בלאט 1 פון 1

ברכת התורה - ווען זאגט מען?

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 7:34 pm
דורך מורינו ורבנו
עס איז מיר אויסגעקומען אן אינטערעסאנטע שאלה, וואס האט מיר געברענגט צו טראכטן אביסל.

ווען פונקטליך זאגט מען ברכת התורה?

דער פריעדיגער דור פלעגט זאגן ברכת התורה אינדערהיים, נאכן אויפשטיין. פון דארט איז מען געגאנגען אין בית-המדרש, אין מקוה, און זיך געזעצט לערנען. איך האב אזוי געזען ביי מיין טאטע'ן ז"ל און ביים שווער זז"ג, וועלכער פארמאגט א קביעות'דיגער וואונקל אינדערהיים, וואו דארט זאגט ער ברכת התורה.

היינטיגע טעג טוט מען נישט אזוי. רוב יונגעלייט און בחורים גייען אין בית-המדרש און מען זאגט דארט ברכת התורה.

די שאלה איז, ווי אזוי איז עס אזוי געווארן און פארוואס? - עס קען זיין אז עס קומט פון פוילקייט, דער עולם שארט זיך ארויס פון בעט, מען גייט אין ביהמ"ד און דארט זאגט מען שוין. אדער אפשר קומט עס פון פרומקייט, מען וויל זאגן דווקא נאך די מקוה.

בקיצור, פארוואס אמאל האט מען געזאגט אינדערהיים און היינט זאגט מען אין בית-המדרש?

Re: ברכת התורה - ווען זאגט מען?

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 7:44 pm
דורך תוהו ובוהו
אוי לו לדור וואס ווען די מנהיגים טראכטן שוין יא אמאל, איז עס וואו צוזאגן ברכת התורה..

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 8:33 pm
דורך אישתישבי
אמאהל האט מען געטרונקען קאווע אינדערהיים, היינט טרינקט מען אין בית המדרש. עס איז אנגענומען צו זאגן ברכת התורה פאר די קאווע. איך בין נישט זיכער פארוואס.

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 8:33 pm
דורך מורינו ורבנו
פארוואס טאקע האט זיך געטוישט צווישן אמאל און היינט?

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 9:05 pm
דורך מי אני
מען קען פרעגן כמעט די זעלבע שאלה אויף וואס עס ווערט גע'פסק'נט בשו"ע או"ח סימן כה סעיף ב אז מ'זאל ארויסגיין פונדערהיים מלובש בטו"ת און אזוי אריינגיין בביהכ"נ ע"ש ובנו"כ, און פארוואס טוהט מען נישט אזוי היינט?

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 9:13 pm
דורך berlbalaguleh
מי אני: מעגליך אז וועגן די מבואות המטונפות...! אדער די פריצות'דיגע מלבושים פון די גוי'אישע פרויען...!

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 9:19 pm
דורך מפיל קינד
אישתישבי האט געשריבן:אמאהל האט מען געטרונקען קאווע אינדערהיים, היינט טרינקט מען אין בית המדרש. עס איז אנגענומען צו זאגן ברכת התורה פאר די קאווע. איך בין נישט זיכער פארוואס.

על פי הלכה איז נישט אזוי פשוט צו טרונקן קאווע פארן דאווענען. דעריבער זאגט מען ברכת התורה און מ'ליינט קרי"ש פאר די קאווע, עס זאל נישט עכט הייסן פארן דאווענען.

---

אז מ'רעדט שוין. ס'דא אן אינטערעסאנטע ביאור הלכה (סימן ד') וואס ברענגט א מנהג פון הייליגן צאנזער רב זי"ע איבער ווען מען זאל זאגן די ערשטע ברכות ענט"י און אש"י, באלד נאכן אויפשטיין אדער פארן דאווענען, נאך אלע הכנות.

עיין במ"ב בסופו. וזה לשון הח"א בכלל ז' ס"ו נכון להמתין לברך ענט"י עד לאחר שמנקה עצמו ורוצה להתפלל דאז יצא לכ"ע אבל כשבירך מקודם ואח"כ יפנה להרא"ש צריך לחזור ולברך ואף דלא קי"ל הכי מ"מ נכון ליזהר בזה. שם במ"א סק"א. עכ"ל. (משמע שהיה לו גירסא אחרת במ"א ובאמת לפי מה שכתוב לפנינו אין לו שום ביאור ועיין באחרונים) וכ"כ הגאון ר' חיים צאנזאר בהגהותיו.

Re: ברכת התורה - ווען זאגט מען?

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 9:30 pm
דורך תוהו ובוהו
ר' חיים צאנזר איז נישט דער דברי חיים

https://www.yeshiva.org.il/wiki/index.p ... 7%96%D7%A8

נשלח: דינסטאג יולי 27, 2021 11:53 pm
דורך מפיל קינד
אינטערעסאנט. כ'האב שוין געלערנט דעם ביאור הלכה ביי די 14 יאר, און פון דעמאלטס איז מיר נישט ארויס פון קאפ אז דער משנה ברורה ברענגט דעם דברי חיים... ס'איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען מברר צו זיין.

למעשה איז ער געווען פון די חסידים הראשונים, אבי כ'האב נישט אויפגעטוישט מיט קיין ליטוואק...

נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 1:40 am
דורך [NAMELESS]
מפיל קינד האט געשריבן:פון די חסידים הראשונים

השתייך למתנגדים

נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 6:26 am
דורך berlbalaguleh
מפיל קינד האט געשריבן:אינטערעסאנט. כ'האב שוין געלערנט דעם ביאור הלכה ביי די 14 יאר, און פון דעמאלטס איז מיר נישט ארויס פון קאפ אז דער משנה ברורה ברענגט דעם דברי חיים... ס'איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען מברר צו זיין.

למעשה איז ער געווען פון די חסידים הראשונים, אבי כ'האב נישט אויפגעטוישט מיט קיין ליטוואק...

מפיל קינד. ב"ה. ווייל אנישט וואלט ער געהייסן ..."ליטוואק פון דעברעצין"... ליטוואק פון בודאפעסט איז שוין דא...!

נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 8:52 am
דורך נאך א מיינונג
מפיל קינד האט געשריבן:אינטערעסאנט. כ'האב שוין געלערנט דעם ביאור הלכה ביי די 14 יאר, און פון דעמאלטס איז מיר נישט ארויס פון קאפ אז דער משנה ברורה ברענגט דעם דברי חיים... ס'איז מיר קיינמאל נישט אויסגעקומען מברר צו זיין.

למעשה איז ער געווען פון די חסידים הראשונים, אבי כ'האב נישט אויפגעטוישט מיט קיין ליטוואק...

ער איז געווען מגדולי המתנגדים בימיו פון די בראדע קלויז, צוזאמן מיט דער נודע ביהודה, דער ערוגת הבשם, און נאך לייבן. עס ליגט מיר אין קאפ עפעס א מעשה מיט אים און דער בעל שם טוב, מיט די שטיינער.
דער מ"ב ברענגט אים אויך אין הלכות קידוש לבנה.

דער עיקר איז, אמאל האט מען געלערנט אינדערהיים, און היינט לערנט מען נישט קיין סאך אינדערהיים. אדער צוליב א מאנגל אין פלאטץ, אדער ווייל די בתי מדרשים האבן זיך שענער צוגעשטעלט און ווער וויל זיך מוטשן מיט א קאווע אינדערהיים?

נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 8:54 am
דורך מצפצף
עמינדב האט געשריבן:
מפיל קינד האט געשריבן:פון די חסידים הראשונים

השתייך למתנגדים

א שארפער מתנגד מגדולי חכמי בראד שרצו להטיל חרם על הבעש"ט.

נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 9:21 am
דורך מפיל קינד
כאטש איז ער געווען א מחותן מיטן תולדות...

דער עולם האט זיך געזעצט אויף מיר, איך טשעק ארויס :lol:

נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 9:54 am
דורך אישתישבי
ער איז געווען מגדולי המתנגדים בימיו פון די בראדע קלויז, צוזאמן מיט דער נודע ביהודה, דער ערוגת הבשם, און נאך לייבן


וועלכע ערוגת הבשם?

נשלח: מיטוואך יולי 28, 2021 12:12 pm
דורך נאך א מיינונג
מסתמא האסטו אויסגעמישט מיט ר' משה ב"ר עזריאל מח"ס ערוגות הבשם ד"ח דער רבי פון דער אור זרוע. ער האט געלעבט היבש פאר דער בעל שם טוב, א תלמיד פון דער רוקח.
איך האב געמיינט הרב משה אוסטרהר
מח"ס זו וגם ערוגות הבשם על שיר השירים וואס איך טרעפ נישט פונקט אנליין, אבער IRL האב איך עס געזען.

נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 7:10 am
דורך berlbalaguleh
מפיל קינד האט געשריבן:כאטש איז ער געווען א מחותן מיטן תולדות...

דער עולם האט זיך געזעצט אויף מיר, איך טשעק ארויס :lol:

מפיל קינד: בארואיג דיך. מ'קען מיינען אז ס'איז פון די ג' חמורות צו האלטן אז דער ביאור הלכה (און אנדערע) וואס זאגן אז ..."ר' חיים צאנזאר"... מיינט מען דעם דברי חיים מ'צאנז...!

נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 9:57 am
דורך cictim
נאך א מיינונג האט געשריבן:מסתמא האסטו אויסגעמישט מיט ר' משה ב"ר עזריאל מח"ס ערוגות הבשם ד"ח דער רבי פון דער אור זרוע. ער האט געלעבט היבש פאר דער בעל שם טוב, א תלמיד פון דער רוקח.
איך האב געמיינט הרב משה אוסטרהר
מח"ס זו וגם ערוגות הבשם על שיר השירים וואס איך טרעפ נישט פונקט אנליין, אבער IRL האב איך עס געזען.


https://www.hebrewbooks.org/6132

נשלח: דאנערשטאג יולי 29, 2021 11:13 am
דורך yn.NY
מורינו ורבנו האט געשריבן:עס איז מיר אויסגעקומען אן אינטערעסאנטע שאלה, וואס האט מיר געברענגט צו טראכטן אביסל.

ווען פונקטליך זאגט מען ברכת התורה?

... איך האב אזוי געזען ביי מיין טאטע'ן ז"ל און ביים שווער זז"ג, וועלכער פארמאגט א קביעות'דיגער וואונקל אינדערהיים, וואו דארט זאגט ער ברכת התורה.

כ'מיין אז די עיקר "ברכת התורה פרצה" פון די היינטיגע יונגווארג, איז אז מ'זאגט נישט ברכת התורה אינעם "קביעות'דיגן וואונקל" ווי מיר האבן זוכה געווען צו זעהן ביי אבותינו ורבותינו הקדושים והטהורים.
אגב, וואס האלט די שווער זז"ג בנוגע די ברענעדיגע פראגע?