גער
נשלח: מאנטאג יולי 19, 2021 7:10 pm
אזוי ווי גור איז איז לעצטנס אויף די נייעס, בעיקר צוליב דער פילוג וואס האט זיך געמאכט דארט אינערהאלב, וויל איך עפענען די נושא איבער די היסטאריע פון זייערע רבי'ס. האמת אודה ולא איבוש, אז איך בין נישט גענצליך אויסגעקאכט אין דעם ענין, אבער טאקע דערפאר וואס איך וויל ווערן קלוגער דערין און הערן מער, וועל איך עפענען אביסל די נושא, אויף וויפיל איך ווייס, און דער עולם ווערט מכובד צוצולייגן, פארריכטן און צוגעבן, כפי ראות עיניהם.
סוף תקופת האמרי אמת:
דער אמרי אמת איז געפארן קיין ארץ-ישראל איידער דאס אויסברוך פון דער צווייטער וועלט-קריג. טראצדעם וואס אין פוילין איז ער געווען זייער אן אקטיווער רבי, און איינגעפירט פיל שינויים צווישן חסידי גור, איז ער געווען אין ארץ-ישראל אויף אן אנדערע מצב, און דארט האט ער כמעט גארנישט געטון. ס'לאזט זיך זאגן אויף יענע תקופה אז ער איז געווען אונטער א שטיקל דיפרעסיע.
תקופת הבית ישראל:
ווען דער אמרי אמת איז נסתלק געווארן, האט ער איבערגעלאזט דריי קינדער. 1. דער בית-ישראל, וועלכער איז באטראכט געווארן ווי א שארפער און א ווילדער מענטש. 2. דער לב שמחה, וואס איז געווען מער בעל-בתי'ש און מעסיג. דער פני מנחם, וואס איז געווען פון א דריטע רביצין. ער איז דעמאלס נישט באטראכט געווארן אלס מעמד איבערצונעמען דעם טאטע'ן, צוליב זיין שטאנד אין די משפחה.
דער ציבור האט ענדערש געוואלט אז דער לב שמחה זאל איבערנעמען. טראצדעם וואס ער איז געווען דער צווייטער זוהן, איז ער געווען מער א סטאבילער מענטש, רואיגער און געלאסענער. אויך האט ער געהאט א משפחה מיט קינדער, בשעת דער בית-ישראל האט קיין קינדער נישט געהאט. זיין בן יחיד "יענקל בונמ'ס", וואו מען האט אים גערופן, איז געווען א שטילער פארמאכטער מענטש, און איז געזעצן און געלערנט. מען האט געוואוסט אז אויב דער לב שמחה וועט איבערנעמען, איז דא א המשכה וואס איז ראוי לאותו איצטלא, אן איידעלער יונגערמאן וואס מישט זיך נישט אין פאליטיק און זיצט אין בית-המדרש. דער לב שמחה פון זיין זייט, האט דווקא נישט געוואלט איבערנעמען די הנהגה, ער האט געוואלט אז זיין ברודער זאל ווערן רבי. דער לב שמחה איז אלע זיינע יארן געווען א סוחר וואס האט עוסק געווען אין מסחר, און האט שטארק מצליח געווען. ער האט נישט געוואלט איבערנעמען קיין רבי'סטעווע און געוואלט ווייטער לעבן אויף דעם וועג ווי אזוי ער האט געלעבט ביז דעמאלס.
זעהענדיג אז דער עולם נויגט צו אים, האט דער לב שמחה זיך אויפגעהויבן און אוועקגעפארן מיט די גאנצע משפחה פון ארץ-ישראל, כדאי עס זאל נישט זיין קיין ברירה און מען זאל מוזן נעמען דעם בית ישראל אלס רבי. דער לב שמחה האט זיך אויפגעהאלטן אין אנטווערפן און אין אמעריקע. דער סאטמאר רב האט אים פארבעטן אז ער זאל עפענען א רבי'סטעווע אין אמעריקע, און מקרב זיין די פוילישע אידן צו אידישקייט, פונקט ווי דער באבוב'ער רב האט געטון מיט די גאליציאנער אידן, וואס דורכדעם האט ער געראטעוועט טויזנטע אידן פון התבוללות און זיי פארוואנדלט און טייערע חסידי'שע יונגעלייט, ראטעווענדיג זיי מיט זייערע דורות אחריהם. דער סאטמאר רב האט געוואלט אז דער לב שמחה זאל טון פונקט די זעלבע מיט די פוילישע אידן, וואס האבן זיך ארומגעדרייט לרוב אין אמעריקע, און ליידער איז פארפאלן געווארן פון זיי פיל וואס וואלטן געקענט זיין גדולים וטובים.
איין און א האלב יאר איז דער לב שמחה געווען אין חוץ לארץ. אינצווישן האט דער בית ישראל איבערגענומען גור. דער עולם איז פון אנהויב געווען סקעפטיש און זיינע יכולת ההנהגה, מען האט געשמועסט אז גור האט באקומען זייער א שארפע רבי. אבער מיט די צייט האט זיך ארויסגעשטעלט זיינע כשרונות, ער האט אוועקגעשטעלט פייערדיגע הייליגע יונגעלייט, אויפן אלטן קאצקער שטייגער. דער עולם איז געווארן שטארק מקושר מיט אים, און ביז היינט ווערט ער באטראכט אין גור אלס "דער רבי" פון נאכן קריג.
במשך תקופת כהונתו של הבית ישראל, איז דער ברודער דער לב שמחה פארבליבן דער זעלבער סוחר אזוי ווי אמאל, בשעת דער אנדערער ברודער דער פני מנחם, איז געווארן ראש ישיבת שפת אמת, און עוסק געווען מיט בחורים. דא איז געווארן די שאלה, ווער עס גייט איבערנעמען גור נאך די פטירה פון דער בית-ישראל. דער אמת איז, אז בשעת תקופת חייו האט מען ניטאמאל געקלערט פון דעם. דער עולם איז געווען אזוי צוגעבינדן צום רבי'ן, אז מען האט נישט געטראכט פון אזא מעגליכקייט וואס עס וועט זיין נאכדעם.
תקופת הלב שמחה:
ווען דער טאג איז אנגעקומען, נאך די פטירה פון דער בית ישראל, איז געווארן די ברענעדיגע שאלה, ווער גייט איבערנעמען די גערע רביסטעווע.
פונעם לב שמחה, אלס אים אליין אויס, איז נישט געווען ממש קיין רעדע. דער עולם איז נישט געווען אזוי אנטיזואסטיש אז ער זאל איבערנעמען. מען האט נאר געקלערט אויף אביסל שפעטער. דער לב שמחה איז געווען א סוחר און איז שוין געווען אויף זיינע עלטערע יארן, מען האט דעמאלס נישט גע'חלומ'ט אז ער וועט נאך אנהאלטן גאנצע פופצן יאר.
די שאלה איז געווען מער, צווישן דער ראש-ישיבה (פני מנחם) און ר' יענקל (זוהן פון לב שמחה), אבער כדאי צוצוקומען צו ר' יענקל, האט מען געמוזט קודם אויפנעמען דעם לב שמחה, אז נאך אפאר יאר זאל עס ר' יענקל איבערנעמען. ס'איז נישט שייך געווען אויסצולאזן ר' בונם. דאס איז געווען דער בליק בימים ההם.
למעשה האט מען בוחר געווען, און געמאכט דעם לב שמחה אלס רבי. דאס האט געמיינט אין אנדערע ווערטער, אז מען האט בוחר געווען ר' יענקל אלס רבי, ענדערש ווי דער פני מנחם, קלערנדיג אז דער לב שמחה וועט נישט אנציען אזויפיל יארן און ר' יענקל וועט עס עווענטואל איבערנעמען. ר' יענקל איז דעמאלס באטראכט געווארן אלס צדיק'ל, ער איז נישט געווען געמישט אין פאליטיק, ער איז געזעצן אין רש"י שטיבל און געלערנט, און דער עולם האט אויף אים ארויפגעקוקט.
דאס האט זיך אבער געטוישט בתקופת הלב שמחה. דער לב שמחה אלס רבי האט זיך פיל געזארגט אויף די גשמיות פונעם עולם, ער האט מסדר געווען די נייע ישובים אין חצור און אנדערע פלעצער, אסאך האט ער געטון פארן ציבור בגשמיות. ווידער איבער די הדרכות און תקנות פון בית-ישראל, האט ער נישט באמת מיטגעהאלטן, און שטילערהייט האט מען געשמועסט אז ער לאכט פון דעם אלעמען.
נאך עטליכע יאר פון הנהגה איז דער לב שמחה קראנק געווארן און כמעט נישט ארויסגעקומען מער צום ציבור. דעמאלס האט זיך אונטערן טיש פארמירט צוויי הנהגות כידוע. עס איז געווען דער ראש-ישיבה, דער פני מנחם, וואס האט כל ימיו שטארק געשטיצט זיין ברודער, און איז געווען נכנע אונטער אים כעבדא קמא מרא, אים געדינט ווי א געטרייער זעלנער, שלא על מנת לקבל פרס. אויך יעצט אין די קראנקע יארן, האט ער געטון וואס ער האט געקענט אנצוהאלטן די הנהגה, און איז געווען דער מביא ונכנס פונעם רבי'ן צום ציבור.
פון דער אנדערע זייט אין בני ברק, איז געווען ר' יענקל, וואס ער האט געפירט די פאליטיק פון זיין טאטע, אין אגודת ישראל און אנדערע, ער האט געמאכט די שווערע באשלוסן און אנגעפירט מיט פארשידענע אקטיוויטעטן.
במשך יענע יארן איז דער ציבור געווארן שטארק אנגעווייטאגט אויף ר' יענקל, האבנדיג געמאכט שווערע טעותים, באווייזנדיג זיך צו צוקריגן מיט פארשידענע וויכטיגע מענטשן. די חסידים האבן דעמאלס אנגעהויבן איינצוזען, אז עס איז דא א צווייטער זייט צום צדיק'ל ר' יעקב, און ער איז נישט קיין טלית שכולו תכלת. מענטשן האבן זיך ארומגעדרייט מיט שווערע טענות קעגן אים.
עס איז איראניש צו באמערקן ווי אזוי זאכן האבן זיך געטוישט. בשעת אמאל האט מען גענומען דעם לב שמחה אלס רבי, נאר לכבוד ר' יענקל, וואס דער ציבור האט געהאט א הערכה צו אים, האט זיך עס יעצט אויסגעדרייט, און דער פני מנחם האט באקומען שטארקע מאמענטום, נאר בלויז צוליב ר' יענקל. די דאזיגע יארן האט שטארק שאדן געמאכט פאר ר' יענקל אין זיין פערזענליכקייט.
למען האמת, עס איז געווען נאך א שיקול הדעת אויף וואס דער עולם האט געקוקט. דאס איז געווען די קינדער פון די צוויי פערזענליכקייטן. מען האלט שוין יעצט א דור שפעטער, און מען קען זיך שוין ערלויבן צו קוקן אויף די קינדער. בשעת דער פני מנחם האט באוויזן אוועקצושטעלן קינדער לייבן, תלמידי חכמים און מרביצי תורה, האט ר' יענקל נישט געהאט אזעלכע געלונגענע קינדער. מענטשן האבן דאס באמערקט און מען האט אנגעהויבן צו ווערן קעלטער צו ר' יענקל.
עם-כל-זה, האט ר' יענקל אנגעפירט מיט א פאליטיק, ער האט געהאט געשוואוירענע מענטשן וואס האבן געטון פאר אים אלעס. מען האט געשמועסט אז ר' יענקל פארמאגט אין זיך מער די כח הנהגה ווי דער פני מנחם, און אנדערע האבן געהאלטן אז ער איז מער ראוי לאותו איצטלא.
תקופת הפני מנחם:
אויך די צייט פון דער לב שמחה איז געקומען, און חסידי גור האבן געדארפט באשלוסן ווער עס גייט זיין דער קומענדיגער מנהיג און רבי. די שאלה איז געווען כמובן צווישן דער פני מנחם און ר' יענקל. עס האט זיך שטארק געקאכט הונטער די קוליסן במשך די צייט פון די שבעה. עס האט דעמאלס אויסגעקוקט מער אז ר' יענקל וועט עס איבערנעמען. עס איז אויך געווען שמועות איבער א מימרא פון דער אמרי אמת, אז אלע זיינע קינדער וועלן זיין רבי'ס.
מען דערציילט, אז דער לב שמחה האט איבערגעלאזט א צוואה בעל פה, וואו ער האט פארלאנגט אז זיין ברודער דער פני מנחם זאל ווערן רבי אין ירושלים, בשעת ר' יענקל זאל ווערן רבי אין בני ברק. אויב וואלט דער צוואה צושטאנד געקומען, וואלט עס געמיינט אז דער פני מנחם וואלט איבערגענומען דעם גרעסערן חלק פון גור, און נאך אים וואלטן דאס זיינע קינדער געהאט, בשעת ר' יענקל וואלט געהאט דעם קלענערן חלק, און נאך אים וואלטן דאס זיינע קינדער איבערגענומען.
אינמיטן די שבעה איז מען געקומען זאגן פאר ר' יענקל'ן, אז עס איז דא אזא צוואה פון זיין טאטע, האט ער זיך אנגערופן, "דא וועט נישט זיין קיין צווייטע סלונים" - אין אנדערע ווערטער, אז ער איז נישט מסכים אז גור זאל צוטיילט ווערן אין צוויי.
נאך פארהאנדלונגען פון ביידע זייטן, איז געבליבן אז דער פני מנחם איז געווארן רבי. מען דערציילט אז די צוויי האבן געשמועסט אין צימער איבער דער נושא, בשעת די חסידים האבן געווארט אינדרויסן, ווען מיטאמאל איז ר' יענקל ארויסגעקומען און געזאגט אז "דער רבי גייט באלד ארויסקומען", דעמאלס האט מען געוואוסט וואס די הכרעה איז געבליבן.
עס דארף באטאנט ווערן, אז דאס איז געווען א שטארקע הקרבה פון ר' יענקל. קיינער האט נישט גע'חלומ'ט אז דער פני מנחם וועט נישט מאריך ימים זיין אויפן בענקל. ער וואלט נאך היינט געקענט לעבן און דאן וואלט ר' יענקל גענצליך באזייטיגט געווארן פון די הנהגה, צוביסלעך אבער גאנץ זיכער. ר' יענקל האט דאס געוואוסט, אבער ער איז נישט געווען גרייט צו צעטיילן גור און ער האט געהאלטן אז אזוי איז ריכטיג.
חסידים דערציילן אז מען האט שפעטער געטראפן א געשריבענע צוואה, וואו דער לב שמחה גיבט אלעס איבער פאר זיין זוהן ר' יענקל. אבער ר' יענקל האט גענומען די צוואה און דאס מבער געווען, נישט וועלנדיג אז דאס זאל ארויסקומען בשעת דער פני מנחם איז שוין געווען רבי. דאס מיינט אין אנדערע ווערטער, אז הגם ער וואלט זיך געמאלס געקענט שטעלן פאכענדיג מיט א פעסטע צוואה, האט ער געשלינגען פאר שלום און כבוד גור און דאס מבער געווען. זיינע מתנגדים לייקענען עס און זאגן אז דאס איז קיינמאל נישט געשען.
געציילטע יאר איז דער פני מנחם געזעצן אויפן בענקל, בשעת די פאר יאר האט ער באוויזן איינצונעמען גור אויף א שטארקן אופן חוץ לדרך הטבע. די מענטשן וואס זענען געווען אין יענע יארן אין גור, הערן נישט אויף צו רעדן פון יענע תקופה, מיט א געוואלדיגע בענקשאפט און געגועים. ער האט איינגענומען דעם גאנצן עולם.
אין דער זעלבער צייט האט ר' יענקל ווייטער געפירט זיין קרעמל אין בני-ברק, פונקט ווי פריער, האבנדיג זיינע מענטשן.
תקופת הרבי שליט"א:
דער פני מנחם איז נפטר געווארן פלוצלינג, צום גרויס שאק פון די גאנצע וועלט בכלל און חסידי גור בפרט. זיין לעצטע תורה איז געווען א נאכט פריער, אום פורים, וואו ער האט ארומגערעדט איבער מחיית עמלק, און האט זיך אנגערופן "שאול מרחם על אכזריים, בסופו מתאכזר על רחמנים" (סתם אן אינטערעסאנטע אנקעדאט...). אינדערפרי איז ער נישט אויפגעשטאנען, למגינת לב חסידיו וכל העולם כולו.
איבערגענומען האט נאטורליך ר' יענקל. עס דארף גענומען ווערן אין באטראכט אז דאס איז געווען בלויז דערפאר וואס דער פני מנחם איז קוים געווען רבי אפאר יאר. אויב וואלט ער מאריך ימים געווען נאך א צען יאר, וואלט ר' יענקל קיינמאל נישט געהאט דעם בענקל, און ר' שאול וואלט דאס גאנץ זיכער באקומען. למעשה איז ר' יענקל געווארן רבי.
יעדער איינער ווייסט צו זאגן, אז ביז אין דער נישט ווייטער פארגאנגענהייט, האט רוב גור פיינט געהאט זייער רבי. מען האט געקענט רעדן אויף אים אפן אין שטיבל, עס איז נישט געווען קיין סוד. לעצטנס, לכבוד די מחלוקת, איז דאס געווארן פון איין זייט אסור בתכלית האיסור, פון די אנדערע זייט פרעגלט מען אריין קדושה, העכערקייט אינעם רבי'ן, א זאך וואס איז קיינמאל נישט געווען אין גור, מען זאל פרעגלען הייליגקייט אינעם רבי'ן, ער זעט שוין מלאכים און איז זאגאר משיח אליינס.
תקופת שאול:
דעם שטיקל קענט איר אליינס אריינפילן.
דאס איז אלעס געשריבן אויבן-אויף. דער ציבור ווערט געבעטן צו קאמענטירן, צוצולייגן און מתקן זיין כפי ראות עינם.