בלאט 1 פון 3

הילף אין קאווע שטיבל - פאר מתחילים!

נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 5:32 pm
דורך סעגאל
איך בין נאך ניי דא אין קאווע שטיבל. איך קוק מיר אזוי ארום און איך זע אז דער עולם איז זייער באקוועם דא, עס זעט אויס ווי מען קומט זיך זייער גוט אויס.
אזויווי איך ווייס נישט אלעס, וויל איך אז דער עולם זאל מיר ארויסהעלפן. קען זיין עס איז שוין דא א אשכול אויף דעם, איך האב נישט געטראפן.
וזה החלי:

לינקען???

נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 5:35 pm
דורך סעגאל
וויזוי מאכט מען א לינק צי א ספעציפישע תגובה?
ווען איך האב פראבירט האב איך נאר געטראפן די לינק פאר די גאנצע בלאט.

נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 5:45 pm
דורך הוגה
אויף די אויבערשטע רעכטע צייט איז דא א בילד פון אן איינגעקנייטשטע קליינעם פאפיר (פארנט פון די ווארט 'דורך'), יענץ איז די לינק פון יענע תגובה.

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 1:06 am
דורך כרם זית
איך האב קיינמאל נישט געוויסט פון די פשוטע וועג (און איך בין שוין דא א שטיק צייט...). ווען איך האב געווילט לינקן א תגובה פלעג איך גיין ביי "זיך א הודעה פון די באניצער", און אויסוועלן די תגובה. יישר כח הוגה.

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 2:06 am
דורך טאמבל סאס
וויאזוי סוירטשד מען פאר ווערטער וואס פארמאגן שטרעכעלעך?

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 5:30 pm
דורך שמעקעדיג
טאמבל סאוס, ראנג אשכול. דאס איז נאר פאר מתחילים!
(נישט זיך טועה זיין מיט משכילים...)

נשלח: מאנטאג מאי 24, 2021 5:53 am
דורך טאמבל סאס
אה כ'האב געמיינט עס זאגט משכילים. אבער זאל שוין זיין מכסילים אבי זאל שוין איינער זאגן די ענטפער..

נשלח: דינסטאג אקטאבער 05, 2021 7:29 pm
דורך קהל'ס נער
מזל טוב, איך האב שוין געשריבען 50 תגובות, יא יא כ'בין א שר החמישים (פון די שערי קדושה אדער שערי טומאה?), אבעיה להו האט דער שר החמישים א איבעיה געפרעיגט, ווי אזוי באקום איך עקסעס צים מאחורי?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 06, 2021 8:24 pm
דורך דערהויבענע איד
קהל'ס נער האט געשריבן:מזל טוב, איך האב שוין געשריבען 50 תגובות, יא יא כ'בין א שר החמישים (פון די שערי קדושה אדער שערי טומאה?), אבעיה להו האט דער שר החמישים א איבעיה געפרעיגט, ווי אזוי באקום איך עקסעס צים מאחורי?

גא''מ

נשלח: זונטאג אקטאבער 10, 2021 10:58 pm
דורך סעגאל
אפיציעל דארף מען בעטן[tag]סדרן[/tag] אבער פין עקספיריענס ער איז זייער ביזי. ער קומט אריין אן עוורידש איינמאל אין דריי וואכן.

נשלח: זונטאג אקטאבער 10, 2021 11:00 pm
דורך moody
איז שייך צו וויסן ווען איינער איז מגיב אויף מיין תגובה?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 11, 2021 12:23 am
דורך שמעון וואלף
קהל'ס נער האט געשריבן:מזל טוב, איך האב שוין געשריבען 50 תגובות, יא יא כ'בין א שר החמישים (פון די שערי קדושה אדער שערי טומאה?), אבעיה להו האט דער שר החמישים א איבעיה געפרעיגט, ווי אזוי באקום איך עקסעס צים מאחורי?

איך מיין לויט די תקנות דארף זיין 50 "זאכליכע" תגובות.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 11, 2021 4:57 am
דורך Nanach
וויאזוי מאכט מען א לינק פון א אשכול?
נישט א viewtopic.... נאר אזא קוק דא לינק

נשלח: מאנטאג אקטאבער 11, 2021 9:30 am
דורך סעגאל
.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 11, 2021 9:34 am
דורך סעגאל
העכער די שרייב קעסטל קען מען דריקען url.
עס וועט ארויפקימען א קעסטל.
שרייב אריין די אמת'ע לינק.
דריק ok וועט ארויף קימען די קעסטל.
שרייב אריין וואס די ווילסט די ליינער זאל זען

נשלח: מיטוואך אקטאבער 13, 2021 9:45 am
דורך געזונטערהייט
שלום

איינער שיקט מיר א אישי.
איך וויל אים ענטפערן - קומט ארויף אז ער האט אויסגעלאשן די אפציע פון באקומען פריוואטע מודעות..
לכאורה בטעות.
עני אנדערע וועג פון אים קאנטאקטן וכדומה?

אפלאודען בילדער

נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 4:50 am
דורך תורה ודעת
קען מיר אינער מסביר זיין ביטע וויאזוי צי אפלאודען בילדער פון מייו stroage צי א תגובה ?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 29, 2021 7:07 am
דורך שמעקעדיג
זעה דא:

viewtopic.php?p=60372#p60372

בכלל איז רעקאמענדירט אדורכצוליינען יענעם אשכול, ווי אנדערע מתחילים האבן שוין געפרעגט כמעט אלע סארט שאלות.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 12:29 am
דורך נפה
פארוואס ווען בערל לייקט איז עס אין ענגליש מה שאין כן אנדערע
8282DD39-3D1E-4631-8617-EC7F7CEE12CD.jpeg

Re: הילף אין קאווע שטיבל! פאר מתחילים!!!

נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 12:55 am
דורך פאליטיקאנט
ווייל בערל'ס ניק איז אין ענגליש.

טאקע איינע פון די גרויסע פאראדאקסן דא אין שטיבל, א שרייבער וואס איז שטארק באהאווענט און פארנומען מיט'ן אידישן שפראך, אבער זיין ניק איז אין ענגליש.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 7:01 am
דורך וואלווי
פאליטיקאנט האט געשריבן:ווייל בערל'ס ניק איז אין ענגליש.

טאקע איינע פון די גרויסע פאראדאקסן דא אין שטיבל, א שרייבער וואס איז שטארק באהאווענט און פארנומען מיט'ן אידישן שפראך, אבער זיין ניק איז אין ענגליש.


האסט פארגעסן ער קען פראנסאזיש און ספאניש אויך?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 12:34 pm
דורך נפה
ווי אזוי לייגט מען א לינק וואס האט יודישע ווערטער ווי למשל [url=https://he.m.wikisource.org/wiki/בבלי_ברכות]ברכות דף ב[/url] א לינק פון וויקי טעקסט קומט אזוי אויס מה שאין כן א לינק מיט בלויה a b c און נומבערס ברכות דף ב גייט געהעריג

נשלח: דינסטאג יוני 28, 2022 5:37 am
דורך טאמבל סאס
איך גלייב נישט אז דאס בין איך דער ערשטער צו פרעגן צום ערשטן מאל אבער איז דא נאך א וועג ווי אזוי צו שרייבן אין ענגליש און טוישן צו די ענגלישע פארמאט, פון רעכטס און לינקס, חוץ עס איינוויקלן אין Code tag?

איך רעד נישט פון טוישן מיין גלאבאלע שפראך פון די סייט צו ענגליש, אין די באנוצער קאנטראל פאנעל.. איך וויל קענען סוויטשן פון אידיש צו ענגליש אין די זעלבע תגובה און נישט דארפן זארגן איבער די פול סטאָפּ ביים ענדע זאץ למשל.

אגב, איך זע אז די BBCode פריפארמאטעד ([pre][/pre] ) טעגס ארבעטן נישט.. אבער כ'בין נישט זיכער דאס וואלט עס געלעזט סייווי סיי?!