בלאט 1 פון 3

אמת׳ע אהבה בין איש לאשתו

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 6:16 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
איך בין נישט קיין ׳בעל קורא׳, נאר איך בין פשוט מכובד געווארן מיט ׳פתיחה׳ :)

איך האב נישט קיין סאך ידיעות אין דעם ענין אבער האפענטליך וועט דער עולם אריינקומען מיט שאלות, תשובת, הארות והערות איבער דעם ווייניג באקאנטן נושא וואס איך וואלט זייער געוואלט קלאר ווערן...

אגב; איז לעצטענ׳ס ארויסגעקומען 2 שטארקע ספרים איבער דעם נושא:

Ma Toive.jpeg

ס׳דא צו באקומען אויף עמעזאן


׳א ניי לעבן׳
Ney Layben.jpeg

צו באקומען דא

ביידע זענען געוואלדיג! איינ׳ס בעסער פונעם צווייטן.

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 8:29 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ערשט לאמיר זעהן אמת'ע אהבה בין אדם לחברו, דאס איבעריגע וועט שוין נאכקומען.

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 11:05 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
:like
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ערשט לאמיר זעהן אמת'ע אהבה בין אדם לחברו, דאס איבעריגע וועט שוין נאכקומען.

מאידך גיסא איז בין אדם לחבירו באמת א גרויסע עבודה, נאר בין איש לאשתו איז דאך פארהאן א שטיקל שארט-קאט וכולי האי ואולי...

Rabbi Manis Friedman

נשלח: מיטוואך יוני 09, 2021 11:09 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 12:18 am
דורך צפור בודד
איך האב אויסגעהערט אינגאנצן איין מינוט פון גאנץ אויף דעם בלעטל. "נישטא קיין פרוי" וואס וויל זיין דער "דרייווער" אינדערהיים, און "יעדער פרוי" איז ביזי צי דער מאן מיינט מיך אדער זיך. דאס איז אלעס אין דער ערשטער מינוט.

מ'דארף אים איינשפארן ווי איידער פארקויפן זיינע ספרים און קורסן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 7:45 am
דורך [NAMELESS]
איך האב דורכגעליינט 'מה טובו אוהליך' און געהאט א געוואלדיגע תועלת דערפון.

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 8:43 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
צפור בודד האט געשריבן:איך האב אויסגעהערט אינגאנצן איין מינוט פון גאנץ אויף דעם בלעטל. "נישטא קיין פרוי" וואס וויל זיין דער "דרייווער" אינדערהיים, און "יעדער פרוי" איז ביזי צי דער מאן מיינט מיך אדער זיך. דאס איז אלעס אין דער ערשטער מינוט.

מ'דארף אים איינשפארן ווי איידער פארקויפן זיינע ספרים און קורסן.

ר׳ איד! מ׳אירטיילט נישט קיין מענטשן צו איינגעשפארט ווערן פון הערן בלויז איין מינוט... איך פארשטיי אז אויבנאויף זעיט עס אויס קאנטרעדיקטינג ריעל לייף, אבער אויב ווילסטו אריינקוקן טיפער... !Then you are In for a BIG Surprise

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:00 am
דורך אנטוישטער יונגערמאן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ערשט לאמיר זעהן אמת'ע אהבה בין אדם לחברו, דאס איבעריגע וועט שוין נאכקומען.


That’s right
First you need to know basic manners

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:03 am
דורך אינגערמאנטשיקל
מאך זיכער האט געשריבן:איך האב דורכגעליינט 'מה טובו אוהליך' און געהאט א געוואלדיגע תועלת דערפון.

גם אני מצטרף להנ"ל

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 10:18 am
דורך berlbalaguleh
איך האב אמאל מיט א סאך יארן צוריק צו געזעהן א וואונדערליכע סצענע אין א באס סטעישן.

א נישט אידישע, עלטערע פארפאלק. ווארטנדיג אויפ'ן באס וואו זיי האבן געדארפט פארן. דער מאן, זייענדיג ביי זיינע פולע חושים האט גערעדט מיט איידלקייט צו זיין פרוי וועלכע האט זעהט אויס ליידער געליטן פון אלצהיימערס. זי האט זיך אויפגעפיהרט ווי א בעיבי. זי האט געהאלטן אין איין שרייען. גארנישט וואס איהר מאן האט געטון איז געווען גענוג גוט פאר איהר. אבער ער האט ווייטער גערעדט זייער איידל צו איהר. ער האטציך נישט געבייזערט אדער געשריגן...!

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 10:46 am
דורך הקטן
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב אמאל מיט א סאך יארן צוריק צו געזעהן א וואונדערליכע סצענע אין א באס סטעישן.

א נישט אידישע, עלטערע פארפאלק. ווארטנדיג אויפ'ן באס וואו זיי האבן געדארפט פארן. דער מאן, זייענדיג ביי זיינע פולע חושים האט גערעדט מיט איידלקייט צו זיין פרוי וועלכע האט זעהט אויס ליידער געליטן פון אלצהיימערס. זי האט זיך אויפגעפיהרט ווי א בעיבי. זי האט געהאלטן אין איין שרייען. גארנישט וואס איהר מאן האט געטון איז געווען גענוג גוט פאר איהר. אבער ער האט ווייטער גערעדט זייער איידל צו איהר. ער האטציך נישט געבייזערט אדער געשריגן...!

אהא!!! - דו ביסט דאס...
און פין דארט נעמסטו "האלט דיך ראיג, בערל "...

נאך אלץ - באמת, איך שטוין פין ווינעדער

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 12:18 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ערשט לאמיר זעהן אמת'ע אהבה בין אדם לחברו, דאס איבעריגע וועט שוין נאכקומען.


That’s right
First you need to know basic manners

איך רעד נישט בדווקא פון manners הגם ס'איז אויך א טייל פונעם בילד, א בחור האט חתונה און ער האט ניטאמאל א נארמאלע ישרות'דיגע קשר מיט זיינע חברים, אלעס איז הפוך על הפוך מיט אויבערחכמישע פיקחות און ווייזן ווער איז קלוגער, אינגעלייט ווייסן ניטאמאל וואס זיי ווילן פון זייערע חברים כל שכן אז זיי ווייסן נישט וואס זיי ווילן פון זייער ווייב.

Re: אמת׳ע אהבה בין איש לאשתו

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 2:22 pm
דורך שארפןקאפ
רבה"ק האסט אויס געלאזט דאס וויכטיקסטע זיי ווייסן אפילו נישט וואס זיי אַליין ווילן

Sent from my SM-N986U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:17 pm
דורך berlbalaguleh
הקטן האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב אמאל מיט א סאך יארן צוריק צו געזעהן א וואונדערליכע סצענע אין א באס סטעישן.

א נישט אידישע, עלטערע פארפאלק. ווארטנדיג אויפ'ן באס וואו זיי האבן געדארפט פארן. דער מאן, זייענדיג ביי זיינע פולע חושים האט גערעדט מיט איידלקייט צו זיין פרוי וועלכע האט זעהט אויס ליידער געליטן פון אלצהיימערס. זי האט זיך אויפגעפיהרט ווי א בעיבי. זי האט געהאלטן אין איין שרייען. גארנישט וואס איהר מאן האט געטון איז געווען גענוג גוט פאר איהר. אבער ער האט ווייטער גערעדט זייער איידל צו איהר. ער האטציך נישט געבייזערט אדער געשריגן...!

אהא!!! - דו ביסט דאס...
און פין דארט נעמסטו "האלט דיך ראיג, בערל "...

נאך אלץ - באמת, איך שטוין פין ווינעדער

הקטן: זיי נישט ברויגז. דאס דארף צו זיין א דזשאוק. אבער איך הייב נישט אן צו פארשטיין...! ביטע זיי מסביר...!

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 4:26 pm
דורך בונה של טוב
דאס איז א ווידיאו וואס האט מיר שטארק געהאלפן שטעלן זאכן אין פערספעקטיוו ווען ס׳קומט צו ערווארטונגען...
ער האט א גאנצע טשענעל וואס רופט זיך school of life מיט גאנץ גוטע זאכן, אבער דאס איז דאס בעסטע וואס כ׳האב פון אים געהערט
https://youtu.be/-EvvPZFdjyk

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 5:42 pm
דורך yatzmachp
בונה של טוב האט געשריבן:דאס איז א ווידיאו וואס האט מיר שטארק געהאלפן שטעלן זאכן אין פערספעקטיוו ווען ס׳קומט צו ערווארטונגען...
ער האט א גאנצע טשענעל וואס רופט זיך school of life מיט גאנץ גוטע זאכן, אבער דאס איז דאס בעסטע וואס כ׳האב פון אים געהערט
https://youtu.be/-EvvPZFdjyk


א שאד דו צייגסט מיר אן דעם ווידיאו. איך בין געווען זיכער אז די שלום בית פראבלעם וואס איך האב איז ווייל איך בין אויפגעוואקסן אינעם היימישן חינוך. יעצט זעה איך אז עס איז א פראבלעם ביי אלע מיני חינוך סיסטעמען

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 6:08 pm
דורך אישתישבי



ער איז טאטאל צוקאקט

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 6:20 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
אישתישבי האט געשריבן:



ער איז טאטאל צוקאקט

איך האב נישט געזאגט אז יעדעס ווארט זיינער איז קודש קדשים, אבער ער האט גאר שטארקע נקודות וואס ווייניג רעדן דערפון, ואגב ציעט ער אויך היפש אינטערעסע ביי די נישט אידישע וועלט...

קום אריין קלאר, וואס האסטו געהערט פונעם וואס געפעלט דיר נישט??

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 6:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ער איז צעקוקט באופן כללי, אנדערע זאגן אז ס'קומט דערפון וואס זיינע עלטערן האבן גערעדט בשעת מעשה.

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 6:49 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ער איז צעקוקט באופן כללי, אנדערע זאגן אז ס'קומט דערפון וואס זיינע עלטערן האבן גערעדט בשעת מעשה.

דיר געפעלט ער אויך נישט? נו, פ״וו האסטו עס גלייקט?


---
אקעי. כ׳זעי האסטעס אראפגענומען.
בקיצור זאל דער רבי אריינקומען קלאר מעיקרא מאי קסבר.......?

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 7:14 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
אנטוישטער יונגערמאן האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ערשט לאמיר זעהן אמת'ע אהבה בין אדם לחברו, דאס איבעריגע וועט שוין נאכקומען.


That’s right
First you need to know basic manners

איך רעד נישט בדווקא פון manners הגם ס'איז אויך א טייל פונעם בילד, א בחור האט חתונה און ער האט ניטאמאל א נארמאלע ישרות'דיגע קשר מיט זיינע חברים, אלעס איז הפוך על הפוך מיט אויבערחכמישע פיקחות און ווייזן ווער איז קלוגער, אינגעלייט ווייסן ניטאמאל וואס זיי ווילן פון זייערע חברים כל שכן אז זיי ווייסן נישט וואס זיי ווילן פון זייער ווייב.

איך בין זיך קאטעגאריש מחולק!
זיי ווייסן שוין איינמאל און זענען זייער קלאר דערמיט.
ס׳איז בסך הכל איין זאך: אז די ווייב זאל טון וואס ׳ער׳ וויל.

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 7:49 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעצט בין איך שוין טאקע צומישט, רעדט מען דא פון אמת׳ע אהבה אדער פון נארסיסיזם, פאר נארסיסיזם מיין איך קען נאר א גוטע פסיכאלאג העלפן.

נשלח: דאנערשטאג יוני 10, 2021 9:09 pm
דורך אייראפעישער חסיד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יעצט בין איך שוין טאקע צומישט, רעדט מען דא פון אמת׳ע אהבה אדער פון נארסיסיזם, פאר נארסיסיזם מיין איך קען נאר א גוטע פסיכאלאג העלפן.

דען דארפן מיר אלע פסיכלאגען?