בלאט 1 פון 1

קאנגרעס SUED עריק האלדער

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:41 pm
דורך זר זהב
קאנגרעס האט אריינגעגעבן א קלאגע אין קאורט אנקעגן א.דזש. עריק האלדער פאר'ן נישט וועלן ארויסגעבן דאקומענעטן איבער וויאזוי זיין "פעסט און
פוריאס" פראגראם איז צוגעגאנגען.

דער פראגראם האט זיך געענדיגט אין א דיזעסטער ווען אן אמעריקאנער אגענט איז דערשאסן געווארן מיט א גאן וואס
האלדער'ס פראגראם האט ארויסגעשיקט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:46 pm
דורך גאלד
פארוואס א ראסיסטישער קעפל? לפענ"ד איז ראסיזם נישט אידישליך

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 1:47 pm
דורך זר זהב
איך בין נישט קיין ראסיסט. ווייט דערפון!
אבער צו אים האב איך א שנאה כבושה, און ער איז א דאקומענטירטער ראסיסט, האב איך געמוזט עפעס נוצן קעגן אים.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:28 pm
דורך קורץ און שארף
דאס האט עפעס שייכות מיט די "קאנטעמפט" וואס ער האט אריינגעכאפט פון קאנגרעס ארום א חודש צוריק?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 2:31 pm
דורך חכם מחוכם
איך בין מודה צו זר’ן עריק האלדער איז א לאנגיאריגן אנטעסעמיט, פרשת רובאשקין ציהט זיך אזוי לאנג נאר א דאנק אים, די גאנצע יוסטיץ סיסטעם דא אין אמעריקע זעהט נאר אויס אזוי וועגן אים.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:30 pm
דורך קרעקער
נישט קיין אנטעסעמיט עט אל
ביז מיט עטליכע יאר צוריק וען ער האט נאך געדינט אלס וויצע פון זיין יעצטיגע פאסטן האבען די עסקנים -- און כ'רעד פון די היימישע סאטמארע פלאטשיגע -- געהאנדעלט מיט אים אן עי דעילי בעיסעס, ער האט זיי ערלעדיגט ""אלעס"".
עפעס יעצט האט זיך אלעס אפגעשטעלט, כ'ווייס נישט פארוואס = און כ'גלייב נישט אז ס'איז וועגן זיין באלעבוס אבאמא.
אבער ער איז זייער ווייט פון אן אנטעסעמיט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 13, 2012 3:44 pm
דורך גאלד
ס'חרדישע געמיינדע איז זייער אנגעווייטאגט אויף איהם, צוליב די רובאשקין טראגעדיע, איך ווייס נישט צו מ'קען איהם בלעימען, למעשה האט די אויספארשונג און אבלאווע פאסירט נאך אונטער די בוש אדמיניסטראציע, און רובאשקין האט נאך נישט אויסגעשעפט אלע לעגאלע מאנעווערעס, ס'נאך דא דער לעצטער שטאפל פון די יו.עס. סופרים קאורט, ממילא וואס קען ער דען טאן? נאכן פארלירן אין סופרים קאורט (האפענטליך נישט, אבער ע"פ דרך הטבע וועט עס מיטאמאל אנגענומען ווערן - לכאורה) קען מען אנהויבן צו פארארבעטן אויפן פאליטישן פראנט, צו שענקן א חנינה.