בלאט 1 פון 1

ס'בענקט זיך נאך ר' מענדל הערש

נשלח: דאנערשטאג מאי 27, 2021 2:52 pm
דורך קאווע קריטיק
קוקנדיג אויפ'ן נייעם קינדליין איז דער בעסטער וועג צו פארשטיין די גרינטליכע, געניטע און אחריות'דיגע ארבעט אין רעדאקטארשאפט וואס איז געטון געווארן דורכ'ן פריערדיגן רעדאקטאר ר' מענדל הערש און ווי שווער דאס איז צו רעפלעיסן אפילו ווען די ריינערס פאכן מיט א בייטל פון עשרת אלפים ככר.
מ'קען האבן געלט און גוטע שרייבערס און דאך פירן א טאקטלאזע ווערטשאפט.
דער מאגאזין איז פול מיט גרייזן, די נייע גראפיקס וואס איז נישט נאכגעמאכט די אלטע קינדליין (א ביישפיל ביי חכמות און פקחות) איז חלשות, גרייזן אויפ'ן קאווער מיט ווילדע סופערלאטיוון איבער אויפטרייסלנ'דיגע (בכלל דא אזא ווארט?) חלומות, צוויי מאל די זעלבע סטארי אויפ'ן קאווער, שרייבן הרב הצדיק אויף ר' שרגי געשטעטנער א וואוילער בעל בית (טאטע העלף) און די וואך שרייבן זכותו הגדול יגן עלינו, (טו מיר א טובה).
די גאנצע אינטערוויו מיט שרגי איז אומקלאסיש, דער וועג וויאזוי מ'רעדט פון זיין זינגען כאילו ער איז געווען אן עובד עבודה זרה און אלע זינגערס זענען שקצים, וכהנה רבות פעלט א פראפעסיאנעלע איבערזיכט ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.
ס'איז צייט קינדליין זאל נעמען זייערע פילע רעסורסן און אהערשטעלן א רעדאקציע מיט א טעם און א גראם. א דאנק.

נשלח: דאנערשטאג מאי 27, 2021 3:42 pm
דורך מפיל קינד
אויב ווילסטו פארגלייכן, דארפסטו נעמען קינדליין נומער 5 און פארגלייכן די יעצטיגע מיט די דעמאלטסדיגע.


ר' מענדל הערש האט אויך אמאל אנגעהויבן, יעצט דארף מען געבן א שאנס פארן נייעם רעדאקטער (אויב ס'איז דא בכלל) און אים לאזן זיך פארבעסערן.

נשלח: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:08 pm
דורך אישתישבי
ביטע לאזט וויסן ווען ער קומט אהן.

מיין נביאות איז, אז ביז א יאר איז קינדליין פארמאכט.

נשלח: דאנערשטאג מאי 27, 2021 4:23 pm
דורך אישתישבי
קאווע קריטיק האט געשריבן:קוקנדיג אויפ'ן נייעם קינדליין איז דער בעסטער וועג צו פארשטיין די גרינטליכע, געניטע און אחריות'דיגע ארבעט אין רעדאקטארשאפט וואס איז געטון געווארן דורכ'ן פריערדיגן רעדאקטאר ר' מענדל הערש און ווי שווער דאס איז צו רעפלעיסן אפילו ווען די ריינערס פאכן מיט א בייטל פון עשרת אלפים ככר.
מ'קען האבן געלט און גוטע שרייבערס און דאך פירן א טאקטלאזע ווערטשאפט.
דער מאגאזין איז פול מיט גרייזן, די נייע גראפיקס וואס איז נישט נאכגעמאכט די אלטע קינדליין (א ביישפיל ביי חכמות און פקחות) איז חלשות, גרייזן אויפ'ן קאווער מיט ווילדע סופערלאטיוון איבער אויפטרייסלנ'דיגע (בכלל דא אזא ווארט?) חלומות, צוויי מאל די זעלבע סטארי אויפ'ן קאווער, שרייבן הרב הצדיק אויף ר' שרגי געשטעטנער א וואוילער בעל בית (טאטע העלף) און די וואך שרייבן זכותו הגדול יגן עלינו, (טו מיר א טובה).
די גאנצע אינטערוויו מיט שרגי איז אומקלאסיש, דער וועג וויאזוי מ'רעדט פון זיין זינגען כאילו ער איז געווען אן עובד עבודה זרה און אלע זינגערס זענען שקצים, וכהנה רבות פעלט א פראפעסיאנעלע איבערזיכט ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.
ס'איז צייט קינדליין זאל נעמען זייערע פילע רעסורסן און אהערשטעלן א רעדאקציע מיט א טעם און א גראם. א דאנק.



אויב בענקט זיך אזוי שטארק, פארוואס קויפט איר נישט הונדרעט?