בלאט 1 פון 3

פראקטישע מאלציייטן ווען מ'פארט

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:27 pm
דורך DotCom
איז אזוי, די משפחה האט אויסגעפלאנט א וועקעישן קיין ניאגארא פאלל'ס וואס וועט אי"ה פארקומען בקרוב און וועט אנהאלטן אויף 3-4 טעג, מיר האט מען מכבד געווען צו דינען אלס שר האכילה, מיין אויפגאבע איז מיטצונעמען עסן פאר פיר מענטשן - פרישטיג, לאנטש און נאכטמאל, יעצט איז מיין שאלה וויאזוי זאל איך עס טהון אויף א פראקטישן אופן אז ס'זאל מיר נישט אוועקנעמען מיין טייל אינעם וועקעישן.

אויך אויב איינער ווייסט ווואס טוט מען מיט די פרידישידעיר/פריזער פראדוקטן (די קליינע פרידזשעס אין האטעל איז געווענליך צו קליין), א גרויסן יישר כח למפרע פאר אלע עצות און טיפ'ס.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:46 pm
דורך געפילטע פיש
קודם כל, פרעג דיך נאך, דאכט זיך אס ס'דא עפעס א מילכיגע פלאץ דארט.

קאל אן די האטעל, פרעג אויב דו האסט א פרידזש אין די רום, אויב ס'אינקלודעד, אויב דו קענסט בעטן צוויי.

טאמער האסטו א פריזער קענסטו מיט נעמען געהעריגע סאפערס, פארפרוירענערהייט, אייגען געמאכט אדער פון רעסטוראנט, אסאך רעסטוראנטען און טעיק אוטס וועלן דיר עס איינפאקן אז ס'זאל זיין גרינג צו פריזען.

אלס לעצטע מיטל וואס כ'האב איין מאל געדארפט נוצען איז אנצופילן די שעמפעין באקעט (אדער א קליינע גארביטש קען מיט א בעג אין דעם) מ'פולט עס אם מיט אייז (פון דעם איז געווענליך דא לרחצה אין האטעלן) און מ'לייגט אריין די חפיצים וואס מ'וויל פרירן. נישט פארגעסט צו טוישען די אייז יעדע 12 שעה, אפטער אויב איז ווארעם אין צומער.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:50 pm
דורך זר זהב
לייען אויך דא

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:58 pm
דורך DotCom
זר זהב האט געשריבן:לייען אויך דא


שוין אדורכגעליינט דארט אבער דארט רעדט מען נישט פון עסן, עכ"פ נישט וואס האט מיר געקענט העלפן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 7:59 pm
דורך שמעקעדיג
ס׳איז אפשר נישט די בעסטע סאפער, אבער במקום שאין פיש איז הערינג אויך גוט.
מיעל מארט האט וועקיום פעקד עסן וואס דארף נישט קיין פרידזש/פריזער. מ׳קען עס טרעפן אויפן שעלוו אין רוב גראסערייען.
נישט די געשמאקסטע מאלצייט, נישט ביליג, אבער איך האב עס אמאל גענוצט ביי איין וואקאציע און ס׳איז נישט געווען געפערליך.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:02 pm
דורך געפילטע פיש
יא, אין אייוועלט ברענגט איינער דעי לינק, ס'זעט אויס אז דו האסט דארט אין די זומער מילכיג, פליישיג, און מנינים.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:03 pm
דורך זר זהב
אויך האב איך געזען לעצטענס אז די סאטמארע בוטשער פארקויפט אויך וועקיום פעקד.

נשלח: זונטאג אוגוסט 12, 2012 8:37 pm
דורך שלומכן יסגא
פאר די מיעל מארט וועקיום פעקד מאכלים דארף מען האבן א מייקראוועיוו. ס׳דא וואס ס׳קומט מיט א טאץ און א קעמיקאל וואס הייצט אליינס אויף דאס עסען.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 12:04 am
דורך ונבנתה העיר
שלומכן יסגא האט געשריבן:פאר די מיעל מארט וועקיום פעקד מאכלים דארף מען האבן א מייקראוועיוו.

מען קען אויך נוצען א טאפ מיט וואסער.
שלומכן יסגא האט געשריבן:ס׳דא וואס ס׳קומט מיט א טאץ און א קעמיקאל וואס הייצט אליינס אויף דאס עסען.

'לבריאות' [בהברה ישראלית].

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 10:05 am
דורך חד גדיא
ונבנתה העיר האט געשריבן:
שלומכן יסגא האט געשריבן:פאר די מיעל מארט וועקיום פעקד מאכלים דארף מען האבן א מייקראוועיוו.

מען קען אויך נוצען א טאפ מיט וואסער.
שלומכן יסגא האט געשריבן:ס׳דא וואס ס׳קומט מיט א טאץ און א קעמיקאל וואס הייצט אליינס אויף דאס עסען.

'לבריאות' [בהברה ישראלית].

בילד

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:35 pm
דורך קווארטין
אוודאי קען אויך צוניץ קומען די אינסטענט זופ און פארשידענע פלעיווארס, הייס וואסער קאן מען דאך באקומען אין יעדן האטעל. איך האמער מיט גענומען בשר מיט צוויי בעקעלעך און געמאכט דארט א פיינעם גריל.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:42 pm
דורך לעמיל
קווארטין האט געשריבן:אוודאי קען אויך צוניץ קומען די אינסטענט זופ און פארשידענע פלעיווארס, הייס וואסער קאן מען דאך באקומען אין יעדן האטעל. איך האמער מיט גענומען בשר מיט צוויי בעקעלעך און געמאכט דארט א פיינעם גריל.

אויף וואס האסטו געגרילט? מיט געשלעפט א גריל?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:45 pm
דורך געפילטע פיש
מ'קען קויפן א דיספאוזעבעל גריל.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 6:53 pm
דורך gehlungen
ונבנתה העיר האט געשריבן:
שלומכן יסגא האט געשריבן:פאר די מיעל מארט וועקיום פעקד מאכלים דארף מען האבן א מייקראוועיוו.

מען קען אויך נוצען א טאפ מיט וואסער.
שלומכן יסגא האט געשריבן:ס׳דא וואס ס׳קומט מיט א טאץ און א קעמיקאל וואס הייצט אליינס אויף דאס עסען.

'לבריאות' [בהברה ישראלית].

I think all hotels will give you a small microwave. Btw kashrus is no problem when it comes to micro wave. According to the BEIR MOiOSHE

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 7:07 pm
דורך שמעקעדיג
אויב איז עס דאבעל-רעפד איז מותר.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 8:38 am
דורך גלעזעלע
שמעקעדיג האט געשריבן:ס׳איז אפשר נישט די בעסטע סאפער, אבער במקום שאין פיש איז הערינג אויך גוט.
מיעל מארט האט וועקיום פעקד עסן וואס דארף נישט קיין פרידזש/פריזער. מ׳קען עס טרעפן אויפן שעלוו אין רוב גראסערייען.
נישט די געשמאקסטע מאלצייט, נישט ביליג, אבער איך האב עס אמאל גענוצט ביי איין וואקאציע און ס׳איז נישט געווען געפערליך.


לעניות לשוני, האט דאס א טעם ווי די וועקיום-פעקד חרוסת וואס טעלז ישיבה פלעגט שיקן אין די פאסט. די חרוסת איז חאטש געווען בחינם.
במקום שאין על מה להתווכח, איז טעם וריח אויך א ויכוח!.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:40 pm
דורך שמעקעדיג
הא הא.
גראדע האב איך זייער ליב חרוסת.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 12:49 pm
דורך לעמיל
שמעקעדיג האט געשריבן:הא הא.
גראדע האב איך זייער ליב חרוסת.

נישט דעי פון טעלז ישיבה, טו מיר א טובה, נאר פןן אנקוקן האב איך שוין נישט געקענט עסן מער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 2:34 pm
דורך נס קאווע
די לבריאות מאלצייטן זענען נישט אזוי געשמאק, אבער די מיעל מארט קען מען יא טרעפן וואס זענען אין מויל צו נעמען און מ'קען עס לייגן אין מייקראוועיוו, איך האב טאקע אין נייעגרע פאלס גענוצט א אייס באקס מיט אייז פון די האטעל, אבער ס'האט זיך נישט גוט אויסגעלאזט, אויב מען טוט עס דארף מען עס אנפולן מיט אייז און זיכער מאכן כסדר עס צו טוישן. די חב"ד הויז און די רעסטוראנט (כ'מיין ס'איז איינס) איז געווען פארמאכט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 3:24 pm
דורך DotCom
נס קאווע האט געשריבן:די לבריאות מאלצייטן זענען נישט אזוי געשמאק, אבער די מיעל מארט קען מען יא טרעפן וואס זענען אין מויל צו נעמען און מ'קען עס לייגן אין מייקראוועיוו, איך האב טאקע אין נייעגרע פאלס גענוצט א אייס באקס מיט אייז פון די האטעל, אבער ס'האט זיך נישט גוט אויסגעלאזט, אויב מען טוט עס דארף מען עס אנפולן מיט אייז און זיכער מאכן כסדר עס צו טוישן. די חב"ד הויז און די רעסטוראנט (כ'מיין ס'איז איינס) איז געווען פארמאכט.


סא דו וואלטסט אפגערעדט פון מיטנעמען זאכן וואס מען דארף רעפרישזשערעיטן?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 3:35 pm
דורך נס קאווע
ניין מען דארף האבן אסאך אייז וואס קאסט נישט קיין געלט אבער אביסל ארבייט אדער קענסטו קויפן פעקלעך אייז וואס קאסט אויך נישט קיין סאך געלט אבער מיזט עס אנפולן ביז אויבן עטליעסט איינמאל א טאג

נשלח: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 7:19 pm
דורך איך אויך
כ'וועל דיר זאגן וואס איך טוה ווען איך פאר אויפן פליגער און דו קענסט טוהן דאס זעלבע, איך גיי אריין צו נשר אין ב"פ (קענסט עס מן הסתם טוהן אין אנדערע געשעפטן אויך אבער דארט ווייס איל אז איך האב געהאט גיטע עקספיריענס) און איך בעט עם (דער גוי ווייסט ווי אזוי עס צו טוהן אבער בעסער איז ווען דער בעה"ב איז דארט) ער זאל מיר איינפאקען א מעין קארס מיט צוויי סייד דישעס אויף אזא טעצל און דערנאך פאקט ער עס איין דאבל רעפט כיס בתוך כיס און אויפן פליגער בעהט איך די מאנשאפט זאל עס מיר אנווארימען, אויב איז עס א לאנגע פלייט אדער מיט א סטאפאווער לייג איך עס אין פריזער און ווען עס איז פראזען האלט זיך עס 10-12 שעה.

דאכט זיך ער רעכנט א צוגענוגליכע $12.99 פאר אזא פארציע.

פאר דיר וואלט איך געזאגט זאלסט איינקויפן אזענע מאלצייטן און זיי פרירן, דארט אין געגענט קויף דיר א ביליגע מייקראוועיו פאר $40 אדער קענסט עס אפילו אנווארימען אין די אויבן פונעם האטעל, לכאורה קענסטו בעטן פאר א עקסטערע קליינע פרידג-פריזר אין דיין צימער און אויב איז עס גוט איינגעפאקט קענסטו עס אפילו האלטן אין די האטעלס פריזר.

אפילו אויב דו נוצט למעשה יא א אייז באקס איז אויך בעסער אז דו פריזט עס אינדערהיים אזוי האלט זיך עס אסאך לענגער.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 15, 2012 1:37 am
דורך קווארטין
לעמיל האט געשריבן:
קווארטין האט געשריבן:אוודאי קען אויך צוניץ קומען די אינסטענט זופ און פארשידענע פלעיווארס, הייס וואסער קאן מען דאך באקומען אין יעדן האטעל. איך האמער מיט גענומען בשר מיט צוויי בעקעלעך און געמאכט דארט א פיינעם גריל.

אויף וואס האסטו געגרילט? מיט געשלעפט א גריל?

ניין, כ'האב מיר מיטגעברענגט צוויי גרויסע בעקעלעך (קיגעל בעקעלעך) איינס אין וואס די טשארקאל זאל ליגן, און ס'אנדערע במקום דעקל, אונזער חשבון איז געוועזן אז די בעקעלע וועט מען ארויפלייגן אויף אזא גרילל סטענד אדער אויף די צעמענט. א רעק דענקעך נישט, כ'מיין כאב געקויפט אין די דאלאר סטאר צוויי רעקס.