בלאט 1 פון 1

פיינפולע און דערדרוקטע שורות - כ'זעה גייסטער נישט צורות...

נשלח: זונטאג יולי 11, 2021 8:54 am
דורך ספרא דמרא
איך האב פארלוירן א נאנטן, נישטא וואס קען טרייסטן, איך טרינק מיינע טרערן, איך עס מיין ווייטאג, איך דערשנאפ רייעס פון פיינפולע גראמען, איך זעה נאר גייסטן.

עס קרענקט, עס בענקט, זיך געדענקט, מח פארשווענקט, פארלוירן וואס געשענקט. איך כליפע.

איך הער נישט אויף
פון דיר צו קלערן
איך הער נישט אויף
איך וועק אויף די מארגן-שטערן

איך קען פשוט נישט
אפילו ווען איך וויל
איך קען פשוט נישט
כאטש איך בין שטיל

איך וויין מיט טרערן
איך וויש זיי אינדערפרי
איך וויין מיט טרערן
ביינאכט איך טרינק נאך ווי

דו פרייסט זיך
אבער איך קלאג
דו פרייסט זיך
ביי מיר קיין נאכט און טאג

קום שוין צוריק
מיט יעדן פון דארט
קום שוין צוריק
האלט שוין ווארט

דו שטייסט פאר מיר
מיט אויגן גרויסע ברייטע
דו שטייסט פאר מיר
מיט א שמייכל א צושפרייטע

קוקסט אוועק פון מיר
ווי בלינד איך טוה ווערן
קוקסט אוועק פון מיר
אבער איך זעה שנירלעך טרערן

ווייטאג און פרייד
זענען ביי יעדן פארהאן
ווייטאג און פרייד
ביי דיר נישט קיין שיין

איך בלייב געטריי
כאטש דיר בארבאריש אומגעברענגט
איך בלייב געטריי
כאטש אלס אויף א האר הענגט

קומסט מיר אין חלום
איך שיק דיר נישט אוועק
קומסט מיר אין חלום
באפאלסט מיר מיט שרעק

זאל איך נעמען די זאכן
וואס האבן דיר צוגענומען
זאל איך נעמען די זאכן
אן ענטפער טוה ברומען

איך ווייס נישט וואו
דיין זעהל שוועבט
איך ווייס נישט וואו
ביסט געווען ווען האסט געלעבט

איך ווייס אבער יא
אז צו מיר האסט א טרייב
איך ווייס אבער יא
אז דו ליינסט וואס איך שרייב...

נשלח: זונטאג יולי 11, 2021 11:49 am
דורך יאסל ראקאווער
Gohsting איז אן אביוז געצייג געניצט דורך מענטשן וואס זענען שווערע געשלאגענע נארסעסיסטס.

אויב ליינט ער וואס די שרייבסט, און ער איגנארירט דיר קען עס זיין א זיין וועג פון דיר מאנאפלירן. ס'איז אוקעי אז די ביסט aware און די מאכסט אז א דעסיזשען צו גיין פאר עס. אבער זיי aware.

נשלח: זונטאג יולי 11, 2021 11:57 am
דורך בת קול
@יאסל

עס הערט זיך מער איבער איינער וואס איז אוועק.

נשלח: זונטאג יולי 11, 2021 12:08 pm
דורך יאסל ראקאווער
ער שרייבט אז ער האט אים/איר בארבאריש אומגעברענגט און ער ווייסט אז ער ליינט וואס ער שרייבט. ס'הערט זיך ווי א לעבעדיגע צוטיילונג משום מעשה שהיה.

נשלח: זונטאג יולי 11, 2021 12:10 pm
דורך אייראפעישער חסיד
יא ס'איז א אפענע וואונד וואס ווארט צו ווערן פארהיילט

נשלח: מאנטאג יולי 12, 2021 4:51 am
דורך ספרא דמרא
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ער שרייבט אז ער האט אים/איר בארבאריש אומגעברענגט און ער ווייסט אז ער ליינט וואס ער שרייבט. ס'הערט זיך ווי א לעבעדיגע צוטיילונג משום מעשה שהיה.

דער געדיכט רעדט זיך איבער א נאנטער וואס איז אוועקגעריסן געווארן צוליב דאס זיין צוגעבינדן צו דראגס, אבער קען ווערן געטייטשט אויף עטליכע וועגן.

נשלח: מאנטאג יולי 12, 2021 10:33 am
דורך בת קול
יאסל ראקאווער האט געשריבן:ער שרייבט אז ער האט אים/איר בארבאריש אומגעברענגט און ער ווייסט אז ער ליינט וואס ער שרייבט. ס'הערט זיך ווי א לעבעדיגע צוטיילונג משום מעשה שהיה.


עס זענען דא וואס האלטן אז פון אויבן אין הימל קענען די טויטע אלעס מיט האלטן.

נישט קיין סתירה.

נשלח: מאנטאג יולי 12, 2021 1:53 pm
דורך מי אני
האבות מצטערים בקבר כשפורענות באה על ישראל (תנחומא חקת אות יב, הובא ברש״י במדבר כ טו). (איך פארשטיי אז דאס איז נישט ממש דאס. ועיין בשבת קנג.)

נשלח: דינסטאג יולי 13, 2021 12:31 am
דורך תרמב
זייער שיינע און פיינפולע שורות!
אין הימל לייענט מען קאווע שטיבל? אדער דו האסט עס ארויפגעלייגט אויף א נאך א סייט וואס די פילטערס לאזן דורך, איך גלייב נישט אז זיי האבן סמארטפאון’ס דארט אויבן אפשר איז דא קיואסקס דארט, ווער ווייסט........