בלאט 1 פון 2
אינטערסאנטע מענטשען פון מאנסי ניו יארק
נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 7:19 pm
דורך טובי געלד
און מאנסי איז באוויסט געווען א ווערטעל פון יארמער רב מאנסי איז אדער א בעל תשובה אדער א שארט קארט, איז אזוי שארט קאטס איז שוין ממש נישטא ווייל אלעס איז פארבויעט און בעל תשובה ווייניג בעיקר מישגעים, עס איז זייער אינטערסאנט דורכצוגיין די נעמען פון אינטערסאנטע פיגורען אין מאנסי , צום ערשט וועלו מיר אנבייהען מיט משה ניא יארקער וואס איז שפעטער געווארען ביי א טייל אידען א נסתר ווער עס ווייסט זיין ראשית צמיחת גדלותו זאל זיך אנרופען
נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 7:29 pm
דורך אישתישבי
ער איז געוועהן באשריבן באריכות דא אויף ק"ש.
נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 10:52 pm
דורך טובי געלד
מיר האבען פיל אינטערסאנטע מענטשען ווי החסיד היקר יצחק תהילים שליט"א וואס איז א זעלטענע משמח אנשים ביי שמחות חתן וכלה מיט זיינע שיינע ווערטליך א גבאי ביים הייליגען ריבניצער זי"ע ער פלעגט מאכען ביי חתונה'ס א ברוגז טאנץ אז סגעווען וואס צו זעהן,
נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 2:14 am
דורך אלע צוזאמען
ס'דא איינער, כ'ווייס נישט וויאזוי ער הייסט, וואס לויפט ארום צו אלע ברית'ן אין מאנסי, קען איינער זאגן ווער ער איז? אוי האב איך געכאפט קללות פון אים.
נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 8:20 am
דורך [NAMELESS]
אלע צוזאמען האט געשריבן:ס'דא איינער, כ'ווייס נישט וויאזוי ער הייסט, וואס לויפט ארום צו אלע ברית'ן אין מאנסי, קען איינער זאגן ווער ער איז? אוי האב איך געכאפט קללות פון אים.
נחום שווארץ...
אויך איז דא דער באקאנטער שמחה טאנצער ר' משה דעמיק, איך האב א געפיל אז ער וועט איין טאג ענדיגן אלס צדיק נסתר.
נשלח: מאנטאג יוני 07, 2021 3:41 pm
דורך [NAMELESS]
איינער האט אפשר א ליסטע פון חברי הכולל פון ר' חיים פלאר? כמעט יעדער דארט קען ארויפגיין אויף די ליסטע דא...
נשלח: דינסטאג יוני 08, 2021 11:02 am
דורך berlbalaguleh
אלע צוזאמען האט געשריבן:ס'דא איינער, כ'ווייס נישט וויאזוי ער הייסט, וואס לויפט ארום צו אלע ברית'ן אין מאנסי, קען איינער זאגן ווער ער איז? אוי האב איך געכאפט קללות פון אים.
אלע צוזאמען: איך האב באקומען ברכות פון איהם. ביי די ברית פון מיין אייניקל.
איך ווילל דיך בארואיגן. דו דארפסט זיך נישט זארגן. זיינע קללות זענען פונקט אזויפיהל ווערד ווי זיינע ברכות...לאל...!
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 3:34 pm
דורך טובי געלד
און וואס טוט זיך מיט א אינטערסאנטע פיגור א ירושלימער לבוש מיט א זעלטענע צורה טוישט נישט קיין ווארט מיט א מענטש און ער האט כסדר א ציגאר וכו אויב איינער האט א בילד ביטע לתועלת הרבים
נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:15 pm
דורך אייראפעישער חסיד
טובי געלד האט געשריבן:און וואס טוט זיך מיט א אינטערסאנטע פיגור א ירושלימער לבוש מיט א זעלטענע צורה טוישט נישט קיין ווארט מיט א מענטש און ער האט כסדר א ציגאר וכו אויב איינער האט א בילד ביטע לתועלת הרבים
מיינסט דער וולגייזער?
נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 1:24 am
דורך טיכטיגער
ס'איז דא א איד איינער זעליג מאנדעל, ער וואוינט אין א באס, דאכצעך ערגעץ נעבן ניקלשבורגער שול אויף מילטאן
נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 1:34 am
דורך אלע צוזאמען
ער איז געווען באשריבן אין די מאמענט, ער איז א בעל תשובה/גר צדק (דענק איך נישט וועלכע) פון 'וואשינגטאן' סטעיט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 5:03 am
דורך [NAMELESS]
טיכטיגער האט געשריבן:ס'איז דא א איד איינער זעליג מאנדעל, ער וואוינט אין א באס, דאכצעך ערגעץ נעבן ניקלשבורגער שול אויף מילטאן
ער איז נאר געווארן אן אינטערסאנטער מענטש זינט די מאמענט האט אים געקרוינט מיט דעם טיטל. ער איז געווען א מחנך אין בית דוד ביז ווען ער האט זיך גע'גט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 5:14 am
דורך berlbalaguleh
אלע צוזאמען: איז, ווי איז ער אנגעקומען צו וואוינען אין א באס...?! איינער וואס איז א מחנך. און ער האט זיך געג'ט גייט ער נאכנישט אויטאמאטיש וואוינען אין א באס. עפעס אינפארמעישן פעהלט דא...!
ממילא איז ער נישט אן אינטרעסאנטער מענטש ווייל דער מאמענט האט איהם געקרוינט. נאר דער מאמענט האט איהם געקרוינט ווייל ער איז...!
נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 6:12 am
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:אלע צוזאמען: איז, ווי איז ער אנגעקומען צו וואוינען אין א באס...?! איינער וואס איז א מחנך. און ער האט זיך געג'ט גייט ער נאכנישט אויטאמאטיש וואוינען אין א באס. עפעס אינפארמעישן פעהלט דא...!
ממילא איז ער נישט אן אינטרעסאנטער מענטש ווייל דער מאמענט האט איהם געקרוינט. נאר דער מאמענט האט איהם געקרוינט ווייל ער איז...!
ער האט פשוט נישט געהאט קיין געלט, איז געווען א פארלאזטער הייזקע וואו ר' אברהם גאלדשטיין פלעגט וואוינען. דאס האט געהערט צו ר' מיכל לעבאוויטש שליט"א מניקלשבורג, ער האט געגעבן ערלויבעניש פאר ר' זעליג צו וואוינען דארטן ביז ווען מען ווארפט עס איין. אזוי האט ער געטון.
און דאן האט מען צוקנאקט דעם הויז, און ר' זעליג איז געבליבן היימלאז, האט אים זיין זון, וועלכער איז א שטיקל קאנטראקטאר, געבויעט א פריוואזארישע היים אין א באס וואס ער האט געקויפט, און ר' זעליג האט דאס ליב באקומען, זינט דאן וואוינט ער דערין.
נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 1:55 pm
דורך [NAMELESS]
פארברענגט יארן צוריק אין מאנסי מיט א טשיקאווע איד מיט א פויליש געשטעל, א היפשע יודע ספר, און א ידען עצום און א זכרון נפלא ר' (יוסף לייב?) האמבורגער. כ'האב נישט געקענט ארויסהאבן קיין פונקטליכע הגדרה אויף איהם, זייער אינטערעסאנט, עכ"פ פאר מיר.
נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 2:06 pm
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:פארברענגט יארן צוריק אין מאנסי מיט א טשיקאווע איד מיט א פויליש געשטעל, א היפשע יודע ספר, און א ידען עצום און א זכרון נפלא ר' (יוסף לייב?) האמבורגער. כ'האב נישט געקענט ארויסהאבן קיין פונקטליכע הגדרה אויף איהם, זייער אינטערעסאנט, עכ"פ פאר מיר.
ער הייסט ר' זבולון האמבורגער שליט"א און אינטערסאנט איז אז ער וואוינט אויך אין די געגנט פון ניקלשבורג. ער פארמאגט אביסעלע געלט פון זיין רייכע מאמע וואס געוועלטיגט אויף צענדליגע הייזער אין די עליש פארקוועי אומגעגנט. ער האט זיך זיינע הינדעלעך און ציגעלעך אין זיין גארטן און ער איז עוסק אין תורת הקבלה א גאנצן טאג.
מיר האט ער דערמאנט פון די מעשה פון הערשל מיט די ציגן...
נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 4:40 pm
דורך יין שרף
שמו רבי יוסף לייב. תלמיד חכם עצום וזכרון נפלא. האט שוין לאנג נישט זיינע ציגעלעך. יארן לאנג געווען די אפעציעלע substitute אין בית דוד חדר, און אויך א ענגליש טיטשער דארט.
נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 9:21 pm
דורך שמעקעדיג
איינער שרייבט מיר יעצט אז דער זעליג מאנדל האט שוין חתונה געהאט נאכאמאל און וואוינט שוין מער נישט אינעם באס.
נשלח: פרייטאג יוני 18, 2021 4:44 am
דורך [NAMELESS]
יין שרף האט געשריבן:שמו רבי יוסף לייב. תלמיד חכם עצום וזכרון נפלא. האט שוין לאנג נישט זיינע ציגעלעך. יארן לאנג געווען די אפעציעלע substitute אין בית דוד חדר, און אויך א ענגליש טיטשער דארט.
איך האב זיך אלע יארן איינגערעדט אז ער הייסט ר' זבולון...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:13 am
דורך [NAMELESS]
ריכטיג האט געשריבן:פארברענגט יארן צוריק אין מאנסי מיט א טשיקאווע איד מיט א פויליש געשטעל, א היפשע יודע ספר, און א ידען עצום און א זכרון נפלא ר' (יוסף לייב?) האמבורגער. כ'האב נישט געקענט ארויסהאבן קיין פונקטליכע הגדרה אויף איהם, זייער אינטערעסאנט, עכ"פ פאר מיר.
א בילד פון מעזיבוזשער רבי מיט דוד צבי מאסקאוויטש. הונטער דוד צבי שטייט ר' יוסף לייב מיט פארמאכטע אויגן.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 2:37 am
דורך מחצה''ק
ריכטיג האט געשריבן:ריכטיג האט געשריבן:פארברענגט יארן צוריק אין מאנסי מיט א טשיקאווע איד מיט א פויליש געשטעל, א היפשע יודע ספר, און א ידען עצום און א זכרון נפלא ר' (יוסף לייב?) האמבורגער. כ'האב נישט געקענט ארויסהאבן קיין פונקטליכע הגדרה אויף איהם, זייער אינטערעסאנט, עכ"פ פאר מיר.
א בילד פון מעזיבוזשער רבי מיט דוד צבי מאסקאוויטש. הונטער דוד צבי שטייט ר' יוסף לייב מיט פארמאכטע אויגן.
איך האב א אלטע חלום צוזאם ציברענגען דוד צבי מאסקאוויטש מיט מעזעבושע רבי מיט לימאנוב'ע רב מיט מבקשי השם רבי מיט פינטו אין דער ווערעצקיער אין נייטרא רבי
זיי זאלן פארארבעטן מעשים משיח זאל שוין קימען
נשלח: פרייטאג אקטאבער 15, 2021 1:46 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:איינער שרייבט מיר יעצט אז דער זעליג מאנדל האט שוין חתונה געהאט נאכאמאל און וואוינט שוין מער נישט אינעם באס.
שמעקעדיג: ביזדערווייל. איך וואלט איהם מייעץ געווען ער זאלל נאכנישט אויפגעבן זיין דירה אינ'ם באס. ווייל אפשר איז דעתו לחזור...!
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 16, 2021 8:15 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
מאך זיכער האט געשריבן:יין שרף האט געשריבן:שמו רבי יוסף לייב. תלמיד חכם עצום וזכרון נפלא. האט שוין לאנג נישט זיינע ציגעלעך. יארן לאנג געווען די אפעציעלע substitute אין בית דוד חדר, און אויך א ענגליש טיטשער דארט.
איך האב זיך אלע יארן איינגערעדט אז ער הייסט ראין ' זבולון...
אין ירושלים אין די הוראדנא הייזער האט געוואוינט א טייערע איד מיטן נאמען הגאון ר’ זבולון האמבורגער ז"ל מח"ס שערי זבול, ס’געווען א פארגעניגען צו פארברענגן מיט אט דעם איד. ער האט געהאט א ברייטע ידיעה אין די קליינע אותיות