בלאט 1 פון 1

קבלת קהל - קאווע שטיבל - היינט 10:30 - 12:00

נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 3:21 pm
דורך מורינו ורבנו
צוליב דעם פארלאנג פון פילע מיטגלידער, וועל איך אויפנעמען בעז"ה חברינו היקרים חברי קאווע-שטיבל און פראווען לעצה ולברכה. די שעות וועלן זיין היינט פון 10:30 אוונט ביז בערך 12:00, אומגעפער. מען וועט קענען אנפרעגן, זיך מזכיר זיין און פראווען לעצה ולברכה, דאהי אין עפנטליכן פארום, אדער אין פרטי אין מיין קעסטל, אריינשיקן בקשות אדער שאלות בעניני עבודת-השם אדער אין אלגעמיינע ענינים, כל אחד כפי תכונת נפשו וטבעו.

במשך די קורצע תקופה וואס איך געפין זיך דא, האב איך אנטוויקלט אן אינטערעסאנטן אנאנימער קשר מיט פילע מיטגלידער דא, פריוואט מער ווי אפענערהייט. איך האב קענען געלערנט אז פילע מיטגלידער אויף דעם ארט, לעבן אן אייגענעם לעבן, נישט זייענדיג פארבינדן מיט א מנהיג בישראל, אזוי לעבט מען און מען גייט ארום. מען וויל זיך נישט צובינדן מאיזה סיבה, און ענדערש לעבן אן אייגענעם לעבן.

צווישן דעם ארטיגן ציבור דא זענען פארהאן פילע מענטשן, וואס הגם זיי ווילן בלייבן אומאפהענגיק און נישט זיין געבינדן צו קיינעם וואלטן פארט יא געוואלט קענען אמאל אנפרעגן עפעס איינעם, א שאלה וואס מען דארף א הכרעה, און הערן א מיינונג פון איינעם וואס האט אדער עפעס עקספיריענס מיט אנדערע וואס פרעגן אים, אדער פון איינעם וואס לעבט א העכערע לעבן בתורה ובעבודה און איז מדריך תלמידים אויף דעם אופן. בקיצור, ס'איז דא א פארלאנג און א מקום פאר אזא מענטש אויפן פלאץ.

וויבאלד איך פארשטיי אז עס איז א נייע זאך, האב איך נישט קיין שום ערווארטונגען. עס קען זיין אז קיינער וועט זיך נישט ווענדן דא, קען זיין אז בלויז איינער וועט זיך ווענדן, און מעגליך אז עס וועט זיין א פלייץ פון מענטשן. איך וועל אבער היינט זיין דא אום 10:30 און זיין גרייט צום באנוץ פון די מיטגלידער, און האפנטליך זיין די גוטע שליח ממרומים און דער פאסיגער צינור משפיע צו זיין שפע ברכה והצלחה פאר אלע מיטגלידער דא, בני חיי ומזוני, געזונט פרנסה נחת, אלע ברכות און אלע ישועות וואס אידישע קינדער דארפן האבן, אויפרעכטנדיג יעדן איינעם באזונדער און אלעמען צוזאמען מיט כל מילי דמיטב, אמן.

...
דרך אגב, וועט דאס זיין די ערשטע מאל אין די היסטאריע פון חסידות, וואס א משפיע נעמט עמטליך אויף מענטשן אויף א וועב-זייטל, ברבים אדער ביחיד, בשעת מען קען מיטהאלטן ברבים.

נ.ב. איך בין געבעטן געווארן צו מעורר זיין, וויבאלד די מעלדונג איז ארויסגעלייגט געווארן הערשט נאכמיטאג, קוים 7 שעה איידער עס וועט פארקומען, איז מעגליך אז עס זענען פארהאן חברי הקאווע שטיבל, וואס וועלן נישט וויסן דערפון. בעט מען אז מען זאל דאס פארשפרייטן פאר וועמען מען קען און מען ווייסט אז ער איז פון די מיטגלידער דא, אז ווער עס וויל זאל נישט פארפאסן די געלעגנהייט.