רבי צבי הירש פיש
נשלח: דאנערשטאג מאי 27, 2021 3:23 pm
אין מאנסי האט זיך לעצטנס באזעצט א נייער משפיע, רבי צבי הירש פיש שליט"א, וואס איז נעתר געווארן לבקשתינו... און איז געקומען וואוינען פון קאנאדע בגלילות מאנסי יע"א. איך פערזענליך האב קיינמאל נישט געהערט פון אים, אבער זעהענדיג דעם ערשטן שבת און יו"ט, אז ער האט געהאט הונדערטע מענטשן, האט דאס מיר אינטערעסירט.
לויט וואס מענטשן רעדן, האט ער אסאך וואס צו פארקויפן, און מענטשן שווערן זיך אז ער וועט נאך אמאל זיין א ריזיגע רבי מיט פילע פילע אנהענגער, ווייל ער האט א געוואלדיגער כח המושך. מענטשן זאגן אז ער גייט אוועקנעמען דאס מאמענטום וואס דער סקולענער רבי האט איינגענומען אין מאנסי און ער גייט אים איינשלינגען. ווער עס ווייסט (אזוי זאגן מיינע מאנסי'ער חברים), האט דער סקולענער רבי היבש איינגענומען די שטאט און ער ווערט פארררעכנט אלס דאס מערסט ערנסטער מקום וואו א חסידי'שע איד, א מבקש, קען עפעס הערן און זען, און וואו מען קומט אהין כסדר שבתים וזמני קודש. זאגט מען אצינד אז דאס וועט זיך טוישן, וויבאלד אן ערנסטער מבקש וועט ענדערש זוכן צו גיין צו הרב פיש, בשעת סקולען וועט זיין געמאכט פאר סקולענע חסידים (פון מאנסי...) מיט אפאר שכנים אויף די גאס.
אויב איינער האט עפעס מער אינפארמאציע איבער הרב פיש, און וואס ער האט צו פארקויפן, איז מכובד אריינצוקומען קלאר און מיטטיילן אינפארמאציע.
בכלל, איז כדאי ארומצושמועסן איבער די שטאט מאנסי אין די לעצטע יארן. מאנסי איז געווארן א רייפע פעלד פאר משפיעים און זייערע השפעות, נאך וואס די שטאט ברוקלין איז שוין בעצם אויסגעוואקסן, און אין מאנסי וואוינען טויזנטע אידן וואס זוכן און לעכצן צו הערן און זען א חסידי'שע איד. אמאל איז גארנישט געווען דארט אויסער וויזניץ, און היינט איז דאס שוין אויך נישטא... דאס האט געמאכט אז פיל משפיעים וואקסן דארט ארויס, א שטייגער ווי בארנוב, סטאניסלאוו, סקולען, זוועהיל, ר' מרדכי שטיינער, ר' אברהם יעקב ברוין, פשעמישל, און נאך און נאך, און אלע זענען מצליח און פארמאגן גרויסע עולמות (אה, פארגעסן... אויך באניע איז אין מאנסי...) - ס'איז דא א גרויסע צמאון און דארשט נאך א גוטן איד, און די פלאץ איז יעצט רייף פאר א משפיע דארט צו מצליח זיין, און טאקע דערפאר קומען אהין אסאך אידן.
בקיצור, אויב ווייסט איינער עפעס מער פון וואס איך רעד, זאל ביטע מיטטיילן.