בלאט 1 פון 3

פארענטשע פאלט צאם אין קארלין א''י, 2 טויט, 160 פארוואונדעטע

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 12:47 pm
דורך [NAMELESS]
א שרעקליכע מעשה האט זיך יעצט אפגעשפילט אביי די חנוכת הבית פון קארלין סטאלין אין א''י ווי א ריזיגע פארענטשע איז צאמגעפאלן.

מ'ווייסט פון עטליכע פארוואונדעטע.

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 12:49 pm
דורך [NAMELESS]
ביי די מעמד

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 12:49 pm
דורך [NAMELESS]
שמועות אז איינער איז טויט ל''ע, 60 פארוואונדעטע

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 12:52 pm
דורך [NAMELESS]
נאכדעם

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 12:53 pm
דורך טאמבל סאס
דאסמאל איז נישט געווען קיין געיט ..

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 1:08 pm
דורך וויליאמסבורגער
.

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 1:39 pm
דורך מרדכי מרדכי
ליידער זענען 2 אוועק ה"י

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 1:40 pm
דורך מיליאנער
דער אויבערשטער האט זיך שוין לאנג נישט אזוי קלאר באוויזן! וד''ל

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 1:41 pm
דורך מאנטריאל
געהערט אז אראבערס האבן עס געשטעלט אז זיי האבען עס געלאזט loose און נישט געמאכט טייט

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 1:51 pm
דורך ליב צו וויסן
אין סטאלין גאר..

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 2:06 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז געוועהן אומלעגאל

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 2:14 pm
דורך חד גדיא
ווידיאו ווי מ'בויט די פארענטשעס

https://www.dropbox.com/s/f98dfv8riolop ... 9.MP4?dl=0

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 2:16 pm
דורך חד גדיא
חתם סופר האט געשריבן:ס'איז געוועהן אומלעגאל


נאך א דאקומענט וואס צייגט אז מ'האט עס געוואלט אפשטעלן

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 5:02 pm
דורך יאסל ראקאווער
אצבע אלוקים הוא. מ'זעט ממש ווי ביי לוט, די גאנצע קהילה, מקטן טעג גדול, הכו בסנוירם. זענען געווארן בלינד.

נאך מירון, אויפגעשטעלט פארענטשעס מיט zipties. נישטא קיין ווערטער. ס'איז יד השם.

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 5:17 pm
דורך תוהו ובוהו
מיליאנער האט געשריבן:דער אויבערשטער האט זיך שוין לאנג נישט אזוי קלאר באוויזן! וד''ל

מיין דיסלייק קנעפל ארבעט נישט.. וד''ל

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 6:48 pm
דורך פאליטיקאנט
ריבונו דעלמא. דאס איז פון די דברים פשוטים!
סקווירא האט עס שוין געהאט יארן צוריק. סטאלין האט דאך יא געשטעלט מענטשן אויף זיכערהייט??


(ווידיאו https://streamable.com/e5efom)

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 7:08 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
יאסל ראקאווער האט געשריבן:אצבע אלוקים הוא. מ'זעט ממש ווי ביי לוט, די גאנצע קהילה, מקטן טעג גדול, הכו בסנוירם. זענען געווארן בלינד.

נאך מירון, אויפגעשטעלט פארענטשעס מיט zipties. נישטא קיין ווערטער. ס'איז יד השם.

דו מיינסט אז די "ואתה הסבות את ליבם אחורנית" וואס אליהו הנביא האט געזאגט פאר'ן באשעפער ביים הר הכרמל איז אין פולן שוואונג?? אדער איז עס סתם נאכלעסיגקייט פון די חרדים לדבר ד'???

די ווייטאג איז גאר שטארק צוויי פאכיג, איינס פאר די אומגליקליכע אומשולדיגע וואס זענען נעבעך אזוי פריצייטיג פארשניטן געווארן, און די וואס זענען פארוואונדעט געווארן ה"י.

והשנית, אז ס'געשעהן אין קארלין סטאלין!
ווי באקאנט האט דער סטאלינער רבי זיך ארויסגעשטעלט גלייך נאך די מירון'ע געשעהניש און געהאלטן א דרשה פון בערך א שעה צייט אז דער עולם ברויך זיך אנהייבן צוגעוואוינען אויסצופאלגן זיכערהייט אנווייזונגען, וכו' וכו' און בכלל שטעלט זיך ארויס דער סטאלינער רבי ווי א פארגעשריטענער רבי, און ער איז טאקע, ווי למשל ביי די אינטערנעט מערכה, און נאך פעלער.

און ער אליין האט געזאגט אז ביי זיינע טישן גייט ער איינפירן פארשידענע זיכערהייט אנווייזונגען ווי למשל אז מ'זאל זיך נישט שטופען.
אין מיטאמאל דארט ביים קביעת מזוזה טיש ביי עם אליין האט מען נישט אויסגעפאלגט קיינע זיכערהייַט אנווייזונגען, און מ'האט געבויט פראפעזארישע פארענטשעס?!?! סטייטש אז מ'קען שוין קיינעם נישט געטרויען??? אפילו די וואס שטעלן זיך ארויס ווי די עהרליכע געזעצן היטערס שפילן אונז אויס?!?!

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 7:21 pm
דורך נ נח
תוהו ובוהו האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:דער אויבערשטער האט זיך שוין לאנג נישט אזוי קלאר באוויזן! וד''ל

מיין דיסלייק קנעפל ארבעט נישט.. וד''ל


גאט'ס דיסלייק קנעפל ארבעט פיין

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 7:30 pm
דורך שמערל
נ נח האט געשריבן:
תוהו ובוהו האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:דער אויבערשטער האט זיך שוין לאנג נישט אזוי קלאר באוויזן! וד''ל

מיין דיסלייק קנעפל ארבעט נישט.. וד''ל


גאט'ס דיסלייק קנעפל ארבעט פיין

נישט אזוי ווי אין די אמאליקע צייטן, ווען זעקס מיליאן אידן זענען פארגאזט געווארן, היינט אז פערציג אידן ווערן נסתלק איז עס שוין א חידוש.

נשלח: זונטאג מאי 16, 2021 7:43 pm
דורך יאסל ראקאווער
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
יאסל ראקאווער האט געשריבן:אצבע אלוקים הוא. מ'זעט ממש ווי ביי לוט, די גאנצע קהילה, מקטן טעג גדול, הכו בסנוירם. זענען געווארן בלינד.

נאך מירון, אויפגעשטעלט פארענטשעס מיט zipties. נישטא קיין ווערטער. ס'איז יד השם.

דו מיינסט אז די "ואתה הסבות את ליבם אחורנית" וואס אליהו הנביא האט געזאגט פאר'ן באשעפער ביים הר הכרמל איז אין פולן שוואונג?? אדער איז עס סתם נאכלעסיגקייט פון די חרדים לדבר ד'???!


איך זאג אז די בויען פארענטשעס מיט flimsy light gage steal, tied with zipties און הונדערטער אידן זאלן דאס זעען, אפאר וואכן נאך מירון, אין די שול פון די איינציגע רבי וואס רעדט פון סעיפטי און קיינער זאל גארנישט זאגען און עס נאך ניצען איז נישט די באשעפער קוקט אפשר אוועק. ער איז אויסגעדרייט צו אונז מיט זיין ריקען. פארקערט ס'איז נישט קיין נאטירלעכע מעשה פון פארנאכלעסיקייט.

פארקערט מ'זעט אן אקטיווער יד השם. ס'איז אותות ומופתים. ס'נישט ער איז נישט דא. ער איז דא. ס'איז א נס גלוי לכל.

ליידער אן אקטיווע קום ועשה נס אויף שלעכטס.

קלארע וידיאו..

נשלח: מאנטאג מאי 17, 2021 7:36 pm
דורך נישט יעצט

נשלח: מיטוואך מאי 19, 2021 4:01 am
דורך חבדניק
שמערל האט געשריבן:
נ נח האט געשריבן:
תוהו ובוהו האט געשריבן:
מיליאנער האט געשריבן:דער אויבערשטער האט זיך שוין לאנג נישט אזוי קלאר באוויזן! וד''ל

מיין דיסלייק קנעפל ארבעט נישט.. וד''ל


גאט'ס דיסלייק קנעפל ארבעט פיין

נישט אזוי ווי אין די אמאליקע צייטן ווען זעקס מיליאן אידן זענען פארגאזט געווארן, היינט אז פערציג אידן ווערן נסתלק איז עס שוין א חידוש.


ווען איך בין געגאנגען אלץ קליין אינגל אין די גאס, און איך האב זיך אנגעטראפן מיט אן אלטע מענטש, וואס האט געעפנט א מיאוס'ער מויל און געפרעגט וואו איז גאט געווען אין אוישוויץ (עפ"ל), האב איך דאס דערציילט פאר מיין זיידן, וואס ער איז געווען אפאר יאר און די לאגער, זיינע עלטערן, געשוויסטער, און אויך זיין ערשטע פרוי און קינדער זענען אומגעקומען אין אוישוויץ, האט מיר מיין זיידע געזאגט אז קומענדיגע מאל זאל איך ענטפערן, ווען ענק האבן געפרעסן חזיר און געטוהן שמוציגע זאכן אין יוראפ, האבן ענק דאמאלטס געפרעגט וואו איז גאט ער שטראפט דאך נישט, יעצט וועסטו וויסן וואו ער איז געווען, טאקע און אוישוויץ...

צו דיר רשע מרושע, דו מיינסט אז דער אייבירשטער'ס שטארקע האנט ענדיגט זיך, דו דערוואגסט זיך צו מאכן ליצנות ערגער ווי פרעה און המן, ווען ער איז געווען יונגער (עפ"ל) זיכער רעדסטו אזוי מתוך עובר זיין אויף די שלוש חמורות רח"ל, און נאך און נאך... דער אייבירשטער וועט נאך העלפן אז דו און דיינע חברים וועלן נאך גוט זעהן... אבער ביטע פרעג נישט נאכדעם פארוואס...

נשלח: מיטוואך מאי 19, 2021 5:28 am
דורך זופ מיט מאנדלען
איינער איז דא נישט מיט אונז...