בלאט 1 פון 1

א שווערע קוויטל

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 1:02 am
דורך מורינו ורבנו
איך האב היינט געהאט א שווערע קוויטל, אוי אוי אוי... איך קען זיך נישט בארואיגן דערפון. שוין דורכגעגאנגען עטליכע שעה, אבער איך קען נישט צו זיך קומען, אוי איז דאס געווען א קוויטל.

יעדער דא קען מתפלל זיין אז די זאכן זאלן זיך אויסגראדן בכי טוב, און מען זאל עס קענען דערציילן אין פריידן, און מען זאל זען אז דעם גאנצן גלות איז גאר געווען לתועלת להעלות הניצוצות, ס'איז גאר געווען חסד.

זייט מתפלל אידן.

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 1:06 am
דורך נחמד
וויפיל האט באטראפן דאס פדיון?

Re: א שווערע קוויטל

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 1:49 am
דורך דער גאלדענער אדלער
נחמד האט געשריבן:וויפיל האט באטראפן דאס פדיון?
דערפאר איז עס געווען אזוי שווער, ווייל דער פדיון איז געווען אפאר פיאסטער, ניטאמאל מזון לסעודה אחת

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

Re: א שווערע קוויטל

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 4:10 am
דורך [NAMELESS]
מורינו ורבנו האט געשריבן:איך האב היינט געהאט א שווערע קוויטל, אוי אוי אוי... איך קען זיך נישט בארואיגן דערפון. שוין דורכגעגאנגען עטליכע שעה, אבער איך קען נישט צו זיך קומען, אוי איז דאס געווען א קוויטל.

יעדער דא קען מתפלל זיין אז די זאכן זאלן זיך אויסגראדן בכי טוב, און מען זאל עס קענען דערציילן אין פריידן, און מען זאל זען אז דעם גאנצן גלות איז גאר געווען לתועלת להעלות הניצוצות, ס'איז גאר געווען חסד.

זייט מתפלל אידן.
ווען דער איד וועט געהאלפן ווערן וועסטו עם מודיע זיין אז ס'איז די מופת פון קאווע שטיבל זייערע תפילות...

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 5:05 am
דורך berlbalaguleh
נחמד האט געשריבן:וויפיל האט באטראפן דאס פדיון?

נחמד: וואס לאזסטו נישט דעם רעבי'ן לעבן...? ער דארף אויך באצאללן דעם עלעקטריק און געז בילל. און צאללן שכר לימוד און טראנספארטאציע פאר זיינע קינדערלעך..!

אויך דארף ער און די רעבעצין , זז"ג פארן אויף (זומער) אפרוה.צו שעפן פרישע כוחות אויף די ימים נוראים הממשמשים ובאים.

פון די איבריגע גרויסע הוצאות (אזוי ווי אויפרייניגן דעם ביהמ"ד און בדק הבית. כדי צו מאכן עס גרייט פאר די פארכטיגע טעג, און די ניין טעג פון סוכות. הבעל"ט.) רעדן מיר דא נישט. דער אייבישטער וועט שוין צו שיקן א ישועה. עפעס א גביר ערגעץ אין לאנדאן אדער מאנטשעסטער האט געמאכט א גרויסע אינוועסטמענט אין די ווערד פון א פאר מיליאן פונט. און ער קומט צו אונזער רעבי'ן זז"ג און דערלעבן משיח'ן נאך א ברכה.

שטייצעך אז ער'ט איבערלאזן א שיינעם פדיון. וואס וועט בעז"ה קלעקן אפילו אויף דעם שמאלץ וואס די רעביצין וועט איינקויפן כדי צו מאכן די געשמאקע גריוועלעך וואס די רבי וועט אי"ה פארטיילן א יעדן טאג חנוכה נאך הדלקת הנרות...!

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 2:05 pm
דורך מורינו ורבנו
איך בעט אייך איבער, אבער וואס איז דאס שפאס דא?

איר וואלט געוואלט אז ווען אייער באלעבאס באצאלט אייך זאל ער אויך אזוי רעדן? - אז איר דארפט די געלט צו פארן זומער און צו פרעסן שמאלציגע בשר בהמה אום יום-טוב? - כ'מיין, וואס איז די שפראך דא?

און ניין. חלילה וחלילה. איך קוק עס נישט אן ווי א דזשאב וואס איך טוה פאר א ליווינג. חס-ושלום צו שפילן מיט אידישע נשמות פאר מיינע גופניות'דיגע צרכים (וואס זענען רוחניות'דיג). וואספארא שפראך איז דא? - דערמאנט מיר די מדרש איבער משה רבנו, אז ווען ער איז געגאנגען שפעט האט מען געזאגט אזוי און ווען ער איז געגאנגען פרי האט מען געזאגט אזוי... וואספארא גערעדאכטס איז דאס?

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 2:09 pm
דורך yn.NY
מורינו ורבנו האט געשריבן:איך האב היינט געהאט א שווערע קוויטל, אוי אוי אוי... איך קען זיך נישט בארואיגן דערפון. שוין דורכגעגאנגען עטליכע שעה, אבער איך קען נישט צו זיך קומען, אוי איז דאס געווען א קוויטל.

יעדער דא קען מתפלל זיין אז די זאכן זאלן זיך אויסגראדן בכי טוב, און מען זאל עס קענען דערציילן אין פריידן, און מען זאל זען אז דעם גאנצן גלות איז גאר געווען לתועלת להעלות הניצוצות, ס'איז גאר געווען חסד.

זייט מתפלל אידן.

מורינו ורבנו האט געשריבן:איך בעט אייך איבער, אבער וואס איז דאס שפאס דא?

לצים :lol: :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 2:46 pm
דורך קאך_לעפל
געקומען אמאל א איד צום רבי'ן דער ברך משה זי''ע, אראפגעלייגט א קוויטל אויסגערעכנט זיינע צוועלף שבטים, און ער האט פארלאנגט אז דער רבי זאל בענטשן איטליכער קינד באזונדער מיט ביידע הענט אויפן קאפ. דאס פדיון האט באטראפן גאנצע צוואנציג רייניש... ווען ער איז ארויסגעגאנגען רופט זיך דער רבי אן מיט ביטערניש... אזא מין חזיר...אפילו שחור באקומט מער...

ויהי לפלא.

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 6:16 pm
דורך וואלווי
קאך_לעפל האט געשריבן:געקומען אמאל א איד צום רבי'ן דער ברך משה זי''ע, אראפגעלייגט א קוויטל אויסגערעכנט זיינע צוועלף שבטים, און ער האט פארלאנגט אז דער רבי זאל בענטשן איטליכער קינד באזונדער מיט ביידע הענט אויפן קאפ. דאס פדיון האט באטראפן גאנצע צוואנציג רייניש... ווען ער איז ארויסגעגאנגען רופט זיך דער רבי אן מיט ביטערניש... אזא מין חזיר...אפילו שחור באקומט מער...

ויהי לפלא.

יעצט ווייס איך פון ווי ס'נעמט זיך צו שרייַבן אפי' אן די למ"ד...

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 8:45 pm
דורך berlbalaguleh
מורינו ורבנו האט געשריבן:איך בעט אייך איבער, אבער וואס איז דאס שפאס דא?

איר וואלט געוואלט אז ווען אייער באלעבאס באצאלט אייך זאל ער אויך אזוי רעדן? - אז איר דארפט די געלט צו פארן זומער און צו פרעסן שמאלציגע בשר בהמה אום יום-טוב? - כ'מיין, וואס איז די שפראך דא?

און ניין. חלילה וחלילה. איך קוק עס נישט אן ווי א דזשאב וואס איך טוה פאר א ליווינג. חס-ושלום צו שפילן מיט אידישע נשמות פאר מיינע גופניות'דיגע צרכים (וואס זענען רוחניות'דיג). וואספארא שפראך איז דא? - דערמאנט מיר די מדרש איבער משה רבנו, אז ווען ער איז געגאנגען שפעט האט מען געזאגט אזוי און ווען ער איז געגאנגען פרי האט מען געזאגט אזוי... וואספארא גערעדאכטס איז דאס?

מורנו ורבינו: חס וחלילה. ס'האט קיינער נישט קורא תיגר געווען אויף אייערע לעבנס באדערפענישן. מיר האבן נאר א ביסל מרחיב את הדיבור געווען איבער די מציאות (את"ל) פון א רעבישן (און בעל הבת'ישן) לעבנסוועג...!

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 10:24 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
מורינו ורבנו האט געשריבן:איך האב היינט געהאט א שווערע קוויטל, אוי אוי אוי... איך קען זיך נישט בארואיגן דערפון. שוין דורכגעגאנגען עטליכע שעה, אבער איך קען נישט צו זיך קומען, אוי איז דאס געווען א קוויטל.

יעדער דא קען מתפלל זיין אז די זאכן זאלן זיך אויסגראדן בכי טוב, און מען זאל עס קענען דערציילן אין פריידן, און מען זאל זען אז דעם גאנצן גלות איז גאר געווען לתועלת להעלות הניצוצות, ס'איז גאר געווען חסד.

זייט מתפלל אידן.

מיר האבן אינזינען געהאט

להוי ידוע אז צדיקים האבן געהאט פארשידענע וועגן וויאזוי דורךצוקומען א שווערע קוויטל איך וועל ארויפברענגן עטליכע.
- פאררייכענען א ציגאר / לולקע ציבעך
- געגאנגען אין מקוה
- אויפגעמאכט דעם תהלים און געוויינט
- געגעבן געלט פאר ר’ מאיר
- דערציילט א מעשה פון א צדיק וואס האט געפועלט א ישועה אינעם זעלבען ענין
- א מטבע לשמירה
-
מיר האפפען @מורינו ורבינו שליט"א אז מען זאל קענען בקרוב מבשר זיין בשורות טובות

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 10:46 pm
דורך berlbalaguleh
שמחה'לע קאפשטיק: איך האב אמאל געליינט אין א מעשה ביכל וואס האט געהייסן קהל חסידים/שבחי הבעש"ט די פאלגענדע טשאדעלע באדעלע מעשה'לע: א איד וואס זיין ווייב איז געווען א מקשה לילד איז געקומען צו איינעם פון די תלמידי הבעש"ט און געגעבן א קוויטל מיט א פדיון. האט איהם די רבי געהייסן אז ער זאלל ארויסטראגן א קאוטש וואס איז דארט געווען אין צימער דורכ'ן פענצטער. דער איד האטציך זייער שטארק געפלאגט דאס צו טון. און ווען ער האט געענדיגט האט איהם די רבי געוואונטשן..מזל טוב...דיין ווייב האט געהאט א בן זכר...לאל...!

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 10:54 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
berlbalaguleh האט געשריבן:שמחה'לע קאפשטיק: איך האב אמאל געליינט אין א מעשה ביכל וואס האט געהייסן קהל חסידים/שבחי הבעש"ט די פאלגענדע טשאדעלע באדעלע מעשה'לע: א איד וואס זיין ווייב איז געווען א מקשה לילד איז געקומען צו איינעם פון די תלמידי הבעש"ט און געגעבן א קוויטל מיט א פדיון. האט איהם די רבי געהייסן אז ער זאלל ארויסטראגן א קאוטש וואס איז דארט געווען אין צימער דורכ'ן פענצטער. דער איד האטציך זייער שטארק געפלאגט דאס צו טון. און ווען ער האט געענדיגט האט איהם די רבי געוואונטשן..מזל טוב...דיין ווייב האט געהאט א בן זכר...לאל...!

מראה מקום פליז...

נשלח: דינסטאג יוני 29, 2021 10:57 pm
דורך berlbalaguleh
כמו שאמרתי: קהל חסידים/שבחי הבעש"ט. אפשר איז דער מעשה ביכל שוין נישט בנמצא...!

נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 1:32 am
דורך [NAMELESS]
וואס איז א משל פון א גרינגע קוויטל?

נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 7:40 am
דורך אישתישבי
מורינו ורבנו האט געשריבן:איך האב היינט געהאט א שווערע קוויטל, אוי אוי אוי... איך קען זיך נישט בארואיגן דערפון. שוין דורכגעגאנגען עטליכע שעה, אבער איך קען נישט צו זיך קומען, אוי איז דאס געווען א קוויטל.

יעדער דא קען מתפלל זיין אז די זאכן זאלן זיך אויסגראדן בכי טוב, און מען זאל עס קענען דערציילן אין פריידן, און מען זאל זען אז דעם גאנצן גלות איז גאר געווען לתועלת להעלות הניצוצות, ס'איז גאר געווען חסד.

זייט מתפלל אידן.

פין בעל שם טוב שטייט מהלכים וויאזוי צו קענען איבערדרייען גזירות, דורך מצרףַ זיין צירופים, מאכען פין נגע עונג, און וויאזוי אריין צו ברענגען דער צער השכינה ועוד.

אפשר זאלט איר אונז געבען א תפילה וויאזוי דאס צו מאכען, וועלען מיר עס גערן טוהן.

אפשר די אותיות אין קיט? אבער מיר האבן נישט דער נאמען.

נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 9:17 am
דורך berlbalaguleh
עמינדב האט געשריבן:וואס איז א משל פון א גרינגע קוויטל?

א טיקעט פון די פאליס. ומעשה שהיה. איך האב געפיהרט בחורים צו זייער מתמידים שיעור. ס'איז געווען א (האלב) צובראכענע רויט לייט. ס'האט אמאל געארבעט און אמאל נישט. איך האב מיר ערלויבט אריבערצופארן. פונקט דארט ביים קארנער איז געשטאנען א פאליס. ווען איך האב געזעהן אז ער פארט האביך פארשטאנען אז ער פארט מיר נאך. כ'האב מיך אפגעשטעלט. פארשטייצעך אז כ'האב אריינגעהויבן א קוויטל. מיט מעגליכע פוינטס אויפ'ן לייסנס. כ'האב ארויסגענומען דאס תהילימ'ל און געזאגט א קפיטל תהילים...!

ווען ס'איז געקומען צום טרייעל, איז דער מנהג אז דער פאליס רעדט צוערשט. ווען דער דזשאדזש האט איהם מכבד געווען צו רעדן רופט ער זיך אן אז ער קען מיך בכלל נישט און ער געדענקט נישט אז ער זאלל מיר האבן געגעבן א טיקעט. האט איהם דער דזשאדזש געגעבן דעם טיקעט וואס ער האט אליין געשריבן. זאגנדיג..."אפשר וועסטו דיך יעצט דערמאנען"...! ער קוקט אויפ'ו טיקעט און מאכט זיך תמ'וואטע זאגנדיג ..."ניין. איך געדענק נישט. ...!

דער דזשאדזש האט נישט געהאט קיין ברירה אוןן מיך געפטר'ט...!

נו, פון וועלכן רעבי'ן איז דאס א מופת...?!

דאס דערמאנט מיך א מעשה. אינדערהעים (כ'מיין אין אויבער ווישעווע) איז געווען א איד א חסיד וועלכער האט שטארק געגלעיבט אין רעבא. איז איהם אמאל געשעהן אז ער איז ניצול געווארן פון א גרויסן געלט שאדן בדרך נס. רופט ער זיך (ברוב תמימותו) אן... "כ'האב געוואוסט אז דע רעבא קען באווייזן מופתים. אבער אז דער עיבישטער קען אויך. דאס האביך נישט געוואוסט"...!

Re: א שווערע קוויטל

נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 3:19 pm
דורך אונטער חכם
berlbalaguleh האט געשריבן:

זאג, דו האסט נישט צופעליג פארגעסן עפעס גרינע ביי יענעם פאליסמאן אין טאש?

ביי ר' בנימין פרענקלינען וואלגערן זיך מופתים אונטערן טיש.

נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 3:52 pm
דורך berlbalaguleh
אונטער חכם האט געשריבן:

אונטער חכם: דו ווייסט וויאזוי מיין רבי דער הייליגער יארמער רב שליט"א זאגט ..." א ק-מיע העלפט אמאל. א מאה העלפט אייביג"...! לאל...!