בלאט 1 פון 4
פריקן אויסדרוקן פון א ראש ישיבה
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 5:31 pm
דורך קויפער
הגיע לידי א רעקארדינג פון ר׳ משה ווייס, ראש ישיבת מאור התלמוד אין בארא פארק, און איך וויל פרעגן דעם עולם דא וואס מען האלט דערפון.
די שמועס איז טאקע געווען פנימי ווי ער האט גערעדט צו די בחורים בין כותלי הישיבה, אבער לפע״ד העני׳ איז די מהות און די לשונות ממש שאקירנד.
אט איז עטליכע ציטאטן:
ווער ביסטו בכלל?
איך דארף דיך עניוועי נישט האבן דא, לאמיר זאגן אפען, ביסט איבריג, ביסט גארנישט ווערט!
א באנטש פון פרעסערס, עולם הזה׳ניקעס, דיין טאטע טוט אזוי, דיין זיידע טוט אזוי, פארגרעבטע מענטשן!
איך וועל הארגענען מענטשן!
איך וועל עס טון מיט די גאנצע רשעות!
מען דארף אויסהערן די גאנצע רעקארדינג צו פארשטיין די קאנטעקסט און וואס ער צילט אויפצוטון,
אבער די גאנצע גערעדעכץ, שפראך און מהלך הערט זיך עפעס געפערליך נישט פאסענד פאר א מחנך בישראל.
https://voca.ro/1gUR1snwkziu
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 6:05 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
וואו בין איך? פארוואס האב איך נישט געהאט אזא מנהל/ראש ישיבה??
[emoji1787]
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 7:48 pm
דורך מחצה''ק
איך גלייך גראדע די סטייל דרשות...
מיין מנהל פלעגט רעדן אביסל ערגער צי מאל
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 7:57 pm
דורך good news
איך לאוו די סארט דרשות. לעצטנס איז אויך געווען א רעקארדינג ווי א משגיח צוברעכט א ספיקער און שרייעט אויף א בחור.
ווער קען ברענגען נאך פון די סארט?
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 9:41 pm
דורך תרמב
מיין מנהל האט אויך געקענט רעדן אזוי אדער ערגער, די בחורים ציווישן זיך רעדן דאך אויך אזוי, זעהט אויס אז מ’דארף רעדן צו זיי אויף זייער שפראך אז נישט פארשטייען זיי נישט.
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 9:46 pm
דורך הקטן
די לעצטע ליין פין די פאדעל פין די אויסגעגאסענע קאווע איז נאך די בעסטע
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 9:46 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
גיימער גיין דאווענען דארט די נעקסטע ראש חודש צו זעהן אויב זיי גייען מער נישט אונטערברימען פאר מוסף
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 9:49 pm
דורך הקטן
תרמב האט געשריבן:מיין מנהל האט אויך געקענט רעדן אזוי אדער ערגער, די בחורים ציווישן זיך רעדן דאך אויך אזוי, זעהט אויס אז מ’דארף רעדן צו זיי אויף זייער שפראך אז נישט פארשטייען זיי נישט.
אויב דאס ווערט די געוונדליכע שפראך פארלירט דאס די "שאק" עפעקט...
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 10:36 pm
דורך קאצקע ציקער
.
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 10:44 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אוי איז דאס גוט, ס׳האט מיר צוריקגעטראגן צו די זיסע תמימות׳דיגע ישיבה יארן ווען איך בין געזעצן און אויסגעהערט די ראש ישיבה׳ס/מנהל׳ס דרשות מיט אן אפענעם מויל טראכטענדיג ״דער רעדט דאך אזוי צום זאך!״, כ׳האב ממש נישט געקענט פארשטיין וואס גייט דורך אין קאפ פאר די קאלטע פארדארבענע בחורים, אוי די שנאת תלמידי חכמים לעם הארץ. יא יא, ווי פלעגט דער רבי אין חדר זאגן, ווען דו וועסט עלטער ווערן וועסטו פארשטיין, אוי ווי ער איז גערעכט געווען...
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 11:05 pm
דורך Lesser
איי איי איי, א פיינעם ראש ישיבה, איך דארף עם קענען, א פיסק אויף רעדער, פיינע נייעס.
וואו אלט איז ער די ראש ישיבה שליט"א?
ער קוקט מיר אויס ווי א פרישע יונגערמאן (אע"פ ער זאגט דארט אז ער פירט די ישיבה שוין פאר 18 יאר...
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 11:14 pm
דורך רימון
איך וויל וויסן וואס די בחורים טוען א שעה צייט אין ביה"כ, פארוואס זאגט ער נישט קלאר. מסתמא ליינען זיי דער בלאט דארט.
Re: פריקן אויסדרוקן פון א ראש ישיבה
נשלח: דינסטאג מאי 25, 2021 11:41 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
Lesser האט געשריבן:איי איי איי, א פיינעם ראש ישיבה, איך דארף עם קענען, א פיסק אויף רעדער, פיינע נייעס.
וואו אלט איז ער די ראש ישיבה שליט"א?
ער קוקט מיר אויס ווי א פרישע יונגערמאן (אע"פ ער זאגט דארט אז ער פירט די ישיבה שוין פאר 18 יאר...
קענסט עם לאדענען קיין לינדאן ווי ער קען נאך עפענען א ישיבה
נשלח: מיטוואך מאי 26, 2021 1:20 am
דורך שמעקעדיג
קומזיץ אין מקוה?

נשלח: מיטוואך מאי 26, 2021 1:35 am
דורך אלע צוזאמען
שמעקעדיג האט געשריבן:קומזיץ אין מקוה?

פון די גרעסטע תאווה'ס ביי בחורים.
גיי פרעג 'יואלי בארמינקא' גבאי פון סאטמאר יואל אין א''י.
נשלח: מיטוואך מאי 26, 2021 2:23 am
דורך נולד מאוחר
ס'איז א מצוה לפרסם.
אזוי איז מען מחנך בחורים אין אונזערע בעסערע ישיבות.
ס'איז אן עקל און גרויל אז א ראש ישיבה רעדט אזוי צו בחורים.
כ'האב נייעס פאר אים, יא מיכאל שניצלער פארקויפט מער איידעלע געדאנקען פון ר' משה ווייס.
בחורים ווילן חתונה האבן, יא ס'איז נאטורליך, א מין רשעות, כ'וויל וויסן ווען ער איז געווען לעצט מיט זיין ווייב?
אלעס איז אבאוט עם און זיין ישיבה.
ער מיינט לשם שמים, ס'איז מאכט מיר ווינדערן וויאזוי זיין שמים קוקט אויס.
נשלח: מיטוואך מאי 26, 2021 7:28 am
דורך berlbalaguleh
תרמב האט געשריבן:מיין מנהל האט אויך געקענט רעדן אזוי אדער ערגער, די בחורים ציווישן זיך רעדן דאך אויך אזוי, זעהט אויס אז מ’דארף רעדן צו זיי אויף זייער שפראך אז נישט פארשטייען זיי נישט.
תרמב: אט דער ..."ראש אדער ..."שור"... ישיבה האט געוואלט ארויסגעבן א ביסל פון דעם ..."כעס אגור"...אין זיין סיסטעם נאר ער האט זיך איינגערעדט אז ער ווילל גיין אויפ'ן נאוואהרדיק'ער ..."דרך"...פון צוברעכן און משפיל זיין דעם אייגענעם עצמיות. נאר מיט אזעלכע דיבורים און אויסדרוקן מאכט ער מער שאדן ווי נוצן. ס'איז קלאר אז יצא שכרו בהפסדו...!
נשלח: מיטוואך מאי 26, 2021 7:44 am
דורך גיב א שמייכעל
Lesser האט געשריבן:איי איי איי, א פיינעם ראש ישיבה, איך דארף עם קענען, א פיסק אויף רעדער, פיינע נייעס.
וואו אלט איז ער די ראש ישיבה שליט"א?
ער קוקט מיר אויס ווי א פרישע יונגערמאן (אע"פ ער זאגט דארט אז ער פירט די ישיבה שוין פאר 18 יאר...
ער איז שוין היפש לאנג א ראש ישיבה, פארדעם איז ער געווען מנהל ביי ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל אין אור ישראל, נאך ר' אליעזר'ס פטירה איז פארגעקומען א רייבעריי צווישען איהם און ר' אליעזר'ס אלמנה, דאכצעך זי האט געטענה'ט אז ער וויל איבערנעמען די ישיבה מיט די בינינים, דאן איז ער ארויס (געפלויגן...) פון דארט און געפענט זיין אייגענע ישיבה.
נשלח: מיטוואך מאי 26, 2021 2:53 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
איך פארשטיי זיין frustration, איך וואלט מן הסתם נישט געווען ווייניגער פרוסטרעטעד, אבער פארדעם בין איך נישט קיין ראש ישיבה. איך מיין זיין טעות איז, אז ער קוט אן א ישיבה ווי א ביזנעסס, און בחורים ווי ן זיינע ארבעטער, וואס שטעלן אים צו די ישיבה וואס איך האב מיך אויסגע'משל'ט צו האבן (פאר תאוה און כבוד אדער פאר לשם שמים).
איך מיין אבער אז די איידע פון א ישיבה איז א בית היוצר פאר תלמידי חכמים און יראי השם. און די ארבעט פון א ראש ישיבה איז טאקע דאס, צו זען פארוואס ער האט נישט קיין הנאה צו לערנען און פארוואס ער האט נישט קיין שאיפות ,און ארבעטן מיטן בחור עס צו טוישן. ווען איינער האלט אזא דרשה איז עס ביי מיר פונקט ווי א טערעפיסט זאל זיך נעמען שרייען אויף זיין גרופע פאציענטן "ווער עס האט ענעקזייטי אדער דיפרעשין איז א piece off shit, און ער זאל זיך גיין זוכן אן אנדערע פלאטץ ".
נשלח: מיטוואך מאי 26, 2021 4:02 pm
דורך ואידך
שטייט א מענטש און שפייעט אויס זיין כעס און עגאיזם פאר צוואנציג מינוט אין איין צי אבער וויבאלד ס'איז דאך אן עמטליכע דרשה פאר בחורים ענדיגט ער מיט די גאנצע תמימות מיט דעם אפישעל משיח ענדינג!
Lol

נשלח: מיטוואך מאי 26, 2021 4:26 pm
דורך הקטן
איך קען נישט דער מענטש און איך בין נישט איבערצייגט אז דאס איז "כעס אגור" און פראסטערעשן וואס שרייט דארט...
מעגליך דאס איז קאלט און קאלקיאלעטעט, ווייל ער ווייסט דאס האט זיין עולם ליעב צי הערען, און לאזט איבער א פאזעטיווע השפעה
יא ס'קוועטשט מיר אויך אזא שפראך זאל פארטרעטן ביים בחור זיין "תורה אטאריטעט"
קען אבער זיין ער האט מער א גלייך-אויף-גלייך רילעשענשיפ מיט זיינע בחורים
מען דארף הערן פין א תלמיד זיינע
נשלח: מיטוואך מאי 26, 2021 4:30 pm
דורך רביה''ק זי''ע
הקטן האט געשריבן:מעגליך דאס איז קאלט און קאלקיאלעטעט, ווייל ער ווייסט דאס האט זיין עולם ליעב צי הערען, און לאזט איבער א פאזעטיווע השפעה
מיי פוט

איך שטיי דא ביי די ארבעט און קוילער מיך פאר געלעכטער.

#בושות
נשלח: מיטוואך מאי 26, 2021 4:53 pm
דורך הקטן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:הקטן האט געשריבן:מעגליך דאס איז קאלט און קאלקיאלעטעט, ווייל ער ווייסט דאס האט זיין עולם ליעב צי הערען, און לאזט איבער א פאזעטיווע השפעה
מיי פוט

איך שטיי דא ביי די ארבעט און קוילער מיך פאר געלעכטער.

#בושות
מיי פוט, ס'איז קאלט און קאלקיאלעטעט? אדער ס'קען האבן א
פאזעטיווע השפעה?
אדער ביידע
(איך מיין גראדע ס'איז פארבינדען)#בושות איז דאס ריגארדלעס...
ואידך האט געשריבן:שטייט א מענטש און שפייעט אויס זיין כעס און עגאיזם פאר צוואנציג מינוט אין איין צי אבער וויבאלד ס'איז דאך אן עמטליכע דרשה פאר בחורים ענדיגט ער מיט די גאנצע תמימות מיט דעם אפישעל משיח ענדינג!
Lol

אין זיין "משיח ענדינג!" הערט זיך קלאר דאס איז בכלל נישט מיט קיין תמימות...
דאס (צווישען אנדערע) האט מיך אויך געפירט אביסל צי זאגן אז ער איז קאלקיאלעטעט איז ער ביי-עני-טשענס א קרוב מיט הרב יחזקאל שרגא ווייס פין מאנסי?