בלאט 1 פון 1

הרב פנחס קארף ע"ה

נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 10:55 am
דורך טיכטיגער
אין קראון הייטס איז די נאכט נפטר געווארן דער בארימטער חב"ד'סקער חסיד און משפיע הרב פנחס קארף ע"ה.

הרב פנחס איז בעיקר באקאנט ביי די נישט חב"ד'סקער פאר דער איבערפאל וואס האט ער געהאט, אין יאר תשמ"ג, ווען ער איז געווען אין וויליאמסבורג געבן א שיעור אין תניא, און ער איז איבערגעפאלן געווארן דורך א גרופע פון פיר סאטמארער חסידים וועלכע האבן אים טיילווייז אפגעשניטן די בארד.

עס איז דאן אנטשטאנען אן אנגעצויגנקייט צווישן די שוין-אזוי-אויך אנגעצויגענע קשר צווישן חב"ד און סאטמאר. דער ליבאוויטשער רבי האט עמטליך פארדאמט דעם איבערפאל, און גערופן אז סאטמאר זאל עס פארדאמען.
עטליכע וואכן שפעטער האט זיך די בארד-געשניידאכטס איבער'חזר'ט ווען עטליכע סאטמארער חסידים זענען איבערגעפאלן מענדל וועכטער (ס'דא אן אשכול פון יענער פרשה, אבער ס'איז פארשפארט, מטעם כמוס...).

איין סאטמארער חסיד איז ארעסטירט געווארן, אבער איז למעשה באפרייט געווארן פון סיי וועלכע קלאגעס, נאכדעם וואס ר' פנחס האט נישט געדענקט געוויסע דעטאלן פונעם אטאקע וואס האט אויסגעפעלט אים אנצוקלאגן. די געריכט זאל איז געווען געפאקט מיט סאטמארער און ליבאוויטשער חסידים. פונעם ליבאוויטשער זייט האט ר' יהודה קרינסקי געגעבן דעטאלן פאר דער מידיע און פון דער סאטמארער זייט האט ר' אברהם (אלבערט. פון די צייטונג.) פריעדמאן געגעבן סטעיטמענטס פאר דער מידיע.

אין די לעצטערע חדשים, כמעט א יאר צייט, האט ער זיך געמוטשעט מיט'ן קאראנא ווירוס, און איז די נאכט נפטר געווארן אין עלטער פון 86 יאר.