוט ווארט פאר יעדען איינעם. ער האט אויפן פלאץ גענטפערט פאר יעדען איינעם מיט חכמה און ליבשאפט.
מקען אנפילן גאנצע ביכלעך פון זיינע געלונגע ווערטלעך.

די וואך לכבוד די יארצייט האט איינער אראפגעברענגט אויף א אינטערנעט פארום איינע פון זיי :

א אנדערע מוטער

איינער פון די גרויסע ציונים אין רומעניע איז אמאל געקומען צום אהבת ישראל זצ"ל און געפרעגט היתכן דאס איר האט אונז אזוי פיינט? איר האט דאך ליב אלע אידן, און איר האט אינטערגעשריבן קעגן די ציונים, הלא אב אחד לכולנו מיר האבן דאך איין פאטער, און איין איד דארף ליב האבן דעם צווייטן?

האט דער רבי געענטפערט, ס'איז אמת אז אלע אידן האבן טאקע איין פאטער, אבער די זעלבע מוטער האבן מיר נישט! ווייל וואס איז מותר פאר דיר איז אסור פאר מיר און וואס איז מותר פאר מיר איז אסור פאר דיר...

וואו נעמט מען נאך אזעלכע געהויבענע, קלוגע, ערליכע מענטשען?

זכותו יגן עלינו.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

דער וויזניצער רבי פון מאנסי האט געוויסט פון די לימודי חול חלק אדער עס איז איבער געגיבן געווארען נאר לצנועין?
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

זיכער נישט!
ווען יא וואלט ער זיך געפרייט מיט שערי חמלה. וואס מען לערענט נאר למודי חול (לשטתו).
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שבת אחים: איך האב נאך א זיסע מעשה וואס האטציך אנגעבליך געטראפן ביים הייליגן אהבת ישראל.

ער האט דאך געהאט צווישן זיינע חסידים אזעלכע געהויבענע אידן וועלכע זענען געווען געווייקט אין תורה וחסידות. אבער די רבי מיט זיין גרויס אהבת ישראל האט אויך צוגעצויגן אידן פון א שוואכערן סארט. וואס האבן קוים געקענט א ביסל עברי. און דאס האבן זיי אויך געזאגט מיט גרייזן. אבער ערליך. אויך זיי האבן זיך געקענט אויסגעבן זייער צובראכן הארץ פאר'ן רבי'ן.

איינער אזא איד. א פשוט'ער און תמימות'דיגער האט ליידער נישט געוואוסט וואס מ'מעג יא און וואס מ'טאר נישט טון אום שב"ק. איז ער געקומען צו פארן צום רבי'ן שבת נאכמיטאג. האט איהם די רבי געבעטן אז די נעקסטע מאל וואס ער קומט זאלל ער נאר קומען נאך הבדלה. איינמאל א שיינעם שבת בייטאג רוקט ער זיך אן. ווען ר'איז אריין צום רבי'ן האט איהם די רבי אויפמערקזאם געמאכט אז ער האט איהם געבעטן אז ער זאלל נאר קומען צו איהם נאך הבדלה...! רופט ער זיך אן (דער..."חסיד") רעבא... איך האב געמאכט הבדלה...!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

berlbalaguleh האט געשריבן:שבת אחים: איך האב נאך א זיסע מעשה וואס האטציך אנגעבליך געטראפן ביים הייליגן אהבת ישראל.

ער האט דאך געהאט צווישן זיינע חסידים אזעלכע געהויבענע אידן וועלכע זענען געווען געווייקט אין תורה וחסידות. אבער די רבי מיט זיין גרויס אהבת ישראל האט אויך צוגעצויגן אידן פון א שוואכערן סארט. וואס האבן קוים געקענט א ביסל עברי. און דאס האבן זיי אויך געזאגט מיט גרייזן. אבער ערליך. אויך זיי האבן זיך געקענט אויסגעבן זייער צובראכן הארץ פאר'ן רבי'ן.

איינער אזא איד. א פשוט'ער און תמימות'דיגער האט ליידער נישט געוואוסט וואס מ'מעג יא און וואס מ'טאר נישט טון אום שב"ק. איז ער געקומען צו פארן צום רבי'ן שבת נאכמיטאג. האט איהם די רבי געבעטן אז די נעקסטע מאל וואס ער קומט זאלל ער נאר קומען נאך הבדלה. איינמאל א שיינעם שבת בייטאג רוקט ער זיך אן. ווען ר'איז אריין צום רבי'ן האט איהם די רבי אויפמערקזאם געמאכט אז ער האט איהם געבעטן אז ער זאלל נאר קומען צו איהם נאך הבדלה...! רופט ער זיך אן (דער..."חסיד") רעבא... איך האב געמאכט הבדלה...!


מקען פארציילן אסאך אזעלכע מעשיות. די היינטיגע וויזניץ מיינט אז די מעשיות איז עפעס א בושה פאר וויזניץ. זיי כאפן נישט אז פארקערט! דאס איז גאר זיין גרויסקייט. פון איין זייט האבן זיך געדרייט ביי אים אזעלכע געהויבענע אידן ווי רבי מרדכי חנא וכו’ וואס האבן געקענט ש”ס מיט פוסקים אויפן לשון און געגעאנגען אויף די גאס אייביג מיט פארמאכטע אויגן, איינגעדרימעלט ווען מהאט גערעדט פון א דריטע מענטש. און פון די אנדערע זייט האבן זיך געדרייט ביי אים פראסטע אידן, ביזנעסלייט, אויפגעקלערטע אידן, משכילים, און יעדער האט זיך פארשטאנען מיט אים.

איינע פון די זיסע מעשיות:
א פשוטע דארפישע איד איז אמאל געקומען צום אהבת ישראל מיט א קוויטל און אים געזאגט אז ער מוז מודה זיין פארן רבין אז פרייטיגס צונאכטס ביי די סעודה פארגעסט ער צו בענטשען און זינגען שבתדיגע זמירות ווייל ער ארבעט זייער שווער א גאנצע וואך און פרייטיג צונאכטס טריקנט ער זיך אן ביי די סעודה און ער שלאפט איין. פרעגט אים די אהבת ישראל “און פארוואס בעט איר נישט די פרוי זאל אייך דערמאנען?” האט ער גענטפערט
“רבי, וואס פארשטייט א שיקסע צו שבת’דיגער זמירות?”...

א צווייטע מעשה:

א איד, א פויער פלעגט קומען א יעדער וואך שבת צום אהבת ישראל. איין וואך איז ער נישט געקומען. נעקסטע וואך האט אים די אהבת ישראל געפרעגט וואו ביסטו געוועהן פאריגע וואך? זאגט דער פויער “די רבי דארף זיך גארנישט זארגן, אויב קום איך נישטא דאווען איך נישט ערגעץ אנדערש”...

ווי איינער זאגט דארפסט זיך נישט זארגן אז איך האב געטראפן א נייע פלאץ צו דאווענען און א נייע רבי... אויב בין איך נישטא, טוה איך עפעס אנדערש ווי דאווענען...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שבת אחים, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שבת
כה לחי.

זייער שיינע מעשיות.

דאס וועגן לימודי חול איז זייער אינטערעסאנט.
איז מעגלעך אז ער האט עס געטוהן ווייל די ממשלה האט געפאדערט?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

דאכצעך די רעגירונג האט נאכנישט געפאדערט גארנישט דאן. אין אנדערע ישיבות האט מען בכלל נישט געלערנט קיין לימודי חול.

אבער איך בין נישט הונדערט פראצענט זיכער. עכ״פ די חוקרים רעדן גארנישט דערוועגן ווי ווייט איך געדענק אויסעווענדיג.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

סעגאל האט געשריבן:זיכער נישט!
ווען יא וואלט ער זיך געפרייט מיט שערי חמלה. וואס מען לערענט נאר למודי חול (לשטתו).

בדרך כלל עפעס וואס דער מאנסיער האט נישט געוויסט פונעם אהבת ישראל, האט נישט פאסירט נאר און איינעמ'ס דמיון.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

אלס א געוועזענער תלמיד אין וויזשניץ מאנסי קען איך זאגן אז נשתכח תורת האהבת ישראל דארטן לגמרי.

(אפשר פאר היימישע יא, אבער איך בין נישט פון א וויזשניצע פאמיליע און זיי האבן זיך געפירט גאר בארבאריש צו מיר)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

מאך זיכער האט געשריבן:אלס א געוועזענער תלמיד אין וויזשניץ מאנסי קען איך זאגן אז נשתכח תורת האהבת ישראל דארטן לגמרי.

(אפשר פאר היימישע יא, אבער איך בין נישט פון א וויזשניצע פאמיליע און זיי האבן זיך געפירט גאר בארבאריש צו מיר)


וויזניץ מאנסי איז בכלל גאר ווייניג וויזניץ, ר' מענדל איז דער מערסטע וויזניץ ַַ מיט נוסח ענינים וכדומה.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
סעגאל
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אפריל 18, 2021 9:51 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 128 מאל

שליחה דורך סעגאל »

דא רעדט מען דאך מיט די הנחה אז וויזניץ האט גארנישט מיט די נוסח אין נגינה (אין אפילו מיט יודישקייט) . נאר מיט אהבת ישראל.
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אהבת ישראל איז די זעלבע איבעראל, עס איז דא יחידים איבעראל וואס צייכענען זיך אויס מיט אהבת ישראל, דער רוב איז ווי איבעראל.

ב.ד.וו, דער ענין פין פילען און טוהן פאר א צווייטע, איז א נושא וואס פאדערט א אשכול כשלעצמו, נישט עפעס א ספחת צו א רבי וואס מען האט אזוי גערופען.

דאס איז פין די יסודות הדת, און די מערסטע נאכגעלאזט.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

מאך זיכער האט געשריבן:אלס א געוועזענער תלמיד אין וויזשניץ מאנסי קען איך זאגן אז נשתכח תורת האהבת ישראל דארטן לגמרי.

(אפשר פאר היימישע יא, אבער איך בין נישט פון א וויזשניצע פאמיליע און זיי האבן זיך געפירט גאר בארבאריש צו מיר)

תורת אדער דרך.

אויף א מקור פון די תורה, דהיינו עבסטרעקט להלכה ולא למעשה, איז מאנסי געווען זייער אקוראט.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מאך זיכער האט געשריבן:אלס א געוועזענער תלמיד אין וויזשניץ מאנסי קען איך זאגן אז נשתכח תורת האהבת ישראל דארטן לגמרי.

(אפשר פאר היימישע יא, אבער איך בין נישט פון א וויזשניצע פאמיליע און זיי האבן זיך געפירט גאר בארבאריש צו מיר)


Unfortunately איז וויזניץ ממש א אנדערע חסידות היינטיגע טעג ווי אמאל. אינגאנצן אנדערש.

ווער ס׳וויל פארשטיין וויאזוי וויזניץ האט אויסגעקוקט נישט צו לאנג צוריק.
הרה”ח הישיש ר׳ קלמן שטעקל מ׳בארא פארק. מתלמידי הדמשק אליעזר, אמרי חיים, מקור ברוך שרייבט אין זיין ספר “אהבת קדומים” (זכרונות מר' קלמן שטעקל - וויזניץ)

אז די דמשק אליעזר האט געבעטן די בחורים אז מזאל נישט קומען אין ישיבה מיט קיין “רויטע היטן”...

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין ווער סאיז געגעאנגען מיט רויטע היטן אין תל אביב פאר זיבעציג יאהר צוריק?
רויטע היטן? א clown???
די דמשק איז געוועהן ליבעראל, אבער זעהט זיך אויס ווען ער האט געזעהן אז מ׳גייט אין זיין ישיבה מיט רויטע היטן. האט ער געטראכט. אלעס האט א גבול :lol: :lol: :lol:




דו זאגסט אז מהאט זיך אויפגעפירט בארבאריש צו דיר רעדסטו פון די הנהלה, די משגיח, אבער די בחורים,/קינדער אין ישיבה?
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

הרה”ח הישיש ר׳ קלמן שטעקל מ׳בארא פארק


קענענדיג אים קען איך אויך זאגן ער איז געוועהן א רעכט חסידישער איד.

זיין חזנישע קאפעל......
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שבת אחים האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:אלס א געוועזענער תלמיד אין וויזשניץ מאנסי קען איך זאגן אז נשתכח תורת האהבת ישראל דארטן לגמרי.

(אפשר פאר היימישע יא, אבער איך בין נישט פון א וויזשניצע פאמיליע און זיי האבן זיך געפירט גאר בארבאריש צו מיר)


Unfortunately איז וויזניץ ממש א אנדערע חסידות היינטיגע טעג ווי אמאל. אינגאנצן אנדערש.

ווער ס׳וויל פארשטיין וויאזוי וויזניץ האט אויסגעקוקט נישט צו לאנג צוריק.
הרה”ח הישיש ר׳ קלמן שטעקל מ׳בארא פארק. מתלמידי הדמשק אליעזר, אמרי חיים, מקור ברוך שרייבט אין זיין ספר “אהבת קדומים” (זכרונות מר' קלמן שטעקל - וויזניץ)

אז די דמשק אליעזר האט געבעטן די בחורים אז מזאל נישט קומען אין ישיבה מיט קיין “רויטע היטן”...

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין ווער סאיז געגעאנגען מיט רויטע היטן אין תל אביב פאר זיבעציג יאהר צוריק?
רויטע היטן? א clown???
די דמשק איז געוועהן ליבעראל, אבער זעהט זיך אויס ווען ער האט געזעהן אז מ׳גייט אין זיין ישיבה מיט רויטע היטן. האט ער געטראכט. אלעס האט א גבול :lol: :lol: :lol:




דו זאגסט אז מהאט זיך אויפגעפירט בארבאריש צו דיר רעדסטו פון די הנהלה, די משגיח, אבער די בחורים,/קינדער אין ישיבה?

די הנהלה, דער רב, און יעדער איינער.

איינער פון די שטאב האט מיר אמאל געזאגט אז די סיבה פארוואס ער גייט מיר יעצט ארויסווארפן איז ווייל מיין טאטן גייט ער נישט טרעפן אים ביהמ״ד און דעריבער האט ער נישט מורא אז ער גייט זיך דארפן פארענטפערן. אזוי אויך באשטייט נאך אויף מיין קערפער עטליכע צייכענעס פון ברוטאלע קלעפ וואס איך האב דארטן אריינגעכאפט.

דאס וואס דו האסט געשריבן וועגן לימודי חול אין וויזשניץ איז מיר א וואונדער ווייל אין די כולל איז געהאנגען א צעטל מיט דאס פאלגענדע:

״עס ווערן געזוכט ענגליש טיטשערס פארן חדר, מוז נישט קענען קיין ענגליש״.

ערנסט!
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

זייער א שיינע ארטיקל, כאטש דיין וויזניצע אבסעסיע רינט מיר שוין פון די נאז.

צום קעפל: אויב רעדסטו פונעם צדיק דער אהבת ישראל וואלט געדארפט שטיין "דער אהבת ישראל" און נישט "די אהבת ישראל".
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

סאיז אמת אז וויזניץ היינט האט זיך געטוישט און סאיז ממש א אנדערע חסידות ווי אמאל. איך וועל זיין די ערשטע דאס צוזאגן דאך כדאי צו זיין אויפריכטיג, און למען האמת, קען מען נישט זאגן אז סאיז אינגאנצן נשתכח געווארן די תורת אהבת ישראל.


קודם וויזניץ איז די איינציגסטער גרויסע חסידות וואס די רביס לעבן זיך אלע בשלום ובשלוה און זיי העלפן זיך ארויס איינעם דעם צווייטן. סאיז היינט דא איבער א מנין וויזניצער רביס און סאיז נישטא קיין שום מחלוקה.

ר׳ ישראל פון בני ברק איז טאקע זייער פרום און ציט שטארק צו רעכטס. ער איז ווייט אין חכמה קעגן זיינע זיידעס. אבער דאך איז ער א מוראדיגע אוהב ישראל. א אמתע גוטע מענטש. איך און מיין גאנצער משפחה זענען זייער נאנט צו אים פון ווען מ’האט אים ארויסגעווארפן פון וויזניץ. מעשיות פון זיין צדקה וחסד וואס איך האב אלץ געהערט און אסאך אליינס געזעהן קען מען אנפילן גאנצע ביכער. אזעלכע מעשיות וואס מ’פארציילט פון פריערדיגע צדיקים.

ער שיקט באהאלטערנהייט פאר פרעמדע אידן, נישט קיין ווינזיצער חסידים. שווערע געלטער. זאכן וואס איך האב נאכנישט געהערט אויף אנדערע.

ער האט זייער ליב שלום. ער רעספעקטירט יעדען מענטש, יעדע רב. צווישן אלע היינטיגע רבנים איז ער נאך פון די בעסטע פון די bunch.

איך בין נישט זיין חסיד אין אלעס. אבער געוויסע זאכן. ווי זיין חסד און אהבת ישראל איז נישט אוועקצומאכן.

און נאכדעם פון די תורת מרדכי’ס קינדער. איז דא אפאר פון זיי וואס איז נישט אוועקצומאכן.

רבי אליעזר האגער איז א פיינער מענטש. גאנץ א מעסיגער. פארשטייט אביסל צו די היינטיגע דור. ער טוט שוין יאהרן חסד פאר אלע היימישע אידן דא אין ניו יארק. ער איז א גאנצע טאג און א גאנצע נאכט פארנומען שאפן גוטע דאקטורים פאר אחבנ”י. כמעט יעדע ערנסטע קעיס ביי היימישע אידן היינט גייט דורך אים. ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געבעטן קיינעם קיין איין דאללער. ער פאמפט נישט פון זיך גארנישט. גייט נישט ארום פאנדרעיזן. הגם ס’קאסט אים שווערע צענדליגער טויזנטער דאללערן יעדע יאהר. למשל ער טיילט אויס 2 פונט שמורה-מצות און וויין פאר פסח פאר הונדערטער דאקטורים. וכו’ וכו׳

רבי דוד האגער פון לאנדאן. איז א אמתע מענטש. א ריכטיגע אוהב ישראל. מיינט עס אמתדיג. א גרויסע ת”ח.
אבער זייער א מעסיגער. ער איז פון די איינציגסטער וואס פירט זיך נישט ווי זיין טאטען אין רוב זאכן. און האט זיין אייגענע דרך אין כמעט יעדע זאך.

רבי דוד גיבט זיך אפ מיט צובראכנע אידן פאר יאהרן לאנג. ער איז היינט די רבי פון גאנץ לאנדאן.

מיט אפאר יאהר צוריק איז פארגעקומען אזא מעשה:

סאיז דא א משפחה אין לאנדאן- גראדע נישט קיין וויזניצער חסידים, א שטוב מיט קליינע קינדער וואס די טאטע איז ליידער פיזיש נישט געזונט, און די מאמע האט גייסטישע פראבלעמען. און רבי דוד’ס טעכטער פלעגן גיין העלפן קאכן, אויפרוימען די שטוב. ספעציעל יעדע פרייטיג פלעגט איינע פון זיינע קינדער גייען פאר אפאר שעה. אבער סהאט זיך געמאכט געוויסע וואכן ספעציעל אין די ווינטער, אין די קורצע פרייטיגס וואס זענען קינדער האבן נישט געקענט גייען, און אמאל אז די טאכטער האט נישט גוט געשפירט איז דער רב רבי דוד בכבודו ובעצמו געגעאנגען וואשן דישעס און אויפקעירן די שטוב. ביז איינער פון די שכינים האבן באמערעקט אז ער טראגט ארויס די גארביטש פון די הויז. און ער האט עס פארשפרייט אויף די גאס. ביז סאיז אנגעקומען צו די אויערן פון זיין טאטען אין מאנסי אז זיין זוהן איז געווארן א דיש וואשער... ר’ מאטעלע ווען ער האט דאס געהערט, האט ער זיך גענומען וויינען. ער האט גערופן זיין זוהן רבי דוד, און אים געזאגט אז ער זייער נתפעל פון די מעשה אבער פון היינט און ווייטער זאל ער נישט גייען מעהר רייניגן קיין דירות נאר שיקן א צווייטען ווייל ס’פאסט נישט פאר א רב זאל דאס טוהן און סאיז נישט אויסגעהאלטן.

סאיז ארומגעפארן א ווידעא קליפ א יאהר צוריק פון די לוי’ פון א בני ברק- וויזניצער חסיד פון לאנדאן וואס איז אוועק פון קאוויד רח”ל. א איד קרוב צו די זיבעציג, נישט קיין עושר. רבי דוד וויינט דארט ביי די לוי ווי א קליין קינד מיט בכיות נוראות- דאס קען מען נישט מאכן! דאס איז עכט!

רבי יעקב יוסף פון בארא פארק איז א אמתע פיינע געשמאקע מענטש. א שטיק גוטסקייט. בכלל נישט קיין פרומער, קענסט מאכן בילדער ווידעא פון אים. קענסט מיט אים רעדן וואס דו ווילסט. פארשטייט זייער גוט צו די היינטיגע דור. ער פארשטייט אנדערע מענטשען. ער קען אביסל לערנען אויך. ער געט זיך אפ מוראדיג פאר אלע זיינע תלמידים מיט געטריישאפט. ער העלפט ארויס אידן מיט געלט. מקען אים נישט אינגאנצן אוועקמאכן.

איך זאג טאקע נישט אז זיי זענען אזויווי זייערע זיידעס. אבער אינגאנצן אוועקמאכן, און זאגן אז סאיז נישטא קיין אהבת ישראל היינט אין וויזניץ איז א ליגענט.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מאך זיכער האט געשריבן:
שבת אחים האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:אלס א געוועזענער תלמיד אין וויזשניץ מאנסי קען איך זאגן אז נשתכח תורת האהבת ישראל דארטן לגמרי.

(אפשר פאר היימישע יא, אבער איך בין נישט פון א וויזשניצע פאמיליע און זיי האבן זיך געפירט גאר בארבאריש צו מיר)


‏Unfortunately איז וויזניץ ממש א אנדערע חסידות היינטיגע טעג ווי אמאל. אינגאנצן אנדערש.

ווער ס׳וויל פארשטיין וויאזוי וויזניץ האט אויסגעקוקט נישט צו לאנג צוריק.
הרה”ח הישיש ר׳ קלמן שטעקל מ׳בארא פארק. מתלמידי הדמשק אליעזר, אמרי חיים, מקור ברוך שרייבט אין זיין ספר “אהבת קדומים” (זכרונות מר' קלמן שטעקל - וויזניץ)

אז די דמשק אליעזר האט געבעטן די בחורים אז מזאל נישט קומען אין ישיבה מיט קיין “רויטע היטן”...

אפשר קען מיר איינער מסביר זיין ווער סאיז געגעאנגען מיט רויטע היטן אין תל אביב פאר זיבעציג יאהר צוריק?
רויטע היטן? א clown???
די דמשק איז געוועהן ליבעראל, אבער זעהט זיך אויס ווען ער האט געזעהן אז מ׳גייט אין זיין ישיבה מיט רויטע היטן. האט ער געטראכט. אלעס האט א גבול :lol: :lol: :lol:




דו זאגסט אז מהאט זיך אויפגעפירט בארבאריש צו דיר רעדסטו פון די הנהלה, די משגיח, אבער די בחורים,/קינדער אין ישיבה?

די הנהלה, דער רב, און יעדער איינער.

איינער פון די שטאב האט מיר אמאל געזאגט אז די סיבה פארוואס ער גייט מיר יעצט ארויסווארפן איז ווייל מיין טאטן גייט ער נישט טרעפן אים ביהמ״ד און דעריבער האט ער נישט מורא אז ער גייט זיך דארפן פארענטפערן. אזוי אויך באשטייט נאך אויף מיין קערפער עטליכע צייכענעס פון ברוטאלע קלעפ וואס איך האב דארטן אריינגעכאפט.

דאס וואס דו האסט געשריבן וועגן לימודי חול אין וויזשניץ איז מיר א וואונדער ווייל אין די כולל איז געהאנגען א צעטל מיט דאס פאלגענדע:

״עס ווערן געזוכט ענגליש טיטשערס פארן חדר, מוז נישט קענען קיין ענגליש״.

ערנסט!



קוק אהער זיי נישט בייז. אלעס איז מעגליך. אבער סלאזט זיך נישט גלייבן אז די רב, די הנהלה, יעדער זאל זיין קעגן דיר, דיך סתם פייניגן ווייל ער גייט נישט זעהן דיין טאטען אין שול. עפעס קוקט מיר אויס ווי איינער פארציילט נישט די גאנצע מעשה... איך דריי מיך נישט טאקע דארט פאר א לענגערע צייט. אבער ווען איך האב דארט געלערנט האבן געלערנט גענוג פרעמדער. כהאב קיינמאל נישט געהערט מזאל איינעם וואס פירט זיך אויף
נארמאל כאחד האדם סתם פייניגן ווייל ער איז נישט קיין וויזניצער...

און די מעשה מיט די ענגליש טיטשער איז קלאר נישט אמת. וויזניץ הענגט קיינמאל נישט קיין צעטליך אז זיי זוכן מלמדים טיטשערס, זיי זענען נישט אינגאנצן משוגע ארויסצושרייבן אז מ׳דארף נישט קענען קיין ענגליש. פלוז?...

די משל האב איך געזאגט פאר נחום ראזענבערג. ווען ער האט מיר פארקויפט מעשיות.

אז איינער זאל מיר יעצט פארציילן אז ער האט געזעהן ר’ מאטעלע זונטיג נאכמיטאג גייען שאפינג אין Victoria's Secret אין טיימס סקווער. וואלט איך געזאגט אלעס איז מעגליך, קען זיין אז ער איז געוועהן פונקט ביי איינעם אין שפיטאל און ער האט פונקט געדארפט גיין ווי די קעניג גייט אליינס. און ער איז בטעות אריינגעגאנגען אין די ראנג סטאר. אבער נאכאלץ שווער צוגלייבן...
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א שאד אז איך האב נישט געכאפט קיין פיקטשער דערפון. קענסט זיך נאכפרעגן ביי די וויזשניצע חסידים וועסטו הערן.

און וואס דו זאגסט לגבי דעם רב און דער מנהל, איך ווייס דיר באמת נישט וואס צו זאגן, אבער אפילו העטעך ווען יא האבן געווען א צרה-לייט, איז דאס דען די שפראך וואס מען נוצט פאר א קינד??

קיין ענגליש איז נישט דא דארט מער ווי א שעה און א האלב א טאג וואס א דריי פערטל דערפון גייט אוועק פאר פלוס מיינוס און ארויסרייסן גוי׳שע פיקטשערס פון די ׳סמעלינג׳ בוק.
באניצער אוואטאר
שבת אחים
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6634
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 08, 2014 9:39 am
געפינט זיך: ביי א פראטעסט קעגן טראמפּ!
האט שוין געלייקט: 4510 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4153 מאל

שליחה דורך שבת אחים »

מאך זיכער האט געשריבן:א שאד אז איך האב נישט געכאפט קיין פיקטשער דערפון. קענסט זיך נאכפרעגן ביי די וויזשניצע חסידים וועסטו הערן.

און וואס דו זאגסט לגבי דעם רב און דער מנהל, איך ווייס דיר באמת נישט וואס צו זאגן, אבער אפילו העטעך ווען יא האבן געווען א צרה-לייט, איז דאס דען די שפראך וואס מען נוצט פאר א קינד??

קיין ענגליש איז נישט דא דארט מער ווי א שעה און א האלב א טאג וואס א דריי פערטל דערפון גייט אוועק פאר פלוס מיינוס און ארויסרייסן גוי׳שע פיקטשערס פון די ׳סמעלינג׳ בוק.


איך ווייס נישט וועלכע מוסדות דאס איז. אבער מיינע קינדער לערנען אין וויזניץ און מלערנט היינט ענגליש דארט, אסאך בעסער ווי אמאל. אפשר רעדסטו פון א לאנגע צייט צוריק.

ווען איך בין געוועהן א קינד האט מען טאקע נישט געהעריג געלערנט קיין ענגליש. עכ״פ מהאט נישט געלייגט קיין דגוש אבער היינט איז אנדערש.
Everything we hear is an opinion, not a fact. Everything we see is a perspective, not the truth
Marcus Aurelius
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

שבת אחים האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:א שאד אז איך האב נישט געכאפט קיין פיקטשער דערפון. קענסט זיך נאכפרעגן ביי די וויזשניצע חסידים וועסטו הערן.

און וואס דו זאגסט לגבי דעם רב און דער מנהל, איך ווייס דיר באמת נישט וואס צו זאגן, אבער אפילו העטעך ווען יא האבן געווען א צרה-לייט, איז דאס דען די שפראך וואס מען נוצט פאר א קינד??

קיין ענגליש איז נישט דא דארט מער ווי א שעה און א האלב א טאג וואס א דריי פערטל דערפון גייט אוועק פאר פלוס מיינוס און ארויסרייסן גוי׳שע פיקטשערס פון די ׳סמעלינג׳ בוק.


איך ווייס נישט וועלכע מוסדות דאס איז. אבער מיינע קינדער לערנען אין וויזניץ און מלערנט היינט ענגליש דארט, אסאך בעסער ווי אמאל. אפשר רעדסטו פון א לאנגע צייט צוריק.

ווען איך בין געוועהן א קינד האט מען טאקע נישט געהעריג געלערנט קיין ענגליש. עכ״פ מהאט נישט געלייגט קיין דגוש אבער היינט איז אנדערש.


פארוואס איז טאקע אנדרעש?
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
Nanach
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 389
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יולי 11, 2021 9:31 pm
האט שוין געלייקט: 1104 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 417 מאל

שליחה דורך Nanach »

שבת אחים האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:א שאד אז איך האב נישט געכאפט קיין פיקטשער דערפון. קענסט זיך נאכפרעגן ביי די וויזשניצע חסידים וועסטו הערן.

און וואס דו זאגסט לגבי דעם רב און דער מנהל, איך ווייס דיר באמת נישט וואס צו זאגן, אבער אפילו העטעך ווען יא האבן געווען א צרה-לייט, איז דאס דען די שפראך וואס מען נוצט פאר א קינד??

קיין ענגליש איז נישט דא דארט מער ווי א שעה און א האלב א טאג וואס א דריי פערטל דערפון גייט אוועק פאר פלוס מיינוס און ארויסרייסן גוי׳שע פיקטשערס פון די ׳סמעלינג׳ בוק.


איך ווייס נישט וועלכע מוסדות דאס איז. אבער מיינע קינדער לערנען אין וויזניץ און מלערנט היינט ענגליש דארט, אסאך בעסער ווי אמאל. אפשר רעדסטו פון א לאנגע צייט צוריק.

ווען איך בין געוועהן א קינד האט מען טאקע נישט געהעריג געלערנט קיין ענגליש. עכ״פ מהאט נישט געלייגט קיין דגוש אבער היינט איז אנדערש.

אלס א מאנסי געבוירענע און איינער וואס האט געלערנט אפאר יאר אין וויזניץ קען איך באשטעטיגן וואס @מאך זיכער טענה’ט אז אהבת ישראל אין וויזניץ מאנסי פאר פרעמדע איז ערגער ווי אנדערע פלעצער.
ווייטער לגבי די טענה פון ענגליש געדענק איך ווי ר’ בערל די פרינסיפל האט געזאגט אז די רבי האט אים אנגעזאגט אז די שעה אהאלב וואס מען לערנט ענגליש זאל ער זיין שטרענג מען זאל טאקע לערנען, און איך געדענק אין ישיבה האב איך טאקע געקענט ענגליש בעסער ווי מיין סאטמערע חברים
פארשפארט