בלאט 1 פון 1

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 10:18 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך האב געהאט אפאר מחנכים וכדו' ווואס האבן איבערגעלאזט אויף מיר אן אייביגן רושם, פאר א מענטאר וואלט איך קיינעם פון זיי גענומען ווייל איך האלט שוין צענדליגע לעוועלס העכער זיי. כ'האב קונה געווען פון זיי וואס זיי האבן געהאט צו פארקויפן און איך האב מיך פאראויס גערוקט ווייטער אין די צייט וואס זיי זענען נאך שטעקן געבליבן ערגעצוואו אינטערוועגנס, היינט צוטאגס וואלטן זיי געקענט קומען זיך דורכרעדן מיט מיר.

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 10:45 am
דורך בת קול
א שאד.

ווען מען איז יונג קען זיך פילן ווי בושות אז מען איז דער פונעם כתה וואס הענגט זיך אן אין א מענטאר.
אנקניפן א קשר איז פון די שווערסטע זאכן וואס איך האב נאר געטוהן אין מיין לעבן.

דו גוטע חלק איז, אז עס איז נישט צו שפעט.
דו קענסט נאך אלץ טרעפן א קלוגע איד וואס קען זיין דארט פאר דיר.

צו עס איז גיין צו א שבת קרבתנו און טרעפן איינער וואס רעדט צו דיר, אדער א פאבליק פיגור אזויווי י.י. יאקאבסאן, אדער אנהויבן עפעס א חברותה'שאפט מיט איינעם וואס דו זעסט אין שוהל וואס דו קוקסט ארויף אויף.

א מענטאר איז נישט א מלאך וואס גייט דיר אלעמאל פארשטיין. אין געוויסע זאכן קען זיין אז דו האלטסט שוין ווייטער אין לעבן ווי אים, אבער עס לוינט נאך אלץ צו זוכן דעם איין מענטש וואס וועט דיר מאכן גרינגער אויפן הארץ.

Re: א מענטאר פון חינוך יארן?

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 11:50 am
דורך דער גאלדענער אדלער
@העניך
כ'הער דיין ווייטאג, און ביסט נישט דער איינציגסטער. איך בין שוין אינדרויסן פון די ישיבה סיסטעם פאר א צירקע דרייסיג יארן, און אין מיינע ישיבה יארן האבן נאך די ראשי ישיבות יא געהאט נאענטע שייכות מיטן בחור/אינגערמאן, די אמאליגע ראשי ישיבות האבן אפילו געקענט דעם דור שני און שלישי, מיטגעהאלטן יעדעס קינד און אייניקל.

אבער היינצוטאגס הער איך פון מיינע חברים וואס שיקן זייערע קינדער אין ישיבות דעם זעלבן ווייטאג וואס דו האסט אז די ראשי ישיבות זענען נישט מער ווי ווינדאוס און שאו קעיסעס פאר די ישיבה און פאר די כבוד פון די עשירים וואס זייערע קינדער וואס גייען דארט זאלן קענען טוען גוטע(?) שידוכים. אבער האבן בכלל נישט קיין שייכות מיטן בחור, אפילו ווען ער איז נאך אין ישיבה! דאס גאנצע אריין נעמען א בחור האט גארנישט צוטוהן מיט'ן ראש ישיבה נאר מיט עפעס א וועד ההורים וואס זיי זענען געשטעלט געווארן אנצוגיין מיט די שחיטות הילדים, וואס דער ראש ישיבה קען פשוט נישט טוהן צוליב זיין איידעלקייט און באשיידנקייט.

ס'איז אבער יא פארהאן געוויסע פעלער וואו די ראשי ישיבות האבן א דירעקטע שייכות מיט'ן בחור/אינגערמאן איז, אויב איז דא געלט דארט איז למען כבוד התורה צו ווייזן אז די ראשי ישיבות האבן ביטחון אינעם גרינעם אין גאד ווי טראסט, דאן איז א אויסנאם, פשוט צו ווייזן אז מ'ברויך זיך פארלאזן אויף גאט.

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 12:46 pm
דורך שמחהלע קאפשטיק
ער’ העניך:
דו ביסט בכלל נישט דער איינציגסטער...
איך האב קיינמאל נישט געפילט ווי איך האב א מורה דרך וועמען איך קען געטרויען מיט אלע מיינע שאלות און ספיקות אדער איינער וואס זאל זיין מיין מורה דרך
איך האלט שוין ביי די בינה יארן and I'm still looking for
קוקענדיג צוריק אויף מיינע וואקעלדיגע בחורישע יארן [בעפאר ווען ס'איז גע. ווען די אינטערנעט פראבלעמען- במילא קען מען נישט בלעימען די אינטערנעט] איז דאס וואס האט מיר געפעלט א געהעריגע מענטאר וואס זאל מיר פארשטיין און מדריך זיין

ומכאן הקריאה יוצאת אז ס’כדאי ארויסהעלפן די אייגענע קינדער און פראבירן זיי צו שאפן א מענטאר וואס זאל זיין לפי רוחם

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 12:56 pm
דורך בונה של טוב
א גרויסן דאנק פאר׳ן ארויסברענגען אויף אזא הערליכן וועג אזא ווייטאגליכע נושא
עס דערמאנט מיר א Ted talk וואס איז מיר אריין אין די ביינער און מיר געמאכט aware וואס איך וויל כאטש אינדערהיים אריינלייגן אין מיינע קינדער

https://youtu.be/SFnMTHhKdkw

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 4:34 pm
דורך רימון
איך האב גאנץ אן אנדערע טעיק אויף די גאנצע זאך, דוקא אין ישיבה האב איך געטראפן (בעיקר אין ישיבה גדולה) איידעלע אידן בעלי נפש וועמען איך וואלט אנפארטרויעט מיין לעבן, אידן בעלי דעת וואס איך בין נאך היינט נהנה פון זייערע מוסרים ולקח טובים וואס קלינגט אין די אויערן (נישט אלע, געווען גענוג מגידי שיעור שטריקעס מיט מדות מושחתות) בעלי שכל בעלי נסיון, אידן וואס די תורה האט זיי אוועקגעשטעלט אויף א גוט פלאץ אז ווען מ'זעט זיי זאגט מען אשרי רבו שלמדו תורה.

דער פראבלעם איז פשוט אז די סיסטעם איז נישט אויסגעשטעלט אז די אידן זאלן זיין דיין מענטאר און ס'איז נישטא קיין וועג וויאזוי אנצוקומען צו זיי, סיידן אויפזוכן א נומער אין טעלעפאן בוק און שוואכע שאנסן זיי זאלן געדענקען א תלמיד פון יארן צוריק.

דער עכטער פראבלעם איז אז די אידן וואס דער יונגערמאן דארף לייכט קענען נעמען ווי א מענטאר ווי די דיינים, רבנים אדער חתן רבי'ס וכדו' זענען מענטשן וואס כ'וואלט נישט געטרויעט מיט גארנישט זיכער נישט ווי א לעבנסווייזער.

היה ימים וואס כ'בין געווען נאאיוו, מיט יארן צוריק האב איך געפרעגט א שאלה פון א דיין אויף אן ערנסטע נושא וואס איז געווען נוגע מיין לעבן און ער האט געענטפערט א זשענעטיק תירוץ וואס מ'ענטפערט פאר יעדן (כ'לאז אייך אליין טראכטן וואס ס'איז געווען די נושא, ס'הויבט זיך אן מיט א ב') אן קיין שום ספעציפישע התייחסות צו מיין מצב אדער תכונת הנפש אדער סיי וואס, און ווען כ'האב אים געפרעגט אויף וואס ער באזירט זיין פסק האט ער געענטפערט "מ'זאגט נישט".

מענטאר אין קאפ אריין. ס'איז געווען דאס לעצטע מאל וואס כ'האב אים אדער מענטשן מכת דילי' געפרעגט אן ערנסטע לעבנס שאלה, און אויסער וואס צו טון ווען די מילכיגע לעפל איז אריינגעפאלן אין די פארעווע לעדל בערב פורים שחל להיות בחוה"מ, מוז מען אליין מאכן באשלוסן אין לעבן אדער זיך דורכרעדן מיט גוטע חברים.

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 5:36 pm
דורך דערהויבענע איד
איך האב יא מענטשן וואס איך וואלט געטראסט. א פרייוועט טארטער פון ישיבה גדולה אין א"י.
איך האלט אז אין א"י איז מען סאאאך מער משקיע אין חינוך,סיי וויילסגייט זיי באמת אן, און זיי לייגן אריין אסאך קאפ און מוח, און אפילו טעכנילאגיע אין דעם.

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 6:48 pm
דורך בת קול
העניך האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן:א שאד.

ווען מען איז יונג קען זיך פילן ווי בושות אז מען איז דער פונעם כתה וואס הענגט זיך אן אין א מענטאר.
אנקניפן א קשר איז פון די שווערסטע זאכן וואס איך האב נאר געטוהן אין מיין לעבן.

דו גוטע חלק איז, אז עס איז נישט צו שפעט.
דו קענסט נאך אלץ טרעפן א קלוגע איד וואס קען זיין דארט פאר דיר.

צו עס איז גיין צו א שבת קרבתנו און טרעפן איינער וואס רעדט צו דיר, אדער א פאבליק פיגור אזויווי י.י. יאקאבסאן, אדער אנהויבן עפעס א חברותה'שאפט מיט איינעם וואס דו זעסט אין שוהל וואס דו קוקסט ארויף אויף.

א מענטאר איז נישט א מלאך וואס גייט דיר אלעמאל פארשטיין. אין געוויסע זאכן קען זיין אז דו האלטסט שוין ווייטער אין לעבן ווי אים, אבער עס לוינט נאך אלץ צו זוכן דעם איין מענטש וואס וועט דיר מאכן גרינגער אויפן הארץ.

כ'האב נישט געשריבן דא אז כ'דארף א מענטאר, אדער אז כ'האב נישט קיין מענטאר. נאר אז כ'האב געהאט די רעאליזאציע אז פון די ישיבה יארן איז גארנישט געווארן.


רוב מענטשן גראדיועטן א מענטאר פון די יוגנט.
א מענטש טוישט זיך כסדר און כמעט זיכער אז אויב וואלסטו געהאט א מענטאר אין דיין יוגנט, וואלסטו שוין היינט נישט געהאט מיט אים די זעלבע קשר.

נאך אלץ א שאד אז דו האסט נישט געהאט אויב וואלט עס דיר געקומען צוניץ.

נשלח: פרייטאג יולי 02, 2021 7:14 pm
דורך [NAMELESS]
בונה של טוב האט געשריבן:א גרויסן דאנק פאר׳ן ארויסברענגען אויף אזא הערליכן וועג אזא ווייטאגליכע נושא
עס דערמאנט מיר א Ted talk וואס איז מיר אריין אין די ביינער און מיר געמאכט aware וואס איך וויל כאטש אינדערהיים אריינלייגן אין מיינע קינדער

https://youtu.be/SFnMTHhKdkw


Really appreciate this.

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 7:32 am
דורך דערהויבענע איד
כמיין אז אין די ליטווישע וועלט אדער להבדיל אין קאלעדזש איז יא דא א קשר צווישן די מחנכים וואס בלליבט אויף די עלטערע יארן.

שוין,נאך א לאך ביי אונז אין הייליגע סיסטעם.

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 1:24 pm
דורך אייראפעישער חסיד
דערהויבענע איד האט געשריבן:כמיין אז אין די ליטווישע וועלט אדער להבדיל אין קאלעדזש איז יא דא א קשר צווישן די מחנכים וואס בלליבט אויף די עלטערע יארן.

שוין,נאך א לאך ביי אונז אין הייליגע סיסטעם.

שקר. די קשר צווישן א מגיד שעור אין א בחור (וואס בלייבט פולקאם אין סיסטעם) איז פיל שטערקער ווי איר שרייבט !

Re: א מענטאר פון חינוך יארן?

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 1:45 pm
דורך [NAMELESS]
.

Re: א מענטאר פון חינוך יארן?

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 1:46 pm
דורך [NAMELESS]
אייראפעישער חסיד האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:כמיין אז אין די ליטווישע וועלט אדער להבדיל אין קאלעדזש איז יא דא א קשר צווישן די מחנכים וואס בלליבט אויף די עלטערע יארן.

שוין,נאך א לאך ביי אונז אין הייליגע סיסטעם.

שקר. די קשר צווישן א מגיד שעור אין א בחור (וואס בלייבט פולקאם אין סיסטעם) איז פיל שטערקער ווי איר שרייבט !
לא היה ולא נברא איך ווייס נישט אויף וועלכע עולם איר לעבט

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 2:09 pm
דורך בונה של טוב
אייראפעישער חסיד האט געשריבן:
דערהויבענע איד האט געשריבן:כמיין אז אין די ליטווישע וועלט אדער להבדיל אין קאלעדזש איז יא דא א קשר צווישן די מחנכים וואס בלליבט אויף די עלטערע יארן.

שוין,נאך א לאך ביי אונז אין הייליגע סיסטעם.

שקר. די קשר צווישן א מגיד שעור אין א בחור (וואס בלייבט פולקאם אין סיסטעם) איז פיל שטערקער ווי איר שרייבט !


איך ווייס נישט וועגן די ליטווישע, אבער איך ווייס פון מענטשן וואס זייערע לערערס פון היי סקול און קאלעדש האבן געהאט א גוטע קשר מיט די קינדער און זיי קענען סיי ווען שיקן אן אימייל צו פרעגן אן עצה אדער סתם מיטצוטיילן א דערגרייכונג. און אודאי צו בעטן א רעקאמענדאציע אויב זיי נויטיגן זיך דערין צו קענען זיך איינשרייבן אין געוויסע פראגראמען. איך ווייס א אידיש מיידל פון בארא פארק וואס אירע לערער האבן איר פארגעשלאגן צו אפּלייען פאר א פולברייט (א גאר פּרעסטישזפולע סקאלערשיפּ ווי סטודענטן קענען שטודירן אין אן אנדערע מדינה און ווערן אויסגעצאלט די שכר לימוד און נאך קאסטן (נסיעה א.ד.ג.) הקיצור ווען זי האט זיך איינגעשריבן האבן זיי איר געגעבן וואונדערליכע רעקאמענדאציעס ווי זיי האבן אויסגערימט אירע כשרונות און פלייסיגקייט און זיי האבן גע׳שתדל׳ט פאר איר צו ווערן אנגענומען. דאס איז געקומען דורך די קשר וואס זי האט געקענט בויען מיט לערערס (איך ווייס פון נאך ביישפילן אבער דאס איז א דוגמא)

נשלח: זונטאג יולי 04, 2021 7:16 pm
דורך דערהויבענע איד
אין דער ליטווישע וועלט איז דא א ראש ישיבה וואס מרעדט זיך דורך א גאנץ לעבן, (שוין אפגערעדט ווען סקומט צו שידוכים,אד"ג)

נשלח: מאנטאג יולי 05, 2021 1:12 pm
דורך יעקב מעקסוועל
שטארקע ווערטער העניך, איך מיין די מחנכים זענען פשוט א סעמפל פון דעם ציבור אין אלגעמיין. ווען דו גייסט ארום אין שטאט זעסטו יא אסאך עלטערע אידן וואס דו רעספעקטירסט זייער מיינונג? אין ביהמ"ד זענען דא אסאך וואס דו ווילסט זיי פרעגן עצות? קען זיין עס איז די אראגאנץ פון דעם יונגע דור וואס רעספעקטירט פשוט נישט דעם עלטערן דור, אבער איך מיין די דיסרעספעקט איז ערליך פארדינט.

די ערשטע סיבה פארוואס מען זעט נישט קיין סאך בעלי דעת צווישן אונז, ווייל אונזער חינוך שטופט נישט אין די דירעקציע. אויב טראכט איינער א חידוש פון א געדאנק קוקט עס קיינער נישט ארויף, די מערסטע חיזוק געבט מען פאר איינעם וואס טוט פונקט ווי דעם עלטער זיידן, ער טראכט נישט און פרעגט נישט נאר טוט וואס ער האט צו טון, זיי מיר נישט קיין אויבער חכם... אויב פרעגסטו די זעלבע קשיא פון תוס' ביסטו ממש א גאון, אויב זאגסטו דיין אייגענע תירוץ (וואס איז אסאך בעסער) ביסטו א משכיל.

חוץ מזה, די בעלי דעת וואס וואקסן אויס על אף די סארט חינוך, זענען גענוג קלוג צו פארשטיין אז מען דארף האלטן די מויל פארמאכט. זיי ווערן נישט קיין מחנכים און אוודאי נישט קיין רבנים.

א ווייטאגליכע מציאות.

נשלח: מאנטאג יולי 05, 2021 1:29 pm
דורך בת קול
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:שטארקע ווערטער העניך, איך מיין די מחנכים זענען פשוט א סעמפל פון דעם ציבור אין אלגעמיין. ווען דו גייסט ארום אין שטאט זעסטו יא אסאך עלטערע אידן וואס דו רעספעקטירסט זייער מיינונג? אין ביהמ"ד זענען דא אסאך וואס דו ווילסט זיי פרעגן עצות? קען זיין עס איז די אראגאנץ פון דעם יונגע דור וואס רעספעקטירט פשוט נישט דעם עלטערן דור, אבער איך מיין די דיסרעספעקט איז ערליך פארדינט.

די ערשטע סיבה פארוואס מען זעט נישט קיין סאך בעלי דעת צווישן אונז, ווייל אונזער חינוך שטופט נישט אין די דירעקציע. אויב טראכט איינער א חידוש פון א געדאנק קוקט עס קיינער נישט ארויף, די מערסטע חיזוק געבט מען פאר איינעם וואס טוט פונקט ווי דעם עלטער זיידן, ער טראכט נישט און פרעגט נישט נאר טוט וואס ער האט צו טון, זיי מיר נישט קיין אויבער חכם... אויב פרעגסטו די זעלבע קשיא פון תוס' ביסטו ממש א גאון, אויב זאגסטו דיין אייגענע תירוץ (וואס איז אסאך בעסער) ביסטו א משכיל.

חוץ מזה, די בעלי דעת וואס וואקסן אויס על אף די סארט חינוך, זענען גענוג קלוג צו פארשטיין אז מען דארף האלטן די מויל פארמאכט. זיי ווערן נישט קיין מחנכים און אוודאי נישט קיין רבנים.

א ווייטאגליכע מציאות.


מען דארף פונקט קליקן מיט א מענטאר, און זיין א מענטאר איז א סקיל.
רעספעקט איז נישט גענוג און אסאך מאל פארקערט פון וואס מען זוכט אין א מענטאר.
רעספעקט קען ברענגען דיסטענץ וואס קען מאכן אומבאקוועם אדורך צו רעדן די פראבלעמען.
רוב מענטשן וואס האבן מענטארס, איז עס געווענטליך די וואס לאזן זיך אראפ צום ציבור און שעמען זיך נישט צו רעדן איבער זייערע אייגענע flaws און פראבלעמען.

נשלח: מאנטאג יולי 05, 2021 1:59 pm
דורך יעקב מעקסוועל
איך רעד נישט פון רעספעקט וואס קומט מיט יראת הכבוד, נאר פשוט א רעספעקט צו יענעמ'ס ווארט. איך גיי מיר נישט דורכרעדן מיט איינעם וואס איך רעספעקטיר נישט זיין מיינונג.