טראגעדיע אין סורפסייד מיאמי

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

טראגעדיע אין סורפסייד מיאמי

שליחה דורך או אינו »

נקודה למחשבה - פארוואס א טראגעדיע אין מירון - קארלין - מיאמי ציפראסקעט אינז אין די פטירה פין צען - צוואנציג אדער פערציג מענטשן רייסט דאס הארץ, ווערסיס ווען אן עסקן זאגט אז סאיז דא צען - צוואנציג אדער פערציג יונגלעך / בחורים וואס ווערן נישט אנגענומען אין חדר אדער אין ישיבה וועלן מיר זאגען רוב זענען אבער מסודר.
א חסיד פון ווילנא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 651
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 14, 2020 2:14 pm
האט שוין געלייקט: 238 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 275 מאל

שליחה דורך א חסיד פון ווילנא »

וואס האט דאס מיט סורפסייד מיאמי?
או אינו
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 271
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 8:05 pm
האט שוין געלייקט: 225 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 121 מאל

Re: טראגעדיע אין סורפסייד מיאמי

שליחה דורך או אינו »

אבידת נפש vs אבידת נפש ונשמה
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך ציטער אז דא קומט נאך א מירון פרשה ה"י.
דאס הארץ קלאפט, און די הענט ציטערן....
רבש"ע העלף שוין!
וירח ה' את ריח הניחוח
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

ווענטסעך פשוט צו וועם דו רעדסט...

דעם עסקן וואס איך הער וויינט שוין יארן אז בילדינגס דארפן בעסער איבערזיכט און אז אינדזשעניער׳ס קערן נישט וואס ס׳וועט פאסירן נאך 150 יאר מיט די קאנסטראקשען ווייל ער וועט שוין לאנג נישט דא זיין - ובחדא מחתא שרייט מען געוואלד אויף די בחורים און מיידלעך וואס דרייען זיך אויף די גאס... ס׳נישט קיין סתירה.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

יעדעס יאר איידער מיר פארן ארויס צו די קאנטרי, בעטן מיר זיך ביי די הייסע לייט, ביטע זאגט אונז איצט ווואו און מיט וועם מ'קען זינדיגן, און נאך איידער מיר פארן ארויס צו די קאנטרי!
יעדעס יאר ווען מיר קומען אהיים פון די קאנטרי, הערן מיר ווי די יעקי פארציילט מיט נאסטאלאגיע, איך האב ארום געבארדערט מיט משה'ס ווייב, און זרח פארציילט וואס ער האט אלס ארום געווערטשאפט מיט זושא'ס ווייב... א ריכטיגע יפה תואר מדאורייתא... חברה, זאגטס מיר איצט! איידער מ'פארט אין קאנטרי, וואו און ווען און מיט וועם, מ'קען האבן א גוטע צייט... און וואונדער איבער וואונדער קיינער זאגט נישט גארנישט

צום פונקט:
נאך יעדע אומגליק הערט מען פון די אלעס-ווייסערס, ווי אזוי די עקספערטן זאגן שוין יארן אז דאס ארט איז אויסגעשטעלטער מקום סכנה... רבותי! זאגט מיר איצט! שטעלט זאפארט ארויס א ליסטע פון אלע געפארפולע ערטער איבער די גאנצע וועלט. און קומט מיר נישט זאגן נאך יעדע בלוט באד, אז די עקספערטן זאגן שוין יארן אז ס'גייט געשען...
[NAMELESS]

Re: טראגעדיע אין סורפסייד מיאמי

שליחה דורך [NAMELESS] »

האסטו!

*BREAKING:* A Florida high rise that collapsed early Thursday was determined to be unstable a year ago, according to a researcher at Florida International University.

The building, which was constructed in 1981, has been sinking at an alarming rate since the 1990s, according to a 2020 study conducted by Shimon Wdowinski, a professor in the Department of Earth and Environment at Florida International University.

When he saw the news that the condo had collapsed, he instantly remembered it from the study, Wdowinski said.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעקעדיג האט געשריבן:איך ציטער אז דא קומט נאך א מירון פרשה ה"י.
דאס הארץ קלאפט, און די הענט ציטערן....
רבש"ע העלף שוין!

שמעקעדיג: ס'זענען (ב"ה) דא סימנים אז פון די טראגעדיעס אין מירון און קארלין האמיר זיך עפעס געלערנט. צו זיין מער פארזיכטיג. און זיך משתדל זיין איינצוהאלטן די זיכערהייט תקנות...!
תפוח
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 87
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 12, 2021 6:46 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 77 מאל

שליחה דורך תפוח »

נישט נארמאל. מען גייט אריין אין שבת און 160 מענטשן פעלן.

צום לבנה שיקן מיר מענטשן אבער ווען הקב"ה געבט א בלאז און א געביידע פאלט צוזאם זענען מיר מאכטלאז. טעכנאלאגיע? אסטראנאמיע?
ענד איי געט היי אן די בורא עולם!!
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:האסטו!

*BREAKING:* A Florida high rise that collapsed early Thursday was determined to be unstable a year ago, according to a researcher at Florida International University.

The building, which was constructed in 1981, has been sinking at an alarming rate since the 1990s, according to a 2020 study conducted by Shimon Wdowinski, a professor in the Department of Earth and Environment at Florida International University.

When he saw the news that the condo had collapsed, he instantly remembered it from the study, Wdowinski said.


דער שמעון וואדווינסקי איז סתם א כופר, ווייסט ער נישט אז דאס איז דער יד השם אין דער לעצטע תקופה? אלץ מוז מען מסביר זיין מיט טבע?
פלארידע איז דער מקור הטומאה, און מען דארף נישט זאגן מער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אמאל האב איך געהערט אז לאס וועגאס איז דער מקור הטומאה! זעהט אויס אז דער מקור האט זיך אוועקגעצויגן קיין פלארידא.
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אייראפעישער חסיד »

יא! איך שטים צו פלארידע איז א פלאץ ווי ס'איז נישט מעגליך זיך צו היטן די אויגען!
ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז אזא טראגעדיע קומט!
בפרט פאר אזעלכע היימישע יונגערלייט ווי אונז וואס זענען קיינמאל נישט אויסגעשטעלט צו אזאנע מראות טמאות!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

וואס האט פלארידע מיט היטן די אויגן איינגעשטויסן, אין פלארידע שמירן זיך די פרויען מיט מער מעיקאפ ווי אין אנדערע סטעיטס?! איין זאך ווייס איך יא, די אויערן איז זיכער גרינגער צו היטן אין מיאמי ווי אינעם רוישנדן ניו יארק.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום רביה''ק זי''ע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אייראפעישער חסיד האט געשריבן:יא! איך שטים צו פלארידע איז א פלאץ ווי ס'איז נישט מעגליך זיך צו היטן די אויגען!
ס'איז זעלבסט פארשטענדליך אז אזא טראגעדיע קומט!
בפרט פאר אזעלכע היימישע יונגערלייט ווי אונז וואס זענען קיינמאל נישט אויסגעשטעלט צו אזאנע מראות טמאות!

הייסט עס לויט דיר איז מירון מיט סטאלין אויך א פלאץ "וואו ס'איז נישט מעגליך צו היטן די אויגען"?! בכלל איז ווינדערליך צו זעהן ווי דו ווייסט פונקטליך למה ד' עשה ככה! ביי דיר ביסטו אויך מצדיק את הדין אזוי ווי דו טוהסט ביי יענעם?!?! אדער פאר דיר האסטו אנדערע סטאנדארטן???
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אייראפעישער חסיד »

איך פארשטיי נישט וואס סאיז אזוי שווער דא ?
יעדער ווייסט די געוואלדיגע נסיונות אין שמירת עינים אין וואס א מענטש לייגט זיך אריין פארנדיג קיין פלארידע, סאיז ווייט פון א לכתחילה, אלע יארן האט יעדער פארשטאנען די חומר הענין פון אזא מקום פרוץ, איז זעלבסט פארשטענדליך אז די טראגעדיע איז געקומען צוליב דעם, איך זע נישט דא קיין גרויסע חידושים!
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אייראפעישער חסיד »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:וואס האט פלארידע מיט היטן די אויגן איינגעשטויסן, אין פלארידע שמירן זיך די פרויען מיט מער מעיקאפ ווי אין אנדערע סטעיטס?! איין זאך ווייס איך יא, די אויערן איז זיכער גרינגער צו היטן אין מיאמי ווי אינעם רוישנדן ניו יארק.

איך בין זיך נישט מתוכח מיט דיר ווייל אין מיינע אויגן ביסטו א כופר (באזירט אויף פארשידענע תגובות) אין מטאר זיך נישט מיט דיר טעהנען !
איך האבמיך ברייטער ערקלערט אין די דערנעבנדיגע תגובה!
באניצער אוואטאר
אייראפעישער חסיד
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 103
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 03, 2021 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 95 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אייראפעישער חסיד »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:הייסט עס לויט דיר איז מירון מיט סטאלין אויך א פלאץ "וואו ס'איז נישט מעגליך צו היטן די אויגען"?! בכלל איז ווינדערליך צו זעהן ווי דו ווייסט פונקטליך למה ד' עשה ככה! ביי דיר ביסטו אויך מצדיק את הדין אזוי ווי דו טוהסט ביי יענעם?!?! אדער פאר דיר האסטו אנדערע סטאנדארטן???

וואס איז די גרויסע רוגזה ?
סאיז געקומען פאר א סיבה אין די מערסטע פארשטענדליכע סיבה איז דאס!
האסט סתירות פון מירון? מקום אמקום קרמית?
פארוואס מעג מען נישט זאגן דא עטליכע נארמאלע אידישע דיבורים?
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

אייראפעישער חסיד האט געשריבן:איך בין זיך נישט מתוכח מיט דיר ווייל אין מיינע אויגן ביסטו א כופר (באזירט אויף פארשידענע תגובות) אין מטאר זיך נישט מיט דיר טעהנען !

א געשמאקע איסור דאס, איך קויף עס אפ!
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אונז הא׳מיר שוין מסביר געווען דא, לגבי אסון מירון, פארוואס עס איז נישט אינגאנצן ריכטיג, אפילו פון א טעאלאגישן מבט, אנצוגעבן אנגעבליכע ״[דירעקטע] סיבות״ אויף וואס דאס איז געקומען וכדומה. וע״ע באשכול זו.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

אישתישבי האט געשריבן:
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:האסטו!

*BREAKING:* A Florida high rise that collapsed early Thursday was determined to be unstable a year ago, according to a researcher at Florida International University.

The building, which was constructed in 1981, has been sinking at an alarming rate since the 1990s, according to a 2020 study conducted by Shimon Wdowinski, a professor in the Department of Earth and Environment at Florida International University.

When he saw the news that the condo had collapsed, he instantly remembered it from the study, Wdowinski said.


דער שמעון וואדווינסקי איז סתם א כופר, ווייסט ער נישט אז דאס איז דער יד השם אין דער לעצטע תקופה? אלץ מוז מען מסביר זיין מיט טבע?
פלארידע איז דער מקור הטומאה, און מען דארף נישט זאגן מער.


נישט איינער זאל מיר שלעכט פארשטיין.

דער תגובה האב איך געשריבן מיט דער אינטענט חוזק צו מאכן פין מענטשן וואס האלטען אז מען טאר נישט זאגן קיין לאגישע הסברים אויף אסונותַ.

למען האמת, עס איז באקאנט דער רמב"ם וואס זאגט, אז טאמער מען זאגט עס איז א מקרה איז עס דרך אכזריות, נאר מען דארף מפשפש זיין במעשים.

איז אבער אריין געדרינגען געווארען אין דעם לכל הפחות צוויי טעותים.
א. מען זאגט אז מען דארף בלויז זיין מפשפש במעשים, און נישט זעהן פארוואס על פי טבע עס איז געשעהן, און ווי דער טעות ליגט באגראבן.

ב. יעדער איז מפשפש אויף יענעמ'ס מעשים בריש גלי, אהן קיין בושה. איינער וואס האט נישט קיין מחלוקת, זאגט מחלוקת. איינער וואס זיין ווייב גייט א שפיצעל, שרייט אויף דער שייטעל, און דער וואס זיין ווייב גייט א קורצער שייטעל, שרייט אויף דער לאנגער שייטעל. און אזוי ווייטער.

איך וויל זעהן א רב רבי דיין מוץ אדער פאץ, זאל זיך אויפשטעלן זאגן חטאתי עויתי, א זאך וואס ער האט נישט געטוהן ריכטיג און ער גייט מתקן זיין. א באנטש פין פעיקערס.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אמאל האב איך געהערט אז לאס וועגאס איז דער מקור הטומאה! זעהט אויס אז דער מקור האט זיך אוועקגעצויגן קיין פלארידא.


וועגאס איז טומאה בנסתר, פלארידא בנגלה...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

וואלווי האט געשריבן:
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אמאל האב איך געהערט אז לאס וועגאס איז דער מקור הטומאה! זעהט אויס אז דער מקור האט זיך אוועקגעצויגן קיין פלארידא.


וועגאס איז טומאה בנסתר, פלארידא בנגלה...


מיינסט אוודאי צו זאגן אז דער ילבש שחורים איז אין וועגאס, ווידער דער ילבש לבנים (די רבי'ס) איז אין פלארידע.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אישתישבי: דו ביסט נאך אלד פעשיאנ'ד. די רעבעס פארן היינט שוין (כמעט) נישט קיין פלארידע. דער דעזערט אין קאליפארניע איז וואו די גרעסטע און הייליגסטע רעבעס גייען...!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום berlbalaguleh, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
פארשפארט