בלאט 1 פון 1

ברעיקינג! לפיד פארמירט א קאליציע!!

נשלח: מיטוואך יוני 02, 2021 4:50 pm
דורך גיב א שמייכעל
עס קימט יעצט אריין די נייעס אז ס'איז געלונגען פאר יאיר לפיד צו צוזאמשטעלן א קאליציע אינאיינעם מיט בנט, סער, גאנץ, ליבערמאן און די אראבישע פארטיי!
עס וועט זיין די ערשטע מאל און די היסטאריע פון מדינת ישראל וואס אראבער'ס זענען א טייל פון די רעגירונג!
לויט'ן אפמאך וועט נפתלי בנט ערשט דינען אלס פרעימער און דערנאך לפיד. עס וועט ענדיגען א צוועלף יעריגע אפשניט וואס ביבי נתניהו איז אויפן בענקל.

נשלח: מיטוואך יוני 02, 2021 4:53 pm
דורך גיב א שמייכעל
פרעזידענט ראובן (רובי) ריבלין ביים ערהאלטען די טעלעפאון רוף פון לפיד אז ס'איז איהם געלונגען צו פארמירען די נייע רעגירונג

נשלח: מיטוואך יוני 02, 2021 5:10 pm
דורך תרמב
סאיז נאך דא צוועלף טעג ביז סווערט איינגעשוואוירן די נייע רעגירונג, און ביז דעמאלטס קען עס נאך פלאפון, אויף יעצט איז דא איינער פון ימינה וואס וויל וואוטן אקעגן, ניר אורבאך אויף דערווייל האט מען אים געבעטן ער זאל נאך נישט ארויסקומען, אפשר וועט מען אים נאך קאנווינסן.

נשלח: מיטוואך יוני 02, 2021 6:00 pm
דורך סעגאל
איך מיין איך גיי עפענען א אשכול אז עס איז געלינגען פאר גדעאון סער צו צוזאמשטעלן א קאליציע. אזוי וועט יעדע פארטיי האבען א אשכול.
ב.ד.וו. איך האב פארשטאנען אז די אראבער זענען נישט אפיציעל אין די קאליציע זיי גייען נאר וואוטען מיט זיי.

נשלח: מיטוואך יוני 02, 2021 8:23 pm
דורך תרמב
די אראבערס באקומען 50 ביליאן שקל מיט נאך אסאך געזעצן לטובתם, אודאי גייען זיי זיין אין די רעגירונג.