כנסת ישראל: השיבנו ה' אליך ונשובה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
כנסת ישראל: השיבנו ה' אליך ונשובה
[center][/center]כ'זיץ דא אויף מיין קליינעם נידריגן אומבאקוועמען בענקל תשעה באב ביינאכט ביים ליינען די קינות, אין דעם בית המדרש הדומה למקדש מעט, מיט האלבע אויסגעלאשענע לעקטער. מיט מיין מויל זינג איך מיט די טרויעריגע איכה ניגון, ווען אין מיין הארץ ווינדערט מיך וויפיל נאך יארן גייט מען ברויכן אזוי זיצן אויף דער ערד?! איז דען נישט נאענט צו צוויי טויזענט יאר גענוג??
יא אונז האבן געזינדיגט. די בית המקדש איז חרוב געווארן, און אונז זענען פארטריבן געווארן פון אונזער לאנד, דורך געגאנגן גלות'ן און גירושין, השמדות און חרבנות, מיר זענען אנטלאפן פון איין לאנד צום צווייטן. אבער וויפיל איז די שיעור??
די סיבה פונעם ערשטן חורבן בית המקדש, ווי חז"ל ברענגן איז געווען די דריי עבירות, ע"ז, ג"ע, שפיכות דמים, און השבתת שמיטות. אין מדרש איכה ווערט געברענגט, אז דער באשעפער האט יא מוותר געווען אויף די ג' חמורות און נישט אויף מאיסת התורה (ביטול תורה). משא"כ די צוייטע ביהמ"ק איז חרוב געווארן וועגן שנאת חינם. (ס'מיינט אבער נישט אז אז חוץ די פיר עבירות איז נישט געווען קיין שנאת חינם אדער אנדערע עבירות ווי למשל עיוות הדין, אבער דאס קען זיין גייט אויך אריין אין די עבירה פון שפיכת דמים).
די ערשטע גלות האט נאר אנגעהאלטן זיבעציג יאר, און דערנאך איז מען ארויף געגאנגן קיין ארץ ישראל ברשות כורש. מ'האט אנגעהויבן בויען דאס לאנד פון ניי, און עס זענען טאקע געווען אסאך שטרויכלונגן פון די פעלקער ארום צו בויען דעם ביהמ"ק השני. ווי מ'זעהט אבער אין ספר עזרא און נחמי', למעשה נאך זיבעציג יאר גלות האט מען זיך צוריק געזעהן אין אונזער היימלאנד
שטעלט זיך קשיא, גאט זיסער! פארוואס אזוי לאנג? פאר איין עבירה פון שנאת חינם ברויכן מיר אדורך גיין אזויפיל יארן גיהנם? ביזט גערעכט אז מיר האבן געזינדיגט, אבער פארוואס אזוי לאנג?? די אמת איז אז ס'נישט מיין קשיא, דער בעל הקינות וואס האט מחבר געווען געווען איכה, ירמיהו הנביא, פרעגט שוין די קשיא:
לָ֤מָּה לָנֶ֨צַח֙ תִּשְׁכָּחֵ֔נוּ תַּֽעַזְבֵ֖נוּ לְאֹ֥רֶךְ יָמִֽים?
הֲשִׁיבֵ֨נוּ ה' אֵלֶ֨יךָ֙ וְֽנָשׁ֔וּבָה חַדֵּ֥שׁ יָמֵ֖ינוּ כְּקֶֽדֶם!
כִּ֚י אִם מָאֹ֣ס מְאַסְתָּ֔נוּ קָצַ֥פְתָּ עָלֵ֖ינוּ עַד מְאֹֽד!
די קינות איז געשריבן געווארן ביים ערשטן חורבן, וואס נאך בלויז זיבעציג יאר איז מען שוין געווען צוריק אין אונזער לאנד, וואס זאל אונז זאגן? כִּ֚י אִם־מָאֹ֣ס מְאַסְתָּ֔נוּ קָצַ֥פְתָּ עָלֵ֖ינוּ עַד־מְאֹֽד? דאס איז גאר ווייניג ארויסצוברענגן אונזער ווייטאג!
דעם שבת ביי שלש סעודות זעמער געזעצן מיט די משפחה, און מיין ב"ב האט זיך אנגערופן אין מיטן א שמועס אז נעקסטן יאר וועט משיח שוין אוודאי דא זיין, און מיר וועלן שוין זיין אין ארץ ישראל. פרעגט מיין זוהן זז"ג, וואס גייט זיך טוישן נעקסטע יאר פון היי יאר? פארוואס עפעס גייט מען נעקסטע יאר זיין אין ארץ ישראל מער פון היי יאר? אויב טוט מען גארנישט דערצו וויאזוי זאלן זאכן געשען? ער פרעגט דאך זייער גוט!
האב איך א קנייטש געטוהן אין שטערן און געענפערט אזוי.
אז נעקסטע יאר גייט משיח קומען און גייט מיטברענגן מיט זיך אבאנטש גאלדענע אדלערס, א ווייסע אייזל, און מ'גייט איינשפאנען דעם עולם פון אמעריקע, יוראפ, און אסטראליע, ווי אויך פון די איבעריגע גלות לענדער. מ'גייט זיך הייבן אין די לופט, משיח גייט שפאנען פאראויס, און מ'גייט לאנדן אין ארץ ישראל. אויפן וועג גייט מען אויך אויפפיקן די פארלאזטע עשרת השבטים פון די אנדערע זייט סמבטיון, און ווען די פליענדיגע שטיינער גייען נאר זעהן ווי משיח'ס ווייסע אייזל'ס וויידל שאקעלט זיך, גייען זיי גלייך רוען פונקט ווי יום שכלו שבת, אלס לכבוד מלך המשיח וואס איז בבחינת מלכות בבחינת שבת!. דאס איז א שיינע פאנטאזיע...
שכינה אומרת: שובה אלי ואשובה אליכם
פארוואס איז עס נישט געשעהן פאר א יאר, א יאר פריער, אדער אפילו נישט היי יאר? ווייל ס'גייט למעשה נישט געשעהן. מ'גייט נישט פליען אויף קיין גאלדענע אדלערס, משיח גייט נישט רייטן אויף קיין ווייסע אייזלן. די אלע חלומות און פאנטאזיעס איז שיין געווען אין די מיטל אלטער פאר די קליינע קינדער, בעת מ'האט זיי געלייגט שלאפן. די איינציגסטע וועג וויאזוי מיר גייען זיין צוריק אין אונזער היימלאנד ארץ ישראל, איז אז מיר גייען טוהן השתדלות דערצו אז מיר גייען זיך ציען קיין ארץ ישראל, אז מיר גייען זיך בענקן אויף למעשה, נישט סתם צו קלאגן מיט אפאר שיינע שטיקלעך פון פאעטישע קינות.
אויב גייען אונז נישט טוהן קיין השתדלות ווייל דא אין גלות איז פשוט באקוועמער, די פאמיליע וואוינט דא, די ביזנעס איז דא, די רבי וואוינט דא, מיט נאך פוילע תירוצים, דאן גייט מען שיינערהייט בלייבן אין גלות ביז גאט וועט שיקן זיינע מעסעדזשעס וואס ס'נישט אייביג צו בע'טעמ'ט.
פון קלאגן יעדעס יאר מיט א פרישקייט, זיך זעצן אויף די ערד און זינגן איכה מיט פאעטישע קינות וואס די גאונים און ראשונים האבן מייסד געווען, פון זינגן יעדן סדר נאכט אדער נעילת החג לשנה הבאה בירושלים הבניוה (צו אן דעם הבנויה, כל אחד ואחד כפי מנהג החצר שלו), גייען זיך זאכן נישט טוישן, דער לאנגער גלות וועט ווייטער זיין לאנג, און נאך לענגער. עס ליגט אין אונזער הענט צו מאכן א סוף דערצו. כ'בין מקנא די אידן וואס זענען עולה קיין ארץ ישראל אויף צו בלייבן וואוינען דארט, די אידן וואס גייען טעגליך ארויף אויפן הר הבית (ביז וואו מ'מעג פארשטייט זיך), די וואס טוען טאג טעגליכע השתדלות פאר'ן אויפבלי פון אונזער היימלאנד ישראל, הלוואי ויהי חלקנו עמהם בקרוב ממש נאך פאר מ'גייט זינגן נעקסטן יו"ט לשנה הבאה בירושלים הבניוה. זאלן אונז שוין קענען זינגן דעם הלל הגדול, ונתן ארצם לנחלה כי לעולם חסדו, נחלה לישראל עבדו כי לעולם חסדו, און בקרוב זוכה זיין צו הערן די שיינע מוזיק און געזאנגן פון די לווים
שִׁיר מִזְמוֹר לִבְנֵי קֹֽרַח׃
גָּדוֹל ה' וּמְהֻלָּל מְאֹד בְּעִיר אֱלֹקֵינוּ הַר קָדְשֽׁוֹ׃
יְפֵה נוֹף מְשׂוֹשׂ כָּל הָאָרֶץ הַר צִיּוֹן יַרְכְּתֵי צָפוֹן קִרְיַת מֶלֶךְ רָֽב׃
אֱלֹקִים בְּאַרְמְנוֹתֶיהָ נוֹדַע לְמִשְׂגָּֽב׃
כִּֽי הִנֵּה הַמְּלָכִים נֽוֹעֲדוּ עָבְרוּ יַחְדָּֽו׃
הֵמָּה רָאוּ כֵּן תָּמָהוּ נִבְֽהֲלוּ נֶחְפָּֽזוּ׃
רְעָדָה אֲחָזָתַם שָׁם חִיל כַּיּֽוֹלֵדָֽה׃
בְּרוּחַ קָדִים תְּשַׁבֵּר אֳנִיּוֹת תַּרְשִֽׁישׁ׃
כַּֽאֲשֶׁר שָׁמַעְנוּ כֵּן רָאִינוּ בְּעִיר ה' צְבָאוֹת בְּעִיר אֱלֹקֵינוּ אֱלֹקִים יְכוֹנְנֶהָ עַד עוֹלָם סֶֽלָה׃
דִּמִּינוּ אֱלֹקִים חַסְדֶּךָ בְּקֶרֶב הֵיכָלֶֽךָ׃
כְּשִׁמְךָ אֱלֹקִים כֵּן תְּהִלָּתְךָ עַל קַצְוֵי אֶרֶץ צֶדֶק מָלְאָה יְמִינֶֽךָ׃
יִשְׂמַח הַר צִיּוֹן תָּגֵלְנָה בְּנוֹת יְהוּדָה לְמַעַן מִשְׁפָּטֶֽיךָ׃
סֹבּוּ צִיּוֹן וְהַקִּיפוּהָ סִפְרוּ מִגְדָּלֶֽיהָ׃
שִׁיתוּ לִבְּכֶם לְֽחֵילָה פַּסְּגוּ אַרְמְנוֹתֶיהָ לְמַעַן תְּסַפְּרוּ לְדוֹר אַֽחֲרֽוֹן
כִּי זֶה אֱלֹקִים אֱלֹקֵינוּ עוֹלָם וָעֶד הוּא יְנַֽהֲגֵנוּ עַל מֽוּת׃

- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
פערינא האט געשריבן:אויב ס'איז נישט אויף א אייזעל, וואס פעלט דיר אויס די גרעסטע גאנצע מעשה? וואס איז שלעכט מיט ניו יארק? וואס איז אזוי שיין פון די לוויים מיוזיק? אויס ס'איז נישט די טראדיציאנאלע מהלך וואס פעלט מיר מיט די מאדערנע אמעריקע?
טראדיציאנאל קען נאר זיין אן עלעקטריק אדער געז?
קען מען דען נישט האבן לייוו מיוזיק פון לווים בראדקעסטעד איבעראל?
מ'מעג נישט שניידן ווייץ אדער האדעווען בהמות מיט מאדערן מאשינערי?
ס'פאלט נישט אן פאר א רבי און חדר צו אויס משל'ן פאר די קינדער די קעשלעס הייוועי קיין ירושלים מיט HOV לעינס פאר די גרויסע משפחות ערב די שלש רגלים.
דאס אז די גאולה איז ביי רוב כלל ישראל א לעגענדע, דאס קומט פון נישט טראכטען מציאות'דיג אז מ'קען אויסגעלייזט ווערען. אז מ'בלייבט שטעקען מיט א פארצייטישע מנחם מענדל'דיגע בילד פון א ווייסע אייזל, בלייבט עס א לעגענדע.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
טראדיציאנאל מיינט מען אז מ'ווארט און מ'איז מתפלל אויף משיח'ן. א משיח פון גאט און זיינע קרבנות, א אלט מאדישע -און די איין איינציגער- השגה פון אויסלייזן און א נייע אנהייב פון ותחזינה ענינו. אויב ברענגט אים נישט גאט וואס דארף איך אים? וואס איז אזוי גוט פון ארץ ישראל און לוויים מיוזיק. איך בין זייער גוט מיט בילי זשאול בראדקעסטס אין מעדיסאן סקווער גארדען. איך דארף נישט די ספרדישע איזרעיליס. נאר אויב ס'איז דא א משיח וואס קומט אויף א חמור. נאר אויב גאט באווייזט זיך און לאדענט מיך איין. אמת'דיג, די בית המקדש מיט אירע קרבנות איז די downside פון משיח. אדער באווייזט ער זיך מיט אותות ומופתים אדער בלייב איך דא אין די קאנטרי. איך דארף נישט קיין ברייטע הייוועי אריין צו א פלאץ ווי מ'שעכט שאף. דאס איז פאר אים.
השיבנו השם
השיבנו השם
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פערינא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
דא הא׳מיר אראפגעברענגט אז בעצם, לפי הרמב״ם, איז די געדאנק פון ״משיח״, ״ימות המשיח״, ״אחרית הימים״ אא״וו א ריין ראציאנאלע אידעאל צו וואס די מענטשהייט בכלליות גרייכט, ועכ״פ דארף צו גרייכן, אלס נענטער און נענטער אסימפּטאטיש. ובאמת לפי״ז איז איה״נ אז די ״טראדיציאנאלע״ קאנסעפּשאן פון ביאתו ווערט אָטיִאָס. ווען די גאנצע וועלט קומט אלס נענטער און נענטער צו תכלית פּאָטענשׁאל האדם פון השגת המושכלות וממילא הקב״ה על האמת [התפתחות בחכמה ובמאראל וכו׳ וכו׳], פאלט טאקע אלס מער און מער אוועק די ״אויבערהאנט״ וואס אידן האבן אין דעם רעגארד נגד שאר בני אדם, וממילא קען מען טעקניקעלי טאקע בלייבן וואו אימער מ׳איז אויף די וועלט; די ווארט איז טאקע נישט ״דייקא״ א״י (דאס נעמט דעם ויואל משה׳ס צווייטע מאמר נאך ווייטער...). אין קורצן עס איז א סארט גלאבאליסטישע יוּטיִאָפּיִען יוּמעניסם אלס אן אידעאל.
איי וואס דער רמב״ם זאגט אין הלכות מלכים (ריש) פי״א ופי״ב? איז קען מען ענטפערן אז עס איז טעארעטיש עפ״י ראציאנאל אויב קומט אפיר א כאריזמאטישע פירער ביי אידן פאר די וועלט איז לגמרי גרייט דערפאר; עס איז נאך אלס מער טרייבּעליסט. אין אזא פאל זענען די פראקטישע הלכות אזוי ווי ער לייגט עס אראפ. די ״מאמין בו ומחכה לביאתו״ איז אויף די עצם אידעאל הנ״ל; התפתחות ותיקון העולם בכלל. (דאס איז בפרט לפי דעם וואס ער זאגט דארט אין פי״ב ה״ב; דאס איז לכאורה ״כלל הדבר״ (אחוץ דעם ענין פון דייקא ״קיבוץ״ ומלך בא״י לישראל דוקא ובנין המקדש) - ״לקרוא כולם בשם ה׳ ולעבדו שכם אחד״ והיינו השגתו באמת. והיינו לגבי די פסוקים/יעודים וואס ער צייכענט צו אינעם פריערדיגן פרק איז ווי ווייט די משלים, וואס ער זאגט אין פי״ב אז די פסוקים זענען, טוהן גייען.).
ואגב, דאס אז די וועלט ווערט מער און מער אטעאיסטיש איז ל״ד א סתירה דערצו. פונקט אזוי ווי מען פארשטייט אז דער מאראלישער אטעאיסט העוסק בחכמה ובמושכלות איז א גרעסערער ״מכיר ועובד ה׳״ ווי דער שטארק גלויביגער טעראריסט וואס הרג׳עט מענטשן בפירוש בשם רעליגיע והשם (אזא סארט ״הלואי אותי עזבו ותורתי שמרו״). ודון מינה וכו׳.

- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
דער גאלדענער אדלער: איך מוז דיך אנשרייען אז דו האסט ציונ'יסטישע געדאנקען (אויב ביסטו אליין, (ח"ו) נישט נתפס געווארן לציונות. רחמנא ליצלן מהאי דעתא.).
ס'הייסט? טון השתדלות פאר אויפבויען ארץ ישראל און זיך גרייטן צו די גאולה? לאז זיין דורך משיח. אבער סיי וועלכע השתדלות טאר מען נישט. ס'איז הארבער ווי די ג' חמורות. פרעג נאר ביי הרב ישראל דוד ווייס תמ"ל.
אונז ערליכע אידן פון די נטורי חרתא האבן שוין אויפגעהערט צו זאגן ותחזינה עיננו בשובך לציון ברחמים...! ס'הייסט. מ'שעמט זיך נישט ארויסצוזאגן דאס ווארט ציון. פאלעסטינע באלאנגט דאך פאר די אראבערס. די רעליגיעזע ציונים האבן עס אריינגעשמוגלט אין סידור.
ס'איז דא א סידור פון אן אלטע דרוק פון די נטורי חרתא (און הרב שמאפלאן ) פון 400 יאר צוריק. דארט שטייט בכלל נישט דאס ווארט..."ציון"...ס'שטייט פאלעסטינע...!

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
קאצקע ציקער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס האבן די יודן נישט געווארט פאר משיח פאר די צווייטע בית המקדש?
ס'צוויי באזונדערע זאכן אין צוויי אנדערע צייטן. די משיח געדאנק איז געזאגט געווארן אויף די עתיד נאך קיבוץ גליות אדום. משא"כ ביי גלות בבל איז געווען א הבטחה אז נאך זיבעציג יאר גייט מען צירוק.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
Re: כנסת ישראל: השיבנו ה' אליך ונשובה
זיי האבן יא געווארט, און משיח איז טאקע געקומען צו הילף, נאר יענער משיח איז געווען א גוי מיטן נאמען "כורש", כה אמר ד' למשיחו לכורש... ( ישעיהו מ"ה )קאצקע ציקער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס האבן די יודן נישט געווארט פאר משיח פאר די צווייטע בית המקדש?
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
וואלווי האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס האבן די יודן נישט געווארט פאר משיח פאר די צווייטע בית המקדש?
ס'צוויי באזונדערע זאכן אין צוויי אנדערע צייטן. די משיח געדאנק איז געזאגט געווארן אויף די עתיד נאך קיבוץ גליות אדום. משא"כ ביי גלות בבל איז געווען א הבטחה אז נאך זיבעציג יאר גייט מען צירוק.
הייסט ווען זיי זענען צירקגעגאנגען האבן זיי געוויסט אז זיי זענען נאך אין גלות סא בשעת די צווייטע בית המקדש האט מען זיך געווינטשן אז משיח זאל שוין קימען?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 981
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:02 pm
- האט שוין געלייקט: 2658 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1064 מאל
קאצקע ציקער האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס האבן די יודן נישט געווארט פאר משיח פאר די צווייטע בית המקדש?
ס'צוויי באזונדערע זאכן אין צוויי אנדערע צייטן. די משיח געדאנק איז געזאגט געווארן אויף די עתיד נאך קיבוץ גליות אדום. משא"כ ביי גלות בבל איז געווען א הבטחה אז נאך זיבעציג יאר גייט מען צירוק.
הייסט ווען זיי זענען צירקגעגאנגען האבן זיי געוויסט אז זיי זענען נאך אין גלות סא בשעת די צווייטע בית המקדש האט מען זיך געווינטשן אז משיח זאל שוין קימען?
אוי האסטו גוט געפרעגט...
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 384
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
- האט שוין געלייקט: 56 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל
מצפצף האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:מצפצף האט געשריבן:אפילו פריער בזמן בית ראשון האט מען שוין געווארט.
גאנץ ישעי' איז דאך פול מיט דעם.
ספר ישעי' איז נביאות ע"ש העתיד
פשט אַז מ'האט שוין דעמאלט ארויסגעקוקט אויף א בעסערע עתיד, א.ק.א. משיח.
ממש אזוי ווי בזמן הזה.
קיינער און ארץ ישראל וואונטש זיך נישט היינט צוטאגס אז ס'זאל בלייבען סטאטוס קוואו. יעדער וויל בעסער.
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
מצפצף האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:מצפצף האט געשריבן:אפילו פריער בזמן בית ראשון האט מען שוין געווארט.
גאנץ ישעי' איז דאך פול מיט דעם.
ספר ישעי' איז נביאות ע"ש העתיד
פשט אַז מ'האט שוין דעמאלט ארויסגעקוקט אויף א בעסערע עתיד, א.ק.א. משיח.
עתיד מיינט עתיד לבא ביי די גאולה שלימה
פון נאך די עליית בבל ביז חורבן בית שני איז נישט געווען קיין גלות. נביאות ישעי' מיינט נישט מענטשען אויפ'ן גאס בשעת קרעכצען נאך א שווערע טאג ארבעט ווייל ס'פעלט אביסל באקוועמליכקייטן. די נביאה איז בלשון כללי אז אפי' די לאנגע גלות אדום האט אויך א סוף.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
קאצקע ציקער האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס האבן די יודן נישט געווארט פאר משיח פאר די צווייטע בית המקדש?
ס'צוויי באזונדערע זאכן אין צוויי אנדערע צייטן. די משיח געדאנק איז געזאגט געווארן אויף די עתיד נאך קיבוץ גליות אדום. משא"כ ביי גלות בבל איז געווען א הבטחה אז נאך זיבעציג יאר גייט מען צירוק.
הייסט ווען זיי זענען צירקגעגאנגען האבן זיי געוויסט אז זיי זענען נאך אין גלות סא בשעת די צווייטע בית המקדש האט מען זיך געווינטשן אז משיח זאל שוין קימען?
זיי זענען נישט געווען אין גלות
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1665
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
- געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
- האט שוין געלייקט: 6003 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל
זעהט אויס אז אין סיגוט האט מען אנדערש אפגעטייטשט דעם "שובה אלי ואשובה אליכם" קער זיך צוריק קיין סיגוט זאגט גאט, און איך וועל מיך צוריקקערן צו ענק.
הנה ימים באים נאום ד' ושבתי... קיין וואו אהין? ס'הייסט?! קיין סיגוט!!!
נישט נאר א אונזער היימלאנד וואס הייסט סיגוט פארמאגן זיי, נאר אויך גאר א עיר האבות!! אך! ביז היינט האב איך געמיינט אז עיר האבות איז חברון, יעצט ווער איך געוואר אז כ'האב געמאכט א גרויסן טעות! עיר האבות איז סיגוט! אין סיגוט האבן אויך געוואוינט רעפארמערס? די לשונות דערמאנען מיך פון די וואס האבן געזאגט, בערלין איז אונזער ירושלים!!

הנה ימים באים נאום ד' ושבתי... קיין וואו אהין? ס'הייסט?! קיין סיגוט!!!
נישט נאר א אונזער היימלאנד וואס הייסט סיגוט פארמאגן זיי, נאר אויך גאר א עיר האבות!! אך! ביז היינט האב איך געמיינט אז עיר האבות איז חברון, יעצט ווער איך געוואר אז כ'האב געמאכט א גרויסן טעות! עיר האבות איז סיגוט! אין סיגוט האבן אויך געוואוינט רעפארמערס? די לשונות דערמאנען מיך פון די וואס האבן געזאגט, בערלין איז אונזער ירושלים!!

- קאצקע ציקער
- חבר ותיק
- הודעות: 2203
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
- האט שוין געלייקט: 1052 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל
וואלווי האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:קאצקע ציקער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס האבן די יודן נישט געווארט פאר משיח פאר די צווייטע בית המקדש?
ס'צוויי באזונדערע זאכן אין צוויי אנדערע צייטן. די משיח געדאנק איז געזאגט געווארן אויף די עתיד נאך קיבוץ גליות אדום. משא"כ ביי גלות בבל איז געווען א הבטחה אז נאך זיבעציג יאר גייט מען צירוק.
הייסט ווען זיי זענען צירקגעגאנגען האבן זיי געוויסט אז זיי זענען נאך אין גלות סא בשעת די צווייטע בית המקדש האט מען זיך געווינטשן אז משיח זאל שוין קימען?
זיי זענען נישט געווען אין גלות
איז וואס האבן זיי דעמאלטס געטראכט אויף וואס גייט ארויף די אלע פסוקים פון גאולה ?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:זעהט אויס אז אין סיגוט האט מען אנדערש אפגטייטשט דעם "שובה אלי ואשובה אליכם" קער זיך צוריק קיין סיגוט זאגט גאט, און איך וועל מיך צוריק קערן צו ענק.
הנה ימים באים נאום ד' ושבתי... קיין וואו אהין? ס'הייסט?! קיין סיגוט!!!
נישט נאר א אונזער היימלאנד וואס הייסט סיגוט פארמאגן זיי, נאר אויך גאר א עיר האבות!! אך! ביז היינט האב איך געמיינט אז עיר האבות איז חברון, יעצט ווער איך געוואר אז כ'האב געמאכט א גרויסן טעות! עיר האבות איז סיגוט! אין סיגוט האבן אויך געוואוינט רעפארמערס? די לשונות דערמאנען מיך פון די וואס האבן געזאגט, בערלין איז אונזער ירושלים!![ף
ס'רעדסטו? די פארשאלטענע משכילים? וואס גלייכסטו צו?
היינט איז דא א נסיון פון צו טראכטן פון ארץ ישראל, די קדושה האט שוין לאנג פוקע געווען.... היינטיגע אינגערליייט.... מ'דארף מער אריינבאקן אין די אינגווארג זאלן זיך קאכן אין ויואל משה....
פאר מער קרעפ זענט איר מכובד צו ליינען אייוועלט.
- רביה''ק זי''ע
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5435
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
- געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
- האט שוין געלייקט: 5089 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל
ס׳נאר אינטערעסאנט אז ס׳פאלט קיינעם נישט ביי איז די פסוק אליינס איז אויך נישט מער ווי א מליצה. איינער איז שטעקן געבליבן ביים ויואל משה, דער צווייטער איז שטעקן געבליבן ביי ישעיה, אין מיינע אויגן זענען ביידע אייניג גערעכט/אומגערעכט קלוג/נאריש.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that