בלאט 1 פון 1
יונגערלעך סי-די $20 בארעכטיגט?!
נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 4:50 pm
דורך וויליאמסבורגער
ארויסקומענדיג פון תלפיות מיט די נייע יונגערליך סי די אין די האנט האב איך געכאפט א בליק אויף די רעסיט און איך זעה נישט מער ווי נישט ווייניגער אז ס'האט געקאסט א גאנצע צוואנציגער פלאס טעקס. כמעט 22 דאלער!!
איינער האלט אז ס'איז בארעכטיגט אזא זאך אזוי שטארק אויפצוהייבן די פרייז אויף איינמאהל?
נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 4:58 pm
דורך קורקלענד
פארוואס נישט? ער איז בארעכטיגט צו בעטן וויפיל ס'געפעלט איהם.
לדעתי האלט איך אבער אז ס'איז נאריש פון איהם צו בעטן אזוי טייער ווייל ס'קען גורם זיין אז מ'זאל עס ווייניגער קויפן. וויבאלד מ'קען עס שאפן אן באצאלן. און פילע וואס באצאלן טון איהם א גאנצע טובה. איז אויב וועט ער פרובירן צו קוועטשן די קליענטעל וועט די עולם איהם נישט צוליב טוהן. אבער אפשר ווייסט ער בעסער. אויב ווייסט ער אז אזוי וועט ער פארדינען מער איז עס הונדערט פראצענט ריכטיג.
נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 5:52 pm
דורך לייבל שטילער
די דאונלאוד קאסט נאר 12 דאלללער. ווער קויפט סי. די.'ס היינט?
נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 8:05 pm
דורך מפיל קינד
די דאונלאוד קאסט כמובן ביליגער, ווייל ווער ס'האט אינטערנעט קען עס באקומען בחינם. משא"כ די סידי איז פאר אינטערנעטלאזע אידן, זאלן זיי בעטן וויפיל ס'גייט...
נאך א מזל אז זיי מאכן דאס נישט פאר קיין איבערלעבעניש פאר 50 דאלער. אינאיינעם מיט א חלה דעקל און נעגל שניידער.
נשלח: מאנטאג מאי 24, 2021 5:03 pm
דורך היכי דמי
זיכער נישט בארעכטיגט, אבער עס איז זייער פראדוקט און ער מעג טוהן וואס ער וויל. שולדיג זענען אונז וואס קויפן עס.
פון היינט און ווייטער קען מען ערווארטן אז אלע סידיס זאלן קאסטן א צוואנציגער.
די חידוש איז אז רוב סידיס לייגן מסתם אריין אסאך מער געלט אין פראדוקציע, משא"כ דא איז כמעט אלעס אינהאוז, פון די ניגונים ביז מוזיק און מיקס. אויך פארקויפט ער גאר אסאך קאפיעס, וואלט ער געמעגט מאכן ביליגער ווי אנדערע
נשלח: דאנערשטאג מאי 27, 2021 8:26 pm
דורך סאנטיאגא
וויליאמסבורגער האט געשריבן:ארויסקומענדיג פון תלפיות מיט די נייע יונגערליך סי די אין די האנט האב איך געכאפט א בליק אויף די רעסיט און איך זעה נישט מער ווי נישט ווייניגער אז ס'האט געקאסט א גאנצע צוואנציגער פלאס טעקס. כמעט 22 דאלער!!
איינער האלט אז ס'איז בארעכטיגט אזא זאך אזוי שטארק אויפצוהייבן די פרייז אויף איינמאהל?
וויפיל פאר טעקס? אפשר איז תלפיות דער ריפ אף?
יאלא שטעל ארויף א בילד פונעם רעסיט
נשלח: דאנערשטאג מאי 27, 2021 8:35 pm
דורך סאנטיאגא
בעצם איז די גאנצע סידי א רויבעריי, אנגעהויבן האט זיך עס ווען א די רעקארד לעיבלס האבן געהויבן די פרייז אין די פריע 2000's הגם די אודיא קוואליטי האט זיך פארבעסערט אין א וועג, און ס'האט געהאט געוויסע מעלות ווי למשל אז מ'קען שפרונגען פון איין טרעק צו צווייטן, אבער למעשה האט זיך עס נישט אויסגעארבעט אזוי ווי זיי האבן געוואלט מיט די אינטערנעט עפאכע אינטערוועגנס.
אמאל פלעג איך טראכטן אז סטיוו דזשאבס האט ביליג געמאכט די רעקארד מארקעט מיטן אויפטרעף פון אייטונס פון פארקויפן אן אלבום פאר 9.99 אדער א ניגון פאר 0.99 אבער בעצם האט ער עס צוריקגעברענגט צום טעיפ, א טעיפ האט דאך געקאסט ביליגער. 8.95 בערך.
בכל אופן נישט דאס איז זיין חשבון געווען, איך זאג עס נאר numbers wise דיגיטאל איז פשוט אז ס'איז ביליגער ווייל ס'איז direct to consumer משא"כ א דיסטריבוטער מאכט איבער א 50 פראצענט מארקאפ פון יעדע סידי פארקויפט
נשלח: דאנערשטאג מאי 27, 2021 8:42 pm
דורך סאנטיאגא
היכי דמי האט געשריבן:זיכער נישט בארעכטיגט, אבער עס איז זייער פראדוקט און ער מעג טוהן וואס ער וויל. שולדיג זענען אונז וואס קויפן עס.
פון היינט און ווייטער קען מען ערווארטן אז אלע סידיס זאלן קאסטן א צוואנציגער.
אויב איז עס זיין פראדוקט וואס אויסער דיין נישט גלייכן דעם פרייז מאכט אים אומבארעכטיגט? דאס איז פרי מארקעטס! א סטעיקהאוז איז יא בארעכטיגט? אז ער האלט אז ער האט א דימענד קען ער בעטן טויזנט דאלער אויך. מ'דארף שוין נישט מאכן קיין סידי, ער קען ארויסקומען מיט א NFT token פון די קאווער...
Re: יונגערלעך סי-די $20 בארעכטיגט?!
נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 2:06 pm
דורך שלי שלך
לייבל שטילער האט געשריבן:די דאונלאוד קאסט נאר 12 דאלללער. ווער קויפט סי. די.'ס היינט?
אנהייב, גלייך ביים ריליעסן, האט עס טאקע נאר געקאסט צוועלף דאלער. כהיום, קאסט שוין א דאונלאוד $15
Sent from my Jelly2 using Tapatalk
נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 2:23 pm
דורך קורקלענד
שלי שלך האט געשריבן:לייבל שטילער האט געשריבן:די דאונלאוד קאסט נאר 12 דאלללער. ווער קויפט סי. די.'ס היינט?
אנהייב, גלייך ביים ריליעסן, האט עס טאקע נאר געקאסט צוועלף דאלער. כהיום, קאסט שוין א דאונלאוד $15
Sent from my Jelly2 using Tapatalk
זעהט אויס אז ס'איז נישט געבליבן גענוג.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 10:25 am
דורך פאלאצ'ינטא
ער דען בעטען וויפיהל ער וויל די שאלה איז ווער וויל באצאלען