דער "רעיטינגס" קאמף אין אמעריקאנער מידיא

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

דער "רעיטינגס" קאמף אין אמעריקאנער מידיא

שליחה דורך עס עפעס »

אין די אמעריקאנער מידיא גייט אן א נאכאנאנדע קאמף איבער רעיטינגס, דאס הייסט וויפיל מענטשן עס האלטן מיט די נייעס פראגראמען און אנדערע שאוס וכדו' וואס ווערן געוויזן. עס זענען דא באזונדערע אגענטורן און מידיא גרופעס וועלכע זענען געשטעלט אויף צו אנאליזירן די רעיטינגס פון יעדע שאו אויף יעדע נעטווארק, און באזונדער זענען דא גאנצעטע וועבסייטס געשטעלט בלויז אויף דעם.

אויב איז עס א נייעס שאו, ציהלט מען דערמיט מער ווייניגער אמעריקאנער פאמיליעס; אויב איז דאס א שאו פון פאליטישע אנאליזן, וועט דאס ציהלן מער די מענטשן אין זייערע הויכע 20'ער יארן און ארויף, און אנדערע טעלעוויזיע שאוס, ווי די אלע דראמאס וכו וכו, וועלן ציהלן די וויכטיגסטע די מענטשן צווישן 18 און 34.

ס'איז א לענגערע מעשה מסביר צו זיין דער דיפערענץ פון די פארשידענע רעיטינגס, און די דיפערענצן צווישן קעיבל רעיטינגס און נעטווארק רעיטינגס. אויב עמיצער האט צייט און געדולד, זאל ער דאס אפשרייבן קלאר ביטע און ארויפשטעלן אז דער ציבור זאל הנאה האבן.

די סיבה פארוואס עס גייט אן פאר די נעטווארקס וויפיל מענטשן עס האלטן מיט זייערע פראגראמען איז פשוט: טעלעוויזיע סטאנציעס מאכן געלט דורך די אדווערטייזמענטס וואס שפילן אינמיטן זייערע פראגראמען, און אויב קוקן ווייניג מענטשן די שאוס, וועלן אדווערטייזער נישט זיין גרייט צו שפענדן צופיל געלט. דערפאר זענען די מענטשן פון 18 ביז 34 יאר דאס מערסטע געצילט דורך טעלעוויזיע סטאנציעס, וויבאלד זיי זענען די וואס קויפן איין דאס מערסטע אין אלע סעקטארן פונעם אמעריקאנער קאנסומער מארקעט.

אצינד איז אין די נייעס אז ען. בי. סי. -וועלכע האט פארמאגט די עקסקלוסיווע רעכטן צו שפילן די לאנדאנער אלימפיק שפילן אין אמעריקע- האט באוויזן צו ברעכן א רעקארד מיט'ן זיין די מערסט-געקוקטע אלימפיק שפילן זינט די מאנטרעאל אלימפיקס אין 976'. פארשטייט זיך אז דאס נעמט נישט אריין די אלימפיק שפילן וועלכע זענען פארגעקומען עטליכע מאל שוין אין אמעריקע.

-----

אין דעם אשכול זאל דער ציבור ארויפשטעלן נייעסן איבער די רעיטינגס קאמף אין די מידיא.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

איז ראדיא רעיטינגס דיר אויך אינטערעסאנט?
ס'היינט ארויס דער נייער רעיטינגס ליסטע פאר די גרעסערע ראדיא טאלק שוי האוסט'ס.-- הגם ס'נישט אזוי אקוראט ווי נילסאנ'ס רעיטינגס איז עס אבער
אנגענומען אלץ מער ווייניגער אקוראט.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

Fox News Tops Viewership In Boston Manhunt Capture; CNN No. 1 In Demo

http://www.deadline.com/2013/04/fox-new ... 1-in-demo/
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

שליחה דורך עס עפעס »

פאקס ניוז האט געווינען דעם קאמף צווישן די "קעיבל" טשענעלס, דהיינו "פאקס", MSNBC, און סי. ען. ען.

אבער אין נעטווארק טשענעלס, וועלכע פארמאגן פילפאכיג מער צוקוקער אייביג, ווייל עס ווערט צוגעשטעלט אומזיסט און איז עוועילעבל אין מער אמעריקאנער היימען, האט NBC אייגענטליך געווינען די העכסטע רעיטינג און מערסטע צוקוקער דורכאויס די אנגעצויגענע שטונדן פרייטאג נאכמיטאג.

ליין מער דא:
http://www.dailymail.co.uk/news/article ... ds-newsxml
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ניין ביזט ראנג. פאקס ניוז האט געהאט מער צוקוקער ווי סי בי עס אויך!

און אגב מיין לינק רעדט אויך ארום פון די נעטווארק קאנאלן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
עס עפעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 131
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 3:22 pm
געפינט זיך: ביים טעלער
האט שוין געלייקט: 30 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 86 מאל

שליחה דורך עס עפעס »

זאלסט מיר מוחל זיין אבער דיין לינק אליינס ברענגט אויך אז ען בי סי האט געהאט דאס מערסטע.

אט איז א שטיקל פונעם לינק וואס דו האסט געברענגט:
In total, aproximately 42 million viewers tuned into watch coverage on FNC, CNN, MSNBC, ABC, CBS and NBC of the end of the manhunt from 8 PM to 9 PM ET on Friday. According to Nielsen, NBC was number one with 10.7 million watching, ABC was next with 7.8 million viewers, FNC had 7.6 million, CBS garnered 6.9 million, CNN was close behind with 6.8 million and MSNBC had 1.7 million viewers in the one-hour period.

אמת טאקע אז פאקס האט געהאט מער ווי סי בי עס, אבער דאס מיינט נישט אז זיי זענען געווען נומער איינס. איי וועסטו פרעגן וואס דער פשט איז פונעם קעפל פון דיין לינק אז פאקס איז געווען נומער איינס? דער ענטפער איז זייער פשוט אז די נייעס רעדט בעיקר פון די קעיבל טשענעלס, וואס צווישן זיי האט פאקס געווינען.

אשאד צו טענה'ן. ליין איבער קלארער.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

כאב נישט געזאגט אז פאקס האט געהאט די מערסטע פון אלע אינקלודינג די נעטווארקס. אבער פון דיינע ווערטער האט משמע געווען אז נאר פון צווישן די קעיבעל טשענעלס האט פאקס געווינען, האב איך פאראכטן אז זיי האבן אויך געווינען איבער איין נעטווארק קאנאל, CBS.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

די פאריקטע ליבעראלע קאנאל MSNBC קאלעפסט אין די רעיטינגס! :) :לייק :לייק

MORE SNOTTY NONSENSE BY CHICKS

http://www.hollywoodreporter.com/live-f ... low-559923
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

Primetime
FNC: 1,973,000 total viewers, up 17 percent (308,000 in 25-54, down 6 percent)
CNN: 660,000 total viewers, up 70 percent (225,000 in 25-54, up 97 percent)
MSNBC: 539,000 total viewers, down 20 percent (175,000 in 25-54, down 19 percent)
HLN: 624,000 total viewers, up 91 percent (209,000 in 25-54, up 97 percent)
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
George
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:56 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

שליחה דורך George »

זר זהב האט געשריבן:איז ראדיא רעיטינגס דיר אויך אינטערעסאנט?
ס'היינט ארויס דער נייער רעיטינגס ליסטע פאר די גרעסערע ראדיא טאלק שוי האוסט'ס.-- הגם ס'נישט אזוי אקוראט ווי נילסאנ'ס רעיטינגס איז עס אבער
אנגענומען אלץ מער ווייניגער אקוראט.



Sure!

אויך וואלט אינטערעסאנט געווען צו וויסן מער ווי אזוי radio רעטינגס ארבעט, אנדערש ווי TV א.א.וו.

ישר כח
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

אקעי אי''ה
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ארביטראן איז די גרעסטע ראדיא ריסוירטש קאמפעני צו וועם כמעט יעדע רעדיא סטעישאן אין לאנד איז אויפגעסיינט. די רעיטינגס איז צוטיילט אין עטליכע קאטעגאריעס. מער וועגן דעם שפעטער.

די אלטע סיסטעם האט געארבעט מיט דייעריס, ארביטראן האט געצאלט פאר מענטשן פון אלע ראסן, יארגאנגן אא״וו. די אלע מענטשן האבן יעדן סוף טאג געדארפט אראפשרייבן צו וועלכע סטאנציע זיי האבן יענע טאג צוגעהערט, ווי לאנג און וועלכע צייט אין טאג. דער סיסטעם האט פראדוצירט רעיטינגס יעדע 3 חדשים 4 מאל א יאר. און די וויכטיגסטע פערטעל רעיטינגס פון וואס אלע ראדיא מענעדזשערס האבן מורא געהאט און געזוכט צו פערפארמען די בעסט איז געווען די fall און spring רעיטינגס, יענץ האט אפעקטירט די ביללינג מער ווי די ווינטער און זומער רעטינגס.

די דייעריע סיסטעם גייט נאך היינט אן אין די קלענערע ראדיא מארקעטס. אבער אין די מעידזשער מעטרא סיטיס איז שוין 3 יאר איינגעשטעלט א מער טעכנאלאגישער סיסטעם וואס הייסט PPM, גוגל עס.

סאיז א מיטער וואס דער באצלטער מענטש טראגט און סכאפט אויף סיגנאלן, יעדע ראדיא סטאנציע וואס דער הערט אויס ווערט אויפגעכאפט אויפן מיטער. די רעיטינגס קומען ארויס יעדן חודש.

אויף ביידע סיסטעמען זענען געווען און זענען דא קריטיקירער. דו מיינסט זיכער אז PPM איז סך מער אקוראט. אמת, אבער געוויסע טענהן אז סבכלל נישט פעיר ווען איינער מיט א מיטער גייט קויפן א קאפי למשל, און יענע געשעפט גייט 106.7 FM. דער מיטער כאפט דאס אויף אבער דער מענטש האט דאס נישט אנגעצינדען! מיינט דאס אז ער לייגט נישט צו קיין קאפ צו די קאממערשעלס! איז פארוואס זאל יענע סטאנציע קענען בעטו מער געלט פאר עדס??? איך האב אנגעכאפט 1067 ווייל סגייט גראדע אין כמעט יעדן סטאר און זיי זענען שוין יארן די נומער איין סטעישאן אין ניו יארק סיטי.


יענע טענהן אז דער דייערי סיסטעם איז די מערסט אקוראט ווייל סוף טאג שרייבט מען אראפ וואס מגעדענקט באמת אז מהאט זיך צוגעהערט דערצו. אבער דער אמת איז אז מיינארעטי גרופעס האבן אביוזט דעם סיסטעם און אריינגעשריבן פאלשע אינפאו צו שטיצן זייערע סטאנציאנען א שטייגער ווי WBLS און אנדערע ספאנישע סטעישענס וועמענס רעיטינגס איז טאקע געפאלן מיטן נייעם סיסטעם! זיי האבן דערקלערט מלחמה אויפן נייעם סיסטעם און קאנגרעס איז אפילו געווען אינוואלווד דערין.

יעצט צוריק צו וואס כאגעשריבן די אלע חלקים וואס יעדעס איינס איז א דעסיידינג פעקטאר אין די סטאנציעס באדעם ליין. יעדע סטעישאן האט א שעיר און דאס איז אפען פאר די פובליק. למשל WABC האט פאריגע חודש געהאט א 2.9 שעיר. פון אלע מענטשן וואס האבן זיך צוגעהערט צו עני סטעישאן אין א עווערעדזש קוואטער שעה AQH האט ABC געהאט דריי פראצענט.


נאכער איז דא TSL דאס איז טיים ספענט ליסענינג. ווילאנג זיצטע אויף איין סטאנציע ווי לענגער אלץ מער קאממערשעלס הערסטע אויס. איך ווייס נישט אויף זיכער אבער איך מיין אז סאפעקטירט אויך די אווער אלל שעיר. יעצט פארשטיי פארוואס א נייעס סטאנציע האלט אין איין ווארפן עדס. ווייל מענטשן צינדן זיי אן נאר פאר אפאר מינוט אביסילע נייעס א טרעפיק באריכט און פארטיג. משא״כ א מוזיק אדער א טאלק סטעישאן נעמט נאר עטליכע 5 מינוטיגע ברעיקס ווייל זיי האבן די גרעסטע TSL.


נאך א פעקטאר איז די Cume סטייטש די נומער וויפיל הערן צו סיי ווען איבערן טאג. אבער דאס איז נישט אזא שטארקער אינפלוענץ ווי דער נעקסטער חלק וואס איז: דעמאגראפיק. קען זיין א סטעישאן מיט א Cume פון צוויי מיליאן וואס מאכט האלב פראפיט פון אן אנדערע סטעישאן מיט א Cume פון בלויז א מיליאן. דער לעצטער האט אן אוידיענץ פון 18-35 אדער 35-54 יארגאנג. דער ערשטער האט אלטע קאקערס וואס הערן צו אבער זענען נישט קאנסומערס. WABC מאכט טאקע נישט קיין סאך געלט. און למשל 95.5 WPLJ וואס איז בכלל נישט שטארק אין די רעיטינגס מאכט אבער גאר שיין ווייל סהייסט צו זיין די soccer mom סטעישענס, און דאס איז וואס אדווערטייזערס זוכן.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
George
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 156
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 12, 2013 12:56 am
האט שוין געלייקט: 59 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 53 מאל

שליחה דורך George »

Wow
זייער שיין, שכח.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

News/talk remains radio’s second most listened to format with a highly educated, high-income audience. But new Arbitron data shows the format’s mostly white male audience is getting older — and smaller. For radio’s top-billing talk station, the answer is going beyond politics.

http://www.insideradio.com/Article.asp? ... ajUqpyOmSI
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

In the five hours leading up to and including President Obama’s address on Syria Saturday, Fox News was the highest-rated cable news network in total viewers. From 12-5pm ET on Saturday, August 31st, Fox News averaged 971K total viewers, while CNN was second with 926K and MSNBC was third with 390K. CNN was #1 during the same time period for the 25-54 demo with 242K viewers. Fox was second with 235K and MSNBC was third with 124K.



Compared to the previous Saturday, Fox was up 49% in total viewers, CNN was up 133% and MSNBC was down 19%. In the demo, Fox was up 130% over the previous week, CNN was up 110% and again MSNBC was down 19%.

During his speech Saturday, President Obama called on Congress to approve a resolution to use military force in Syria.
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
פארשפארט