בלאט 1 פון 2

ווילדע הרהורים

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 8:40 pm
דורך היסטאריע
איך פיל מיך אליין.

קיינער איז נישט אינטרעסירט אין מיין וואוילזיין.
חברים? האב איך מער ווי גענוג. נאנטע חברים? גענוג. אבער קיינער אינטערסירט נישט, מיר.
טאמער מען וואלט סיי וועלכע פין מיינע חברים געזאגט, די גייסט שטארבן, קאנסט מאכן איין טעלעפאן קאל, וואלט קיינער מיר נישט גערופען. אפילו מיין ווייב, וועמען איך וואלט גערופען אין דעם פאל, וואלט גערופען מיינע קינדער. מיינע קינדער? זיי וואלטען גערופן מיין ווייב.
פאר וועמען לעב איך? פאר וועמען ארבעט איך? פאר מיר? נעה! איך דארף נישט דאס געלט. איך וואלט ליבערשט געגאנגען אויף א טראפיקעל אינזעל און פארברענגט אליין.
עס איז נישטא קיינער וואס איך קען אים געטרויען צו פארציילן מיינע יסורי הנפש. יעדער וועט מיר זיכער דן זיין, דער ווי א משוגענער און דער ווי א נעבעך. אפשר בין איך טאקע?
און פליז קום מיר נישט מיט קיין חשבונות פארוואס איך דארף זיין צופרידן, אפילו נאך מאטי אילאוויטש'ס טענות, מיט אלע טאלאנט און געלט וואס איך האב מער פין 5 ביליאן מענטשן, בין איך נאך אלץ אליין.
איי, האט דער חוני פארשטאנען א עסק.
אפשר דארף איך א טעראפיסט זאל מיר אויסהערן? אה, דאס מיינט אוודאי די משנה קנה לך חבר.
דער איכה ישבה בדד גריבעלט אין נשמה אריין, באלט ווי שבת וואס האט געטענהט לי לא נתת בן זוג. קומט שוין טאקע באלט שבת, זאל איך איר פרעגן אויב זי וויל? נעה איך שעם מער. און וואס וועל איך טוהן אויב זי וועט מיר זאגן, די? נאך אנוועטשען א וואך? כמעשהו בחול וכו'. וועל איך דארפען דילען מיט דער רידשזעקשען אויך.

און זאגסט מיר נישט די קינדער, די קינדער זענען א באנטש פאראזיטן וואס הערען נישט אויף פארלאנגען נאך און נאך, באלט ווי דער זוהר'ס הב הב. און נאך דעם דארף איך זאגען הב הב פאר מיין בעלעבאס. יא אבער איך בין בעסער, ווייל איך זאג הב הב צו קענען געבען פאר זיי, פארשטייסט?

איך מיין דער שנארער וואס זיצט ביים טיר פין ביתַ המדרש יומם ולילה וואס זאגט ער גייט פאר מקובלים אין רוסלאנד איז שוין מער פין מיר. אין זיין דמיון איז ער א חד בדרא. ר' מאטעלע טשערנאבלער אליין, אלע ל"ו צדיקים האלט ער אויס, א קלייניקייט? און מיין דמיון קאסט מיר דאס געזונט.
אוי באשעפער, יוסיף דעת יוסיף מכאוב, האט דער קאצקער געטענה'ט, קרענקען זאלסטו אבער וויסן זאלסטו. איך הער, אבער וואס איז די תכלית? אויב דער תכלית פין וויסן איז קרענק וואס איז דער תכלית פין קרענק?

זעה איך שוין, מיין בן זוג איז מיין שכל. דער שכל איז עפעס מורא'דיג, איך קען אים פרעגן וואס איך וויל, און ער ענטפערט. איך האף נאר אז מיין שכל וועט מיר נישט אנשרייען באלט בקול רם, משוגענער דו.
אבער אויב איז מיין בן זוג מיין שכל, ווער בין איך זעלבסט? עפעס א מין זאך וואס טוט אן טראכטן, ווייל דער טראכטען טוט דאך דער שכל. איז וואס גיבט מיר רצון? נישט דער שכל! אה, דאס מיינען זיי מיט דער אין טעם ברצון.

איז אזוי, איך בין אמאהל שכל און אמאהל רצון, ווענט זיך אין וואס? ווייס איך נישט, איז דא א דריטע דא וואס דרייט דער רודער? א טריניטי? א טאטע (שכל) א זוהן (רצון), אדער פארקערט? און א הייליגע גייסט וואס קאנטראלירט. נו, ביסט א קריסט געווארען? שעם זיך. אנטלויף!

שוין, קען איך שוין מיין אייגענע שכל אויך נישט געטרויען, ער איז מיר אויך דן.

אינגאנצען ביחידות.

באשעפער העלף.

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:04 pm
דורך בת קול
טרעף דעם זיך.

א מענטש קען נישט געטרויען אז ער לעבט פאר די ליבשאפט און געטריישאפט פון אנדערע.

דו דארפסט עס געבן פאר זיך אליינס.

קיינער קען דיר עס נישט געבן.

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 9:38 pm
דורך [NAMELESS]
A+ for expressing
A+ for writing

Ever tried IFS? And not with a heimish therapist.

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 10:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פארוואס דו וועסט אלץ זיין איינזאם, אדם בודד לעולם.

https://youtu.be/n3Xv_g3g-mA

היסטאריע אדער היסטעריע???

נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 11:41 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
העניך האט געשריבן:ביסט א געבענטשטער שרייבער, [tag]היסטאריע[/tag]. האסט גוט געפילט נאכ'ן זיך אזוי גוט אויסדרוקן? לוינט נישט פאר דעם אליין צו לעבן?

חסידיש גערעדט, לוינט צו לעבן אפילו איין מאל צו לייגן תפילין.

און גראָב גערעדט, א גוטן שטיק בשר איז אוועקצומאכן?

וואס פארשטייט העניך צו א בשר?? האסטו דען געהאט שייכות מיט א בשר?? חוץ ספעלן דעם ווארט בשר, האסטו דען דעם מינדעסטן אהנונג סיי וואס איבער בשר?? @העניך קלאמערט איבערן ספרים שאפע, אפילו דיין פראפייל צורה איז מעיד אז דו האסט מער שייכות מיטן ספרים שאפע ווי צו א שטיקל בשר.

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 12:42 am
דורך קאצקע ציקער
דעת האט געשריבן:A+ for expressing
A+ for writing

Ever tried IFS? And not with a heimish therapist.

Why not with heimish?

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 4:07 am
דורך [NAMELESS]
[tag]מי אני[/tag] אלערט.
(מיט א פעסטע מראה מקום, וואס די בעל מחבר'ס נאמען דארף מען לייגען פינטלעך צו קענען ליינען)

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 1:32 pm
דורך בונה של טוב
בת קול האט געשריבן:טרעף דעם זיך.

א מענטש קען נישט געטרויען אז ער לעבט פאר די ליבשאפט און געטריישאפט פון אנדערע.

דו דארפסט עס געבן פאר זיך אליינס.

קיינער קען דיר עס נישט געבן.


ס׳איז נישט אזוי פשוט. ליבשאפט צו זיך ווערט אויך געבויט דורך קאנעקשן מיט מענטשן וואס האבן דיר ליב; for who you are and not for what you do
אויב האט מען נאכנישט געטראפן גוטע פריינט וואס האבן אן אמת׳ע הערצה און שעצן דיר, און אויב האסטו אין קינדהייט נישט געהאט קיין אנקאנדישענעל לאוו - דעמאלץ ווי אזוי קען ער אפילו וויסן וואס דאס איז וואס ער קען זיך געבן. ס׳זאגט זיך גרינג אבער ס׳נישט אזוי סימפּל אויב There is no reference point

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 1:34 pm
דורך בונה של טוב
היסטאריע, יישר כח פאר דיין דרייסטקייט ארויסצושרייבן די פיינפולע מחשבות אויף אזא אפנהארציגע וועג. איך האב זיך אסך געטראפן אין דיינע ווערטער, אדער ווי מ׳זאגט אין ענגליש I could very much relate ווייל מיט עטליכע יאר צוריק האב איך גענוי אזוי געפילט

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 3:29 pm
דורך בת קול
בונה של טוב האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:טרעף דעם זיך.

א מענטש קען נישט געטרויען אז ער לעבט פאר די ליבשאפט און געטריישאפט פון אנדערע.

דו דארפסט עס געבן פאר זיך אליינס.

קיינער קען דיר עס נישט געבן.


ס׳איז נישט אזוי פשוט. ליבשאפט צו זיך ווערט אויך געבויט דורך קאנעקשן מיט מענטשן וואס האבן דיר ליב; for who you are and not for what you do
אויב האט מען נאכנישט געטראפן גוטע פריינט וואס האבן אן אמת׳ע הערצה און שעצן דיר, און אויב האסטו אין קינדהייט נישט געהאט קיין אנקאנדישענעל לאוו - דעמאלץ ווי אזוי קען ער אפילו וויסן וואס דאס איז וואס ער קען זיך געבן. ס׳זאגט זיך גרינג אבער ס׳נישט אזוי סימפּל אויב There is no reference point


מען מיינט מען האט גוטע פריינט ביז מען ווערט געפראווט, און מען זעהט עס איז פאלשע ליבשאפט.
יעדער מיינט נאר זיך. עס איז גוט דאס צו געדענקען אויב מען זוכט א חבר.

Self Love קען מען יא זיך לערנען געבן אפילו מען האט עס קיינמאל פריער באקומען פון איינעם.
עס זענען דא טעראפיסטן וואס צייכענען זיך אויס אין דעם, און מהלכים געמאכט פאר דעם, אזויווי self parenting א.א.וו.

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 3:38 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קודם כל, נאים הדברים למי שאמרם...

צווייטנס, כדי זיך צו לערנען self love דארף מען פריער עס קענען מקבל זיין פון אנדערע. אוודאי דארף א מענטש האבן גענוג self esteem נישט צו דארפן צוקומען צו אנדערע מענטשן'ס ליעבע, אבער זיך דערווייטערן דערפון (מיט אמת'ע חשבונות!) איז אויך נישט קיין מהלך, מ'דארף עס אננעמען אבער נישט בלייבן סטאק דארט.

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 3:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קאצקע ציקער האט געשריבן:
דעת האט געשריבן:A+ for expressing
A+ for writing

Ever tried IFS? And not with a heimish therapist.

Why not with heimish?

Cuz it won't work as good

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 6:46 pm
דורך בת קול
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:קודם כל, נאים הדברים למי שאמרם...

צווייטנס, כדי זיך צו לערנען self love דארף מען פריער עס קענען מקבל זיין פון אנדערע. אוודאי דארף א מענטש האבן גענוג self esteem נישט צו דארפן צוקומען צו אנדערע מענטשן'ס ליעבע, אבער זיך דערווייטערן דערפון (מיט אמת'ע חשבונות!) איז אויך נישט קיין מהלך, מ'דארף עס אננעמען אבער נישט בלייבן סטאק דארט.



מען זאגט געווענטליך פארקערט.

מען דארף ערשט זיך ליב האבן, צו קענען אננעמען אז אז יענער האט דיר ליב.
איינער וואס האט זיך נישט ליב, קען געווענטליך נישט פארשטיין פארוואס אנדערע האבן אים ליב.

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 7:08 pm
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:
דעת האט געשריבן:A+ for expressing
A+ for writing

Ever tried IFS? And not with a heimish therapist.

Why not with heimish?



To be honest
איך דארף ווען זאגן וואס צו זיכן אין א גוטע טערעפיסט, נישט סתם אוועקמאכן אלע היימישע.

מי יודע, אפשר איז יא פארהאנען א היימישע מענטש וואס קען די מאדעליטי גוט נאר איך ווייס נישט פון אים/איר צו זאגן.

אבער אזויווי איך האב נאך נישט געטראפן א היימישע מענטש וואס זאל האבן די צייט און די געדולד צו באגלייטן דעם מענטש אויף דעם מהלך דערפאר האב איך געזאגט נישט היימיש.

All the hiemish people that I know that do this modality are dabbling in it.

ווען איך גיי צו איינעם וויל איך יענער זאל זיין בקי דערין.

אז איינער טרעפט יא א היימישע מענטש און איז צופרידן, תבא עליו ברכה.

Btw same goes for non heimish or secular practitioners that there are some that aren't worth the time of day.

The practitioner has to have the patience and the skill to take you on the journey with all your parts.

If I'll have time I'll search for videos where Dr. Dick Schwartz explains some of the concepts

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 7:12 pm
דורך אישתישבי
העניך האט געשריבן:ביסט א געבענטשטער שרייבער, [tag]היסטאריע[/tag]. האסט גוט געפילט נאכ'ן זיך אזוי גוט אויסדרוקן? לוינט נישט פאר דעם אליין צו לעבן?

חסידיש גערעדט, לוינט צו לעבן אפילו איין מאל צו לייגן תפילין.

און גראָב גערעדט, א גוטן שטיק בשר איז אוועקצומאכן?


אך בשר מבשרי

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 7:47 am
דורך דערהויבענע איד
אפשר טריט טיך אויף א אינדערווידואלע אופן ווי גיין שפאצירן אליין, הערן מוזיק, א ראוד טריפ, התבודדת, אא"וו.

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 11:39 am
דורך אייראפעישער חסיד
דערהויבענע איד האט געשריבן:אפשר טריט טיך אויף א אינדערווידואלע אופן ווי גיין שפאצירן אליין, הערן מוזיק, א ראוד טריפ, התבודדת, אא"וו.

נישט פארשטאנען קיין איין ווארט!
זיי דיר מסביר! זיי נישט אזוי דערהויבן און לאז דיך אביסל אראפ!

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 12:46 pm
דורך דערהויבענע איד
מאך נישט אקטיוויטעיטן וואס האט מיט אנדערע מענטשן, דאס איז אויך גוט, אבער קודם דארף מאן ספענדן צייט מיט זיך אליין, א מענטש וואס גייט אליין אויף א שפאציר אדער הערט מיוזיק אליין,אדער טוט זיך אן און מאככט זיך אויס זעהן וויאזוי "ער" האט באמת ליב, איז זייער מעגליך אז ער וועט זיך אליינס טרעפן און זיך ליב האבן.

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 1:25 pm
דורך אייראפעישער חסיד
דערהויבענע איד האט געשריבן:מאך נישט אקטיוויטעיטן וואס האט מיט אנדערע מענטשן, דאס איז אויך גוט, אבער קודם דארף מאן ספענדן צייט מיט זיך אליין, א מענטש וואס גייט אליין אויף א שפאציר אדער הערט מיוזיק אליין,אדער טוט זיך אן און מאככט זיך אויס זעהן וויאזוי "ער" האט באמת ליב, איז זייער מעגליך אז ער וועט זיך אליינס טרעפן און זיך ליב האבן.

דו רעדסט פון נסיון ? אדער נביאות? געהערט ? אדער געליינט?

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 2:37 pm
דורך היסטאריע
א יישר כח ענק אלע פאר אייערע טייערע תגובות.

האב איך געטראכט נאך אסאך זאכן, נישט אלעס איז ראוי לדפוס. איך האף איר וועט הנאה האבן פין דער נעקסטע, כאטש עס איז נישט דער זעלבע שטארק ווי דער ערשטער.

ברכות

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 2:38 pm
דורך היסטאריע
מיינע בעיביס לערנען זיך מאכן ברכות. פאר יעדעס זאך פרעגן זיי, וועלכע ברכה? דער געים שפילט דער ניגון ערב ובוקר, ברכות מאכן דארף א איד און וכו'.
מיינע ברכות זענען צום באדויערן עפעס אזעלכע געכאפטע מצות מלומדה'דיגע מערמליכץ, און געווענליך כאפט מיר נישט קיין גרויסע הרהור תשובה, אבער יעצט מיט די קינדער, ווילט זיך עפעס מער.
ווייס איך אבער נישט. איך פלעג אמאהל דאווענען שמונה עשרה דער שנעלסטער, האט מיר אמאהל געכאפט א הרהור תשובה, און פראבירט אינזינען האבען, און אנגעהויבן דאווענען לענגער, אבער די מחשבות לויפן ווייטער אין קאפ, אבער פאסט מיר שוין נישט צו דאווענען שנעל. איי איי, סתם א עובד ע"ז רח"ל. כאטש די ברכות זאלען זיין כולו לד'.
זאל איך יעדעס אשר יצר אנהייבן מאכן שטאט? איך ווייס אז דער כוונה וועט זיין די זעלבע נאך צוויי טעג, ווידער סתם זאגן אהן טראכטען פאר א רגע שמעקט מיר אויך נישט.

לעצטנס גייט מיר קבלת שבת אויך אויף די נערווען, מען זאגט דארט אפאר קאפיטלען תילים, מען זינגט דער קישקעס, אבער ווער ווייסט וואס די ווערטער באדייטן. שוין, פראביר איך צו מעיין זיין, לכו, נרננה, וואס דארף דאס צו זיין, גייטס אוועק, און לאמיר זינגען? אפשר רעדט מען צו די מחשבות וואס לויפן אין קאפ, גייטס אוועק, לאז מנוחה, וועלען מיר נשמות קענען זינגען.

עפעס געשעהט דארט אינמיטען דער לכו נרננה, ביז היום אם בקולו פארט אלעס כסדרן, עס זעהט אויס ווי דער קאפיטעל איז געווארן געהעקט, איינער א בייזער האט איבערגענומען די לייצעס, און פין היום און בקולו ביז סוף קאפיטל שרייט ער און קריטיקירט, ער איז קעגן דער זינגען קאטעגאריש. עפעס ווי ר' מענדל וויזניצער איז אריין געקומען אין זיין'ס א שטיבל, און דער עולם דאווענט נוסח וויזניץ מיט התלהבות, און מען מערקט אים גארנישט, און ער לויפט צו און האקט אין באלעמער און גיבט א שריי אויס, היום אם בקולי תשמעו, אל תקשו וכו' וכו'.

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 3:54 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
@היסטאריע קומט דא אריין עפעס נישט נערמאל קלאר...!
ער שלעפט ארויס דאס טיף באגראבענע, שפרייט דאס אויס אויפן אויבערפלאך צום שיין פון דעם זון....

עפעס איז לבי אומר לי אז ס׳איז בבחינת שאלות חכם חצי תשובה, און ס׳קומט נאך פונעם עפעס א תרופה, עפעס א לעזונג וויאזוי צו היילן די טיפע ווייטוגען.

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 4:18 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
היסטאריע האט געשריבן:מיינע בעיביס לערנען זיך מאכן ברכות. פאר יעדעס זאך פרעגן זיי, וועלכע ברכה? דער געים שפילט דער ניגון ערב ובוקר, ברכות מאכן דארף א איד און וכו'.
מיינע ברכות זענען צום באדויערן עפעס אזעלכע געכאפטע מצות מלומדה'דיגע מערמליכץ, און געווענליך כאפט מיר נישט קיין גרויסע הרהור תשובה, אבער יעצט מיט די קינדער, ווילט זיך עפעס מער.
ווייס איך אבער נישט. איך פלעג אמאהל דאווענען שמונה עשרה דער שנעלסטער, האט מיר אמאהל געכאפט א הרהור תשובה, און פראבירט אינזינען האבען, און אנגעהויבן דאווענען לענגער, אבער די מחשבות לויפן ווייטער אין קאפ, אבער פאסט מיר שוין נישט צו דאווענען שנעל. איי איי, סתם א עובד ע"ז רח"ל. כאטש די ברכות זאלען זיין כולו לד'.
זאל איך יעדעס אשר יצר אנהייבן מאכן שטאט? איך ווייס אז דער כוונה וועט זיין די זעלבע נאך צוויי טעג, ווידער סתם זאגן אהן טראכטען פאר א רגע שמעקט מיר אויך נישט.

לעצטנס גייט מיר קבלת שבת אויך אויף די נערווען, מען זאגט דארט אפאר קאפיטלען תילים, מען זינגט דער קישקעס, אבער ווער ווייסט וואס די ווערטער באדייטן. שוין, פראביר איך צו מעיין זיין, לכו, נרננה, וואס דארף דאס צו זיין, גייטס אוועק, און לאמיר זינגען? אפשר רעדט מען צו די מחשבות וואס לויפן אין קאפ, גייטס אוועק, לאז מנוחה, וועלען מיר נשמות קענען זינגען.

עפעס געשעהט דארט אינמיטען דער לכו נרננה, ביז היום אם בקולו פארט אלעס כסדרן, עס זעהט אויס ווי דער קאפיטעל איז געווארן געהעקט, איינער א בייזער האט איבערגענומען די לייצעס, און פין היום און בקולו ביז סוף קאפיטל שרייט ער און קריטיקירט, ער איז קעגן דער זינגען קאטעגאריש. עפעס ווי ר' מענדל וויזניצער איז אריין געקומען אין זיין'ס א שטיבל, און דער עולם דאווענט נוסח וויזניץ מיט התלהבות, און מען מערקט אים גארנישט, און ער לויפט צו און האקט אין באלעמער און גיבט א שריי אויס, היום אם בקולי תשמעו, אל תקשו וכו' וכו'.

טאקע דערפאר זענען דא וואס גלייכן זייער קארליבאך סטייל דאווענען, וגם אני הקטן בתוכם.