בלאט 1 פון 2
ווער איז דאס?
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 2:46 pm
דורך good news
א חבר מיינער שיקט מיר אריין א רעקארדירונג, ער זאגט מיר צי צען דאלער אויב איך ווייס ווער דאס איז.
ווער קען מיר העלפן?
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 5:21 pm
דורך היכי דמי
good news האט געשריבן:א חבר מיינער שיקט מיר אריין א רעקארדירונג, ער זאגט מיר צי צען דאלער אויב איך ווייס ווער דאס איז.
ווער קען מיר העלפן?
אויב גיבסטו מיר האלב פון די צענער וועל איך דיר פרובירן העלפן
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 5:31 pm
דורך תרמב
דאס לכאורה ר’ אייזיק הורוויץ מספינקא, קענסט דיך האלטן מיטן צענער
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 6:59 pm
דורך קלונימוס
דאס איז ברוין פון מאנסי.
איך ווייס ווייל איך האב עם אמאל געהערט זאגן קדיש, אדרבא אויב איינער קען אריינקומען מיט מער דיטעילס איבער עם וואלט מיר עס געווען אינטערסאנט צו הערן ש'כח.
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 7:21 pm
דורך תרמב
קען זיין, איך האב אים נאך קיינמאל נישט געהערט, אין די אשכול איבער משפיעים און זייער השפעות רעדט מען אפאר ווערטער וועגן איינעם ברוין, ס’איז לכאורה וועם דו רעדסט דא, טשעק עס אויס.
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 8:47 pm
דורך לבי ובשרי
ס'איז א מיקס.
ערשטעהעלף איז די גוואטאמאלע מתפללים דארט אין שול צוויי העלפט איז רבי אייזיק
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 9:16 pm
דורך berlbalaguleh
תרמב האט געשריבן:קען זיין, איך האב אים נאך קיינמאל נישט געהערט, אין די אשכול איבער משפיעים און זייער השפעות רעדט מען אפאר ווערטער וועגן איינעם ברוין, ס’איז לכאורה וועם דו רעדסט דא, טשעק עס אויס.
תרמב: איך ווייס נישט. איין זאך ווייס איך יא אז ר'איז א משוגע'נער, א פעיקער און אן עקטאר. און ער ווילל משוגע מאכן דעם עולם...!
שוין. מ'גייט מיך יעצט מעקן. ווייל איך גלייב נישט באמונה שלימה אין א יעדן פעיקער און זיינע שטיק. (דער בהמה) ווייסט נישט אז היינט קענמען שוין נישט פארקויפן די שטיק פאר'ן עולם. ס'איז שוין נישט די תמימות'דיגע אידעלעך באטשי'ס פון נאך די וועלט מלחמה. פאר וועלכע מ'האט געקענט פארקויפן לאקשן. דער היינטיגער דור ווערט שוין נישט נתפעל פאר פעיק געוויינעכץ. מעשים. פעטער. מ'ווערט נתפעל פאר אן אמת'ן ערליכן איד וועלכער דינט דעם אייבישטן באימה, ביראה ברתת ובזיעה. שטילערהייט. ער ווילדעוועט נישט ארום. טאנצט אדער שפרינגט. אזוי ווי הרה"צ הרב שטיינער שליט"א פון מאנסי. ער איז אן אמת'ער עובד ה'...! שייף עייל ושייף נפיק. ולא מחזיק טיבותא לנפשיה...! אט פאר דעם ווערט דער עולם נתפעל...!
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 9:39 pm
דורך מפיל קינד
ס'הערט זיך ענליך צו כוסעין מוחאמעד אל זשאבאר בין ראזשיד אבדאללא רוכאני פון צפון פאקיסטאן.
א צוואנציגער ביטע.
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 11:24 pm
דורך good news
מיין חבר זאגט מיר אז איך האב איין שאנס צו געסן, הרב ברוין אדער ר' אייזיק ספינקער אדער א דריטער. ער וויל מיר נישט געבן נאך א שאנס. ער זאגט יא, אז ער קען מיר שיקן אביסל מער און לענגער, כדאי איך זאל קענען בעסער צוהערן, אבער דעמאלס גייט שוין אראפ דריי דאלער, און איך באקום בלויז זיבן. זאל איך אננעמען דעם אפפער?
Re: ווער איז דאס?
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 11:28 pm
דורך פאליטיקאנט
ר' איד, איר האט אויף וואס שבת צו מאכן?
ברויט און אראנדזש דשוס איז דא גענוג ביי אייך?
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 11:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
נישט מיך.
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 11:39 pm
דורך אישתישבי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:נישט מיך.
דערמאנסט מיר דער מעשה פין דער ירושלימ'ער שנארער וואס גייענדיג נאך געלט זאגט אין א איד, אין לי, כ'האב נישט, זאגט אים דער שנארער, האסט נישט? גיי ארבעטען!!
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 11:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דו מיינסט צו זאגן אז איך זאל שרייען? איך קען נישט יעצט ווייל די קינדער וועלן זיך אויפוועקן..
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 11:45 pm
דורך good news
מיין חבר האט מיר געשיקט מער, עס האט מיר געקאסט דריי דאלער, ווער עס וויל קען זיך משתתף זיין.
דער פייל איז צי גרויס, איך קען עס נישט ארויפלייגן דא. אויב איינער וויל זיך מנדב זיין, איך זאל עס אים שיקן פריוואט און ער זאל עס ארויפלייגן אויף דראפבאקס אדער גוגל דרייוו וכו', קען זיך ווענדן צו מיין אישי. ובזכות זיכוי הרבים תבוא עליו ברכת טוב.
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 11:50 pm
דורך קאצקע ציקער
ר ' זיידל
נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 11:58 pm
דורך כרם זית
ר׳ צבי מאיר?...
נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 12:39 am
דורך good news
יישר כח קאצקע ציקער פאר דיין הילף. זכות הרבים תלוי על ידך. איך זאג דיר צו אין דעם זכות, איתי במחצתי!
https://drive.google.com/file/d/13dNmlT ... wqIo6/viewקען מיר איינער זאגן ווער דאס איז? - ער גיבט מיר איין געס, און ס'האלט יעצט ביי פינף דאלער.
נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 1:22 am
דורך סעגאל
בין איך דער איינציגסטער וואס כאפט נישט וואס די מעשה מיט די $10 איז?
אגב אויב איז עס נאר א טשעלענדז פון דיין חבר ווייס איך נישט צי די מעגסט עס דא פרעגן אין נעמען געלט .
נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 12:05 pm
דורך good news
נו, ווייסט איינער ווער דאס איז?
נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 12:17 pm
דורך הקטן
גוד-ניאז:
שיק מער דיין באנק-אקאנט און איך ווייער דיך אריבער א 10ער, און לאז מנוחה
נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 12:18 pm
דורך טאמבל סאס
דאס איז א קאמפיוטער ארומגעשפיעלטע זאך..
נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 12:34 pm
דורך תרמב
איך עפן אפילו נישט די לינק, פאר פינעף דאלער מאך איך זיך נישט משוגע!
נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 2:07 pm
דורך סעגאל
פאר $10 יא?
אגב הקטן אויב די שיקסט עם געלט זאג מיר איך וויל אויך מאכען געלט איך קען אויך ארויסלייגען ריקארדינגס.