בלאט 1 פון 1

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 12:35 pm
דורך הקטן
קריינא דאיגרתא האט געשריבן:- We don’t hate all non-religious people. Our kids don’t throw stones at passing cars on Shabbos. I doubt they even know anyone who would do that or think that it’s ok. We frequently talk about the Torah value of caring for and being compassionate towards everyone. As a family, we proactively try to find ways to judge others favorably (even those people who throw stones at passing cars on Shabbos.)

מיין שאלה צו די ליינערס דא איז מיט וואס איז ער גערעכט און מיט וואס נישט?
ווי נארמאל איז דאס? קען איינער זאגן אז דאס איז נארמאל ביי אונז?


דאס איז זיכער נישט נארמאל דא ביי אינז, אין שטיבל

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 12:54 pm
דורך תרמב
איך בין נישט מסכים מיט אסאך זאכן וואס ער זאגט, די לייפסטייל וואס ער לייגט אראפ איז לכאורה פון א מאדערן ארטאדאקס פאמיליע אדער אויפן גרעניץ, וויפיל היימישע קינדער קענען דריי שפראכן פלוענט? וויפיל היינישע קינדער האבן צוטריט צו א טעלעסקאופ? צוטריט צו די אלע אקטיוויטיס וואס ער רעכנט אויס? אינטערסאנט אז ער שרייבט אויף פעיסבוק און ער האלט אז זיינע קינדער גייען נישט האבן קיין אינטערנעט.
אבער די עיקר נקודה איז ער גערעכט אז מ'מאלט אונז אראפ זייער פאלש אין די מידיא, אבער ער אלץ תשובת המשקל מאלט עס אראפ סאך גלאנציגער ווי ס'איז.

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 1:23 pm
דורך הקטן
תרמב האט געשריבן:אבער ער אלץ תשובת המשקל מאלט עס אראפ סאך גלאנציגער ווי ס'איז.


[left]If this description of Hareidi life is hard to swallow, be careful not to push back with the often-used defenses like: "Well, you're just an exception to the rule...", "You're just American Hareidim", "You're baalei teshuvah", "Well, I know a bunch of Haredim that aren't like that at all"

....because the truth is, while there might be many Hareidim who aren't like what I described above

it's still an accurate description of literally hundreds of thousands of Hareidim in Israel and the US —[/left]

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 4:07 pm
דורך אלע צוזאמען
תרמב האט געשריבן:איך בין נישט מסכים מיט אסאך זאכן וואס ער זאגט, די לייפסטייל וואס ער לייגט אראפ איז לכאורה פון א מאדערן ארטאדאקס פאמיליע אדער אויפן גרעניץ, וויפיל היימישע קינדער קענען דריי שפראכן פלוענט? וויפיל היינישע קינדער האבן צוטריט צו א טעלעסקאופ? צוטריט צו די אלע אקטיוויטיס וואס ער רעכנט אויס? אינטערסאנט אז ער שרייבט אויף פעיסבוק און ער האלט אז זיינע קינדער גייען נישט האבן קיין אינטערנעט.
אבער די עיקר נקודה איז ער גערעכט אז מ'מאלט אונז אראפ זייער פאלש אין די מידיא, אבער ער אלץ תשובת המשקל מאלט עס אראפ סאך גלאנציגער ווי ס'איז.

ער מאלט אראפ זיין לייפסטייל, און אלס א בעל תשובה איז עס טאקע אביסל אנדערש ווי די פערטע דור בעלזע/וויזניץ/באבוב/סאטמארע לעבנסשטייגער.
ווער קען נישט דריי שפּראַכן? יעדע אינגל קען 1) אידיש 2) לשון הקודש 3) ענגליש, טאקע נישט פליסיג אבער מ'קען עס, און יעדע נארמאלע עדאלט קען עס גענוג גוט צו קענען מיטהאלטן שמועסן און דרשות.
איך ווייס נישט פארוואס דו קוקסט אן אז צו האבן א טעלעסקאפ אינדערהיים איז אזא מאדנע זאך, גיי אריין אין עני טוי סטאר, איז דא צו באקומען פאר $60-$80, די טייערערע ברויך מען שוין קויפן אנליין, ס'אפשר פאני אז זיינע קינדער האבן נערווען צו זיצן און באטראכטן די שטערענס.
מיט דעם ביסטו גערעכט אז ער מאלט עס אראפ שענער און גלאנציגער, טאקע ווייל זיי לייגן עס אראפ שווארצער און טונקעלער.

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 4:09 pm
דורך יואליש
אלע צוזאמען האט געשריבן:ווער קען נישט דריי שפּראַכן? יעדע אינגל קען 1) אידיש 2) לשון הקודש 3) ענגליש, טאקע נישט פליסיג אבער מ'קען עס, און יעדע נארמאלע עדאלט קען עס גענוג גוט צו קענען מיטהאלטן שמועסן און דרשות.


4) Aramaic

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 4:15 pm
דורך אלע צוזאמען
דאס איז שוין אביסל שווערער און ליידער נישט יעדער קען עס, אבער און א געוויסע זין, גערעכט.

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 4:16 pm
דורך תרמב
ער האט גערעדט פון פלוענט, וויפיל קינדער קענען שרייבן אדער רעדן אויף לשון קודש? קוים וואס מ’קען שרייבן אין אידיש, רוב היימישע מיידלעך קענען נאר אידיש צו רעדן.

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 4:21 pm
דורך מפיל קינד
רוב היימישע מיידלעך אידיש?

אין ארץ ישראל קענען רוב היימישע און אפי' רוב חסידישע א בעסערע עברית (חוץ אין מאה שערים און בית שמש), און אין אמעריקע קענען רוב היימישע מיידלעך א בעסערע ענגליש.

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 4:32 pm
דורך אלע צוזאמען
תרמב האט געשריבן:ער האט גערעדט פון פלוענט, וויפיל קינדער קענען שרייבן אדער רעדן אויף לשון קודש? קוים וואס מ’קען שרייבן אין אידיש, רוב היימישע מיידלעך קענען נאר אידיש צו רעדן.

וואס זאל ער שרייבן, אז מ'קראצט זיך אויס? יא ער פוצט צו די מצב.פארוואס זאגסטו אז דו מיידלעך קענען נאר אידיש צו רעדן? איז נישט דא גענוג פרויען שרייבער'ס?

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 5:13 pm
דורך הקטן
יואליש האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:ווער קען נישט דריי שפּראַכן? יעדע אינגל קען 1) אידיש 2) לשון הקודש 3) ענגליש, טאקע נישט פליסיג אבער מ'קען עס, און יעדע נארמאלע עדאלט קען עס גענוג גוט צו קענען מיטהאלטן שמועסן און דרשות.

4) Aramaic


[left]- Kids in our community go to Torah schools where they learn (surprise!) Torah. They are fluent in three languages from a young age and the boys even read and understand a fourth (Aramaic).[/left]

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 5:44 pm
דורך אישתישבי
נו ער שרייבט דאך צו די גוים, און צו די גוים מעג מען זאגן ליגענט.

נאך א נקודה, בעלי תשובות זענען היבש איינגערעדט, קען זיין ער מיינט טאקע אז זיינע קינדער זענען קאל מיט עוואלוציע.

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 5:46 pm
דורך יואליש
הקטן האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
אלע צוזאמען האט געשריבן:ווער קען נישט דריי שפּראַכן? יעדע אינגל קען 1) אידיש 2) לשון הקודש 3) ענגליש, טאקע נישט פליסיג אבער מ'קען עס, און יעדע נארמאלע עדאלט קען עס גענוג גוט צו קענען מיטהאלטן שמועסן און דרשות.

4) Aramaic


[left]- Kids in our community go to Torah schools where they learn (surprise!) Torah. They are fluent in three languages from a young age and the boys even read and understand a fourth (Aramaic).[/left]


ברוך שכיוונתי און נעקסט טיים זאל איך ליינען אנשטאט סקראלן.

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 6:48 pm
דורך ליב צו וויסן
דער באקט אויף אלע באקן.. :lol: (כמעט ווי די ארויסגיבער פון Unorthodox..)

Re: ר' דניאל כ"ץ'ס פאוסט אויף פעיסבוך וועגן חסידישע לעבען

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 7:10 pm
דורך תוהו ובוהו
תרמב האט געשריבן:איך בין נישט מסכים מיט אסאך זאכן וואס ער זאגט, די לייפסטייל וואס ער לייגט אראפ איז לכאורה פון א מאדערן ארטאדאקס פאמיליע אדער אויפן גרעניץ,


דאס וואס ער מאלט אראפ איז א טיפישע חרדי מודרני פאמיליע אין ארץ ישראל, 'מאדערן חרדים' נישט 'מאדערן ארטאדאקס', אין רובא דרובא מיינסטרים חרדישע קולטור'ן איז נישט גילטיג רוב זאכן וואס ער שרייבט,

אין ארץ ישראל זייענדיג אזוי צוטיילט די פרומע פון די פרייע, מיט אזא שנאה, שטעלט זיך ארויס אן אינטערסאנטע זאך, אז אפילו די וואס זענען געווארן מער 'מאדערן', פארמאגן אין זיך אזא חרדישע (נאציאנאלע?!) שטאלץ!, און וועלן זיך כסדר אננעמען פאר חרדים אין פרובירן צו קאלירן מיט וואס שענערע קאלירן (עיין יעדע איינציגסטע איזראעלי 'טי ווי שאו' וועגן חרדים במישרים ובעקיפין, וואס רוב מענטשן וואס לאזן זיך אינטערוויוען זענען ווי פארשטענדליך מער מאדערן געשטימט, און ווייסן אויסצורעכענען וואס פונקטליך איז 'נישט' דא ביי זיי אין שטוב.. נעטפליקס, המורדת, וכו', און וועלן געווענליך גאר שטארק פארטיידיגען די 'חרדי'שע קולטור..)


Sent from my KFDOWI using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 8:31 pm
דורך real fake news
ער שרייבט נישט אייביג אז יעדער איז אזוי, אפאר מאל שרייבט רעדט ער נאר פון ׳זיין קאמיוניטי׳ און אפאר מאל רעדט ער נאר פון זיך אליין,
למשל די דריי שפראכן שרייבט ער אויף זיין קאמיוניטי און מאלן טעקסעס רעדט ער גאר פון זיך אליין….
נתן סליפקין שרייבט אין די קאמענטס צו די פוינט:
How many charedi publications would print this piece without heavy censorship? Zero. That tells you how representative it is of charedi norms.

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 8:40 pm
דורך הקטן
יואליש האט געשריבן:ברוך שכיוונתי און נעקסט טיים זאל איך ליינען אנשטאט סקראלן.

ביסט נישט דער איינציגסטער מגיב דא וואס מען זעט אז ער האט נישט דארך געליינט

נשלח: מיטוואך יוני 16, 2021 9:10 pm
דורך מי אני

נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 12:26 am
דורך נולד מאוחר
איך האב געדינגט ליינען דא.
All the kids learn grammar, math and science. Weekly after-school activities have included music (violin, drums, piano), Tae Kwon Do, swimming, art, woodworking and robotics. The girls' school teaches tools of emotional intelligence. The principal of the boys' school doesn't hesitate to refer to kids to OT if needed. I practice meditation with my children multiple times each week. None of our kids think the world is literally 6,000 years old. They devour books about science and think it’s cool. They know dinosaurs existed and don’t find that existentially threatening
דו חפץ חיים וואלט געציילט דו סכום לאווין פון שקר.
אדער איז דאס א פרענק?

נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 6:07 am
דורך berlbalaguleh
קריינא ד'איגרתא: ער (און זיין משפחה) טוט אלעס וואס איז ריכטיג...און ער קען האפפן אז בעז"ה וועט ער מצליח זיין...!

אבער דערצייל מיר נישט אז ער איז א ..."טיפיקל"... איינוואוינער אדער א פראדוקט פון אונזער היימישן חינוך. ווייל 99.9% פון די טיפיקל ..."חרדים"... און זייערע משפחות פיהרן נישט אזא לעבן...!

אויך. פון זיינע ווערטער איבער איהם און זיין ווייב איז משמע אז זיי זענען בעלי תשובה. דאס זאג איך אין א פאזיטיוון ליכט...! דערפאר זענען זיי מער אינטעליגענט ווי דער טיפיקל חרדי. וועלכער איז א פראדוקט פון אונזער חינוך (הקלוקל).

נאר זיי זענען זייער שטארק א באלאנסירטע משפחה. נישט קיין עקסטרעמיסטן (בבחינת ..."ולא עם הארץ חסיד"...)!

הלואי וואלט דער איבערוויגענדער רוב ביי אונז חרדים געווען אזוי ווי ער און זיין משפחה...!

נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 9:22 am
דורך הקטן
א. All the kids learn grammar,

ב. math and science.

ג. Weekly after-school activities have included music (violin, drums, piano), Tae Kwon Do, swimming, art, woodworking and robotics.
גייען זיי צי ארט-מתמידים? אדער מעיאזיק לעסענס -מיסט נישט טון אלעס

ד. The girls' school teaches tools of emotional intelligence.
מען לערנט דאס שוין אין קינדערגארטן היינט - און דאס איז זיין פוינט וואו עס גוישט זיך אזוי אידיש זיך

ה. The principal of the boys' school doesn't hesitate to refer to kids to OT if needed.
אפשר שיקן היינט די מנהלים אביסל צי סאך - און אויך מער אין די אינגערע יארן
איך ווייס פין מערע פעלער איך. קען זיין אין קאשו אדער בני יאול איז נישט


ן. I practice meditation with my children multiple times each week.
קיינער האלט דיך נשט אפ

ז. None of our kids think the world is literally 6,000 years old. They devour books about science and think it’s cool. They know dinosaurs existed and don’t find that existentially threatening

נולד מאוחר האט געשריבן:דו חפץ חיים וואלט געציילט דו סכום לאווין פון שקר.

נשלח: דאנערשטאג יוני 17, 2021 10:21 am
דורך berlbalaguleh
הקטן: קיינער זאגט נישט אז ער טוט עפעס נישט ריכטיג. (אויב ס'איז אלעס אמת וויאזוי ער לייגט עס אראפ.). נאר איין זאך. ער זאלל זיך נישט אהערשעטללן ווי א טיפיקל חרדי וועלכער וואוינט אין א געדיכטע חרדישע געגנט און שיקט זיינע קינדער (יונגלעך און מיידלעך) אין א טיפיקל חרדי'שע חדר/שולע...!