בלאט 1 פון 2

שבאבניקים עונה 2

נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 6:42 pm
דורך אבשלום בן מעכה
האט זיך שוין אנגעהויבן די סדרה פון שבאבניקים עונה 2.

אפשר קען איינער ארויפקומען און שערן מיטן עולם דער ערשטער עפיזאד?

Re: שבאבניקים עונה 2

נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 7:28 pm
דורך תוהו ובוהו
האט זיך נאך נישט אנגעהויבן, ערשטע עפיזאד איז יולי 25

Sent from my KFDOWI using Tapatalk

נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 9:09 pm
דורך תרמב
ווי קען מען זעהן די ערשטע עונה?

נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 9:15 pm
דורך איך אויך

Re: שבאבניקים עונה 2

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 10:22 am
דורך [NAMELESS]
איינער קען עס אראפברענגען אויף דרייו

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 1:23 pm
דורך לבי במזרח
How would you compare it to Shtisel?

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 2:27 pm
דורך רביה''ק זי''ע
צוויי אנדערע וועלטן, שטיסל איז פאמיליע דראמא/ראמאנס, שבאבניקים איז קאמעדיע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 2:31 pm
דורך מפיל קינד
שאבאבניקים איז גוט בחוריש, גאנץ זיס גראדע.

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 4:52 pm
דורך נעקסט לעוועל
לבי במזרח האט געשריבן:How would you compare it to Shtisel?

שבאבניקים איז אין א געוויסע זין מער עכט אראפגעלייגט ווי שטיסל וכדו'

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 5:12 pm
דורך רביה''ק זי''ע
שפיל קינד ונעקסט לעוועל אמרו דבר אחד...

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 1:51 am
דורך דערהויבענע איד
מפיל קינד האט געשריבן:שאבאבניקים איז גוט בחוריש, גאנץ זיס גראדע.

לדעתי א טראפ בעיביאיש און אנריעליסטיק, למשל די מעשה מיט די ראש ישיבה, גיי פארצייל פאר א חילוני ווי טינעיזשערס ציטערן פון די ראש ישיבהס אין די הויזן, און מיינען אז זייזענען קלוג און פארשטייען אלעס.

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 7:38 am
דורך דערהויבענע איד
נאך א חילוק איז אז שטיסל איז כמעט עפעס וואס דו וואלסט געוויזן פאר דיינע קינדער בפניך, שאבאבניקים איז מער..גוייש שמיציג- יו נעים איט

Re: שבאבניקים עונה 2

נשלח: מיטוואך יולי 21, 2021 3:31 pm
דורך תוהו ובוהו

נשלח: דאנערשטאג יולי 22, 2021 12:14 am
דורך אבשלום בן מעכה
תוהו ובוהו האט געשריבן:https://www.sdarot.tv/watch/3248-shababnikim-%D7%A9%D7%91%D7%90%D7%91%D7%A0%D7%99%D7%A7%D7%99%D7%9D/season/2/episode/1


איינער קען דראפשאכטלען?

נשלח: דאנערשטאג יולי 22, 2021 12:37 am
דורך ישעיה
תוהו ובוהו האט געשריבן:https://www.sdarot.tv/watch/3248-shababnikim-

וואלה!!!

נשלח: דאנערשטאג יולי 22, 2021 4:25 am
דורך איך אויך
שוואכע מאסעס.

נשלח: דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:22 pm
דורך אבשלום בן מעכה
עטרת שירלי...

נשלח: פרייטאג יולי 23, 2021 10:00 am
דורך סמבטיון
זייער שוואך, חוץ אפאר קליינע שטיקלעך פון גדליה וואס איז געוואלדיג, די רעשט איז א שאד דע צייט. זיי דארפן הייערן דעם אינדורסקי פון שטיסל.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 14, 2021 11:04 pm
דורך Lesser
ענדליך פארענדיגט די 16 חלקים פון עונה ב', זיכער אז די ערשטע עונה איז די געווינער.

עונה א' וואלט געקענט געשעהן בהקיץ.
עונה ב' אפשר אין א טיפע חלום...

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 16, 2021 10:48 pm
דורך אבשלום בן מעכה
איינער קען אהערברענגען דעם צווייטן פרק פון דעם צווייטן עונה?

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 12:09 am
דורך מונטסורי
כ'זע דר'עולם דא איז עפעס נישט אזוי עקסיידעט איבער עונה 2, כ'האלט יעצט אינמיטען נאך פרק 8 און כ'גלייך עס גראדע יא שטארק. צווישען אנדערע האט מיר געכאפט וויאזוי טפירו מסביר'ט די קשר פונם פרענק צום באשעפער אזש ס'טוט מיר ממש באנג כ'בין נישט געבוירן קיין ספרדי ;)

נשלח: זונטאג דעצעמבער 26, 2021 3:15 pm
דורך אבשלום בן מעכה
ס'איז מעשיות וואס קוקן נישט אז ס'קען זיין אין ריעלעטי...

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 24, 2023 10:36 pm
דורך חובב ציון
יעצט גענדיגט די סעריע ב"ה,
גאר שטארק הנאה געהאט גאר גוט אראגעשפילט,
די גדליה מיט זיינע שגעונות.. שפיצער האט מיר ארויפגעצויגן די בלוטדרוק..
די שלומי זקס האט עס ביי-פאר... וויאזוי ער איז מסביר פאר די חילונים וועגן אהבה במבט ראשון.. און זיי קוקען אים אן ווי פון לבנה אראפ,
די לסרי וואס וויל זיך חנפה׳ן צו די חילונים...
די מר. בראון פין אמעריקא איז קעש!! ער איז מקדיש א עלעפאנט פאר זיין חתן...
דבורה טאפס איט אוו, צודרייטע עקטינג סקילס,..
די מזרחי וואס קומט אויספארשן אין ישיבה און מען לאזט אים נישט דאווענען.. עס האט אזוי געציפט ווי ער זאגט איך האב שוין דריי מאל גענדיגט ש"ס אין האב צוויי מאל און די לעצטע דרייסיג יאר פארפאסט מנין אבער איך בין סוג ב׳...?
די אויפשטאנד אויף שפיצער איז פיין, די חבר הכנסת לסרי דערמאנט מיר פין אריה דרעי...
מיט די ענדע רילעיט איך נישט אזוי, אבער עס איז פיינע נייעס.