בלאט 1 פון 2

נידער מיטן רעקל!!?

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 11:46 am
דורך טמיר
יעדער פארשטייט אז עס איז נישט נארמאל צי גיין מיט א שווארצע וואלענע רעקל אונטער א ברענעדיגע 92 דעגרי זון. נאר וואס? מ'איז נישט משנה, מאיז תורה טרייע אידן אפילו עס איז שווער.

די שאלה איז, איז אלץ געווען אזוי איינגעפירט ביי אונזערע אור עלטערן? פלעגט מען טון די זעלבע מיט הונדערט יאר צוריק? איז געווען אזוי הייס?

אפשר קען מען מיט א כח היחיד/רבים דאס טוישן? יעצט קום מיך נישט זאגן טו וויאזוי דו ווילסט, ווייל פארוואס זעה איך דיך נישט טון אזוי?

Re: נידער מיטן רעקל!!?

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 11:46 am
דורך טמיר
אפדעיט: ס'איז שוין 93 דעגריס

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 11:52 am
דורך קורקלענד
ס'הייבט זיך אן מיט די וועסטל, דערנאך גייט עס צו די רעקל, נאכדעם די ציצית, שפעטער די לאנגע ארבעל. און אזוי איז מען א טריט אוועק פון גיין ווי דער גוי.

Re: נידער מיטן רעקל!!?

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 11:59 am
דורך טמיר
אפדעיט: שוין 94 דעגרי. דערווייל די g&g רעקלעך קרוזען נאך ארום די גאסן

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 12:38 pm
דורך פערינא
איך מיין אז עטץ אזוי אנגעטאן, מיט צו פילען מיט די ווייבער וואס טראגען נעבעך שייטלען און היטען אין די שווערע זין.

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 4:45 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
עס דערמאנט מיר דעם מעשה שהי', אז א איד פון קרית יואל איז אמאל אריינגעפארן קיין שיכון סקווירא און דורךפארענדיג עטליכע גאסן האט ער דערזעהן פונעם שפיגל אז עס בליטשקעט אונטער איהם, והנה א פאלייצי קאר איז אונטער איהם און האט איהם אפגעשטעלט, פון די פאליציי קאר איז ארויסגעקומען א היימישער סקווירא פאליציי מאן מיט די שמונה בגדים, און ער בעהט איהם "לייסענס ענד רעגיסטרעעישען פליס"!!!! צום באוואנדערונג פונעם איד פרעגענדיג מה פשעי ומה חטאתי ? נישט געפעסט קיין סטאפ סיין, נישט גערעדט אויפן סעלפאון, געהאט סיט-בעלטס, וואס איז געשעהן ?
זאגט איהם דער פאליצייאנט "איר האט געדרייווט אהן א רעקל"
און דער פאלצייאנט איז ארויסגעקומען מיט א טיקעט און איז געטשארדזשט געווארן מיט reckless driving

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 4:59 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
טמיר האט געשריבן:יעדער פארשטייט אז עס איז נישט נארמאל צי גיין מיט א שווארצע וואלענע רעקל אונטער א ברענעדיגע 92 דעגרי זון. נאר וואס? מ'איז נישט משנה, מאיז תורה טרייע אידן אפילו עס איז שווער.

די שאלה איז, איז אלץ געווען אזוי איינגעפירט ביי אונזערע אור עלטערן? פלעגט מען טון די זעלבע מיט הונדערט יאר צוריק? איז געווען אזוי הייס?

אפשר קען מען מיט א כח היחיד/רבים דאס טוישן? יעצט קום מיך נישט זאגן טו וויאזוי דו ווילסט, ווייל פארוואס זעה איך דיך נישט טון אזוי?

ס’איז זיכער נישט געווען אזוי איינגעפירט ביי אונזערע אור עלטערן !
לויט די בילדער וואס איך האב געזעהן פון אמאל זעה איך אז ס’איז א משוגעת פון די היינטיגע סאסייעטי און ווי אויך פון מענטשן וואס האבן מורא אז קיינער וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי אויב זיי גייען אהן א רעקל.
ס’האט גארנישט מיט אידישקייט איינגעלייגט

אין ירושלים ביי די אלטע נקיי הדעת זענען זיי געגאנגען אן קיין הויזן בלויז מיט די גאטקעס אין די הייסע זומער טעג...

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 5:11 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שוין א לאנגע צייט וואס ס׳עגבערט מיר די קשיא פארוואס די מצוה פון שמונה בגדים ווערט נישט דערמאנט אין ש״ס ופוסקים, פארקערט גאר, פון אלע באשרייבונגען פון תנ״ך און ש״ס ופוסקים זעהט אויס ווי זיי האבן בכלל נישט גורס געווען אט דעם מצוה. האב איך לעצטנס געזעהן אין רמב״ן וואו ער זאגט אז בימי מלכי ישראל און שפעטער די נביאי השקר, שומרונים, צדוקים, איסיים, פרושים, נוצרים, קראים, שבתי צבי, פראנקיסטן, משכילים, רעפארמער, ציונים, וכו׳ האבן טאקע רוב אידן פארגעסן תורה ומצוות און שפעטער בימי רבינו הקדוש השני וקופת שרצים שמאחוריו האט מען זיך עס צוריק דערמאנט, און אפילו ער רעדט דארט פון די מלכי ישראל, צדוקים, משכילים וכדומה זענען דאך אבער די פרומע אידן ע״פ רוב נישט צופיל בעסער געוועזן און ס׳איז טאקע מער ווייניגער פארגעסן געווארן תורה ומצוות פון רוב כלל ישראל במשך רוב תקופת ההיסטאריע, אשרינו שזכינו!!

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 5:24 pm
דורך מפיל קינד
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:ס’איז זיכער נישט געווען אזוי איינגעפירט ביי אונזערע אור עלטערן !
לויט די בילדער וואס איך האב געזעהן פון אמאל זעה איך אז ס’איז א משוגעת פון די היינטיגע סאסייעטי און ווי אויך פון מענטשן וואס האבן מורא אז קיינער וועט זיך נישט וועלן משדך זיין מיט זיי אויב זיי גייען אהן א רעקל.
ס’האט גארנישט מיט אידישקייט איינגעלייגט

אין ירושלים ביי די אלטע נקיי הדעת זענען זיי געגאנגען אן קיין הויזן בלויז מיט די גאטקעס אין די הייסע זומער טעג...

די אלטע בילדער פון פרומע חסידישע פוילישע און אונגארישע אידן זענען מיט הוטן און רעקלעך. דוק ותשכח.

די הויזן אין ירושלים איז נישט אנדערש ווינטער און זומער. דאס איז מחשש קרי רח"ל, נישט צוליב די היצן... מעגליך ס'העלפט אויך פאר א שפשפת כידוע ליוד"ח.

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 5:36 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
מפיל קינד האט געשריבן:

אויף די בילדער שטייט נישט וויפיל דעגרי ס’איז דעמאלטס געווען...
איך ווייס פון מיין זיידן ע"ה אז אין דער זומער האט מען זיך געמאכט פיין באקוועם....
דאס איז זיכער אז דעמאלטס איז מען נישט געגאנגען מיט הארטע און דיקע g&g רעקלעך !

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 6:39 pm
דורך חתן בחור
פונקט געטראפען א בילד אנליין וויאזוי די יודען פלעגן גיין אנגעטוהן שבת פאר׳ן אכצען-יאר הונדערט!
דאס קאפעליש פלעגט מען רופען א ״שבת-דעקל״.

וויקיפידיע

בילד

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 9:02 pm
דורך ליב צו וויסן
טמיר האט געשריבן:יעדער פארשטייט אז עס איז נישט נארמאל צי גיין מיט א שווארצע וואלענע רעקל אונטער א ברענעדיגע 92 דעגרי זון. נאר וואס? מ'איז נישט משנה, מאיז תורה טרייע אידן אפילו עס איז שווער.

די שאלה איז, איז אלץ געווען אזוי איינגעפירט ביי אונזערע אור עלטערן? פלעגט מען טון די זעלבע מיט הונדערט יאר צוריק? איז געווען אזוי הייס?

אפשר קען מען מיט א כח היחיד/רבים דאס טוישן? יעצט קום מיך נישט זאגן טו וויאזוי דו ווילסט, ווייל פארוואס זעה איך דיך נישט טון אזוי?

כח היחיד האט עס שוין אויסגעטוהן, יעצט איז צייט אז דו זאלסט אויך אזוי גיין.. :lol:

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 9:06 pm
דורך ליב צו וויסן
חתן בחור האט געשריבן:פונקט געטראפען א בילד אנליין וויאזוי די יודען פלעגן גיין אנגעטוהן שבת פאר׳ן אכצען-יאר הונדערט!
דאס קאפעליש פלעגט מען רופען א ״שבת-דעקל״.

וויקיפידיע

בילד

נאר די מאדערנע פלעגן אזוי גיין.. והא ראיה, דארט דרייט זיך א פרוי כאילו לא היה...

Re: נידער מיטן רעקל!!?

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 9:16 pm
דורך תוהו ובוהו
ליב צו וויסן האט געשריבן:נאר די מאדערנע פלעגן אזוי גיין.. והא ראיה, דארט דרייט זיך א פרוי כאילו לא היה...

דפו''י ''כאילו לא היתה'' (ב''ש)

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 10:57 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
הכל מודים אז מען פלעגט גיין בערך אזוי די לעצטע פאר הונדרעט יאר. ועל מה אנו דנין צו מען דארף זיך מוסר נפש זיין צו גיין מיטן g&g דיקע רעקל ווען הוצין יורדין לתוך עשרה... אדער מען מעג זיך מאכן באקוועם
און איך מעג גיין צו מנחה מעריב מיט א דינע כאלעטל אפילו עס איז נישט אזוי בעלעבאטיש. אדער זיך אינגאנצען אויסטוהן דאס רעקל אויפן גאס. אדער מעג איך גיין מיטן בלויזן אונטערהעמד [מיט ציצית הענגעדיג דערויף] אין אזא וועטער
ביי די נעקסטע דור חתונות ווען דער בדחן וועט דערמאנען דעם פארשטארבענעם זיידן לטובה, וועט ער אויסגראמען דעם זיידן ווי פאלגענד:
די זכותים פונעם זיידן ר’ גרונם זעהט מען בחוש,
ער האט קיינמאל נישט מוותר געווען אויפן חסידישען לבוש,
אפילו אין די גרויסע היצן
ווען יעדער האט געטוהן שוויצן
איז ער מיט מסירות נפש ווייטער געגאנגען מיט זיין דיקען אנצוג און הוט
מיטן טייטן גארטל אויף זיין לייב אינדערמיט

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 11:03 pm
דורך גליקלעך
וועלכע ארבעטס אינגערמאן דרייט זיך מיט א רעקל אינמיטן טאג?

ביי אונז אין ק’’י איז דא ווייניג רעקלעך אינמיטן טאג, חוץ פון כלי קודש און כולל אינגעלייט.

נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 11:20 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
גליקלעך האט געשריבן:וועלכע ארבעטס אינגערמאן דרייט זיך מיט א רעקל אינמיטן טאג?
ביי אונז אין ק’’י איז דא ווייניג רעקלעך אינמיטן טאג (דאכט זיך), חוץ פון כלי קודש און כולל אינגעלייט.

אין קרית יואל איז טאקע אכשר דרא מער ווייניגער ביי די 20-50 יארגאנג

נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 9:56 am
דורך הקטן
ליב צו וויסן האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:פונקט געטראפען א בילד אנליין וויאזוי די יודען פלעגן גיין אנגעטוהן שבת פאר׳ן אכצען-יאר הונדערט!
דאס קאפעליש פלעגט מען רופען א ״שבת-דעקל״.

וויקיפידיע

בילד

נאר די מאדערנע פלעגן אזוי גיין.. והא ראיה, דארט דרייט זיך א פרוי כאילו לא היה...

דו זעסט נישט וואו א יעדער דרייט זיך אוועק פין איר?
אלע שטייען זיי אין קיפקעס, אויסער צוויי מענער אליין וואס שטייען ממש לעבן איר אבער אוועקגעדרייט און באמערקען איר בכלל נישט
אחוץ איינער און די בעק וואס קיקט מיט באהאלטענע שארפן בליקען, ער איז טאקע געווען די באם אין שטעטעל - אלע ווייסען דאס

איך מיין די סעגרעגעשען איז טאקע א חלק וואס די בילד וויל ארויסברענגן

זי האלט עפעס אינטער די ארעם, זעט אויס די שטאט האט געהאט אן עירוב

נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 4:04 pm
דורך berlbalaguleh
ס'האט אמאל געוואוינט אין שכינות מיט מיר א זיסער, שטארק פארליטענער איד. ר' גדליה בעלז, ע"ה. האט ער אמאל, אין א שטארק הייסן, זומערדיגן טאג באמערקט א בחור אדער א יונגערמאן וועלכער איז געגאנגען באקליידט מיט די שמונה בגדים. אנגעהויבן פון דעם שטאפענעם קאפעליוש און דעם לאנגן, דיקן רעקל מיט דעם וועסטל און געלן, וואלענעם טלית קטן. דער איד האט געשוויצט בגדול. רופט ער זיך אן צו איהם בזה הלשון..."יונגערמאן. דו האסט אפשר פארגעסן עפעס אנצוטוהן"...?!

נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 4:07 pm
דורך berlbalaguleh
הקטן: איך וואלט אויך געוואלט זיין פון די מאדערנע אידן פון 1900 יאר צוריק. נאר היינט וואלט איך געגאנגען א הויכן, מולטי-שפיציגן שטריימל..!

נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 4:12 pm
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:שוין א לאנגע צייט וואס ס׳עגבערט מיר די קשיא פארוואס די מצוה פון שמונה בגדים ווערט נישט דערמאנט אין ש״ס ופוסקים, פארקערט גאר, פון אלע באשרייבונגען פון תנ״ך און ש״ס ופוסקים זעהט אויס ווי זיי האבן בכלל נישט גורס געווען אט דעם מצוה. האב איך לעצטנס געזעהן אין רמב״ן וואו ער זאגט אז בימי מלכי ישראל און שפעטער די נביאי השקר, שומרונים, צדוקים, איסיים, פרושים, נוצרים, קראים, שבתי צבי, פראנקיסטן, משכילים, רעפארמער, ציונים, וכו׳ האבן טאקע רוב אידן פארגעסן תורה ומצוות און שפעטער בימי רבינו הקדוש השני וקופת שרצים שמאחוריו האט מען זיך עס צוריק דערמאנט, און אפילו ער רעדט דארט פון די מלכי ישראל, צדוקים, משכילים וכדומה זענען דאך אבער די פרומע אידן ע״פ רוב נישט צופיל בעסער געוועזן און ס׳איז טאקע מער ווייניגער פארגעסן געווארן תורה ומצוות פון רוב כלל ישראל במשך רוב תקופת ההיסטאריע, אשרינו שזכינו!!

רביה"ק זי"ע: און אלעס אין זכות פון גיין די שמונה בגדים אין א הייסן, זומער'דיגן טאג פון קרוב צו 100 דעגריס...?!

נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 5:39 pm
דורך אייראפעישער חסיד
ליב צו וויסן האט געשריבן:
חתן בחור האט געשריבן:פונקט געטראפען א בילד אנליין וויאזוי די יודען פלעגן גיין אנגעטוהן שבת פאר׳ן אכצען-יאר הונדערט!
דאס קאפעליש פלעגט מען רופען א ״שבת-דעקל״.

וויקיפידיע

בילד

נאר די מאדערנע פלעגן אזוי גיין.. והא ראיה, דארט דרייט זיך א פרוי כאילו לא היה...

גראדע איז די לבוש מיט א אידשע טעם!

נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 5:43 pm
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:ס'האט אמאל געוואוינט אין שכינות מיט מיר א זיסער, שטארק פארליטענער איד. ר' גדליה בעלז, ע"ה. האט ער אמאל, אין א שטארק הייסן, זומערדיגן טאג באמערקט א בחור אדער א יונגערמאן וועלכער איז געגאנגען באקליידט מיט די שמונה בגדים. אנגעהויבן פון דעם שטאפענעם קאפעליוש און דעם לאנג, דיקן רעקל מיט דעם וועסטל און געלן, וואלענעם טלית קטן. דער איד האט געשוויצט בגדול. רופט ער זיך אן צו איהם בזה הלשון..."יונגערמאן. דו האסט אפשר פארגעסן עפעס אנצוטוהן"...?!

זאל ער רוען אין לעכטיגען גן עדן, אבער זיין טלית קטן איז אויך געוועהן געל און שווארצליך.

האט ער נישט געוואוינט העכער סטיטישין?