בלאט 1 פון 18

ענטפערס אין אמונה

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 07, 2021 10:02 pm
דורך Nanach
איך זיך א דענקער וואס זאל מיר קענען ענטפערן קשיות אין אמונה
נישט קיין היימישע (בושה) אבער גענוג היימיש ער זאל פארשטיין פון ווי איך קום
א געדאנק ווי הרב זאקס ע”ה וואס לעבן און מען קען אנקומען צו אים

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 07, 2021 11:11 pm
דורך יתרו
איך מיין אז הרב יאזעפאוויטש פון מאנסי איז א גוטע אדרעסס אנצופאנגען אין מיינע אויגן קען ער זיך פארמעסטן מיט הרב זאקס ז״ל

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 07, 2021 11:14 pm
דורך יתרו
אדער אפשר מי אני פון קאווע שטיבל, ער איז אויך נישט אוועקצומאכן.

Re: ענטפערס אין אמונה

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 07, 2021 11:17 pm
דורך טמיר
איך פארשטיי אז ער זיכט לייוו, נישט ווירטואל

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 07, 2021 11:23 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך קען דיר פארענטפערן אלע דיינע קשיות אין אמונה אויב דו ווילסט, די שאלה איז נאר צו דו זוכסט טאקע תירוצים פאר די קשיות אדער דו זוכסט דעם אמת נאר דו מיינסט אז די אמת ליגט אין די תירוצים, אויב דו צווייטע איז וואר איז א שאד די צייט. איך זאג דיר קלאר אז דער אמת ליגט נישט דארט (זאקס און יאזעפאוויטש האלטן אויך אזוי), אבער אז דאס איז וואס דו זוכסט קען איך דיר צושטעלן די תירוצים.

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 07, 2021 11:45 pm
דורך ישעיה
רביה"ק ס'שטערט דיר אז א מענטש לעבט רוהיג?

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 07, 2021 11:50 pm
דורך ליב צו וויסן
ישעיה האט געשריבן:רביה"ק ס'שטערט דיר אז א מענטש לעבט רוהיג?


מבשרי אחזה.. Been there done that...
רואיג לעבט מען ווען מען איז משלים מיט די מציאות...

ווילאנג מען דרייט זיך ארויס פון טראכטן דאן קען מען זיין רואיג, איינמאל מען הייבט אן האבן קשיות איז זייער שווער צוריק צו ווערן רואיג.

Re: ענטפערס אין אמונה

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 07, 2021 11:51 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ישעיה האט געשריבן:רביה"ק ס'שטערט דיר אז א מענטש לעבט רוהיג?
פארקערט, רביה"ק וויל פשוט מקיים זיין דעם ואהבת לרעך "כמוך"
צו ער איז גערעכט איז א שמועס פאר זיך[emoji6]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 07, 2021 11:55 pm
דורך Nanach
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך קען דיר פארענטפערן אלע דיינע קשיות אין אמונה אויב דו ווילסט, די שאלה איז נאר צו דו זוכסט טאקע תירוצים פאר די קשיות אדער דו זוכסט דעם אמת נאר דו מיינסט אז די אמת ליגט אין די תירוצים, אויב דו צווייטע איז וואר איז א שאד די צייט. איך זאג דיר קלאר אז דער אמת ליגט נישט דארט (זאקס און יאזעפאוויטש האלטן אויך אזוי), אבער אז דאס איז וואס דו זוכסט קען איך דיר צושטעלן די תירוצים.

עס איז נישט שייך צו אויפווייזן אז עס איז נישט דא א גאט (לא ראיתי אינו ראיה)
וואס איז זיין תורה, וואס וויל ער פון אונז קען מען זיך דינגען דא איז ווי איך האלט.
רב יאזאפאוויטש קען איך נישט, אבער אויף וואס ארויף זאגסטו אז רב זאקס האט נישט געגלייבט? פון זיין שיעורים איז נישט משמע אזוי

נשלח: מוצ"ש אוגוסט 07, 2021 11:56 pm
דורך Nanach
יתרו האט געשריבן:איך מיין אז הרב יאזעפאוויטש פון מאנסי איז א גוטע אדרעסס אנצופאנגען אין מיינע אויגן קען ער זיך פארמעסטן מיט הרב זאקס ז״ל

מער פרטים? אדרעס וכדומה

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 12:08 am
דורך קאצקע ציקער
סאיז עכט נישט שייך צו ענטפערן די שאלות איינמאל מען פאנגט אן טראכטן איז מען אין טראבל....

יעדער וועט דיר ענטפערן אז סאיז העכערע זאכן

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 12:25 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
וואס פעלט אויס צו פארענטפערן די קשיות? קשיות איז דא אויף אלע שיטות און גלויבונגען. דעיס איז דאך דער כח פון ׳אמונה׳ וואסיז אריינגעבויעט אינעם נפש הישראלי, ׳שהאמונה היא למעלה מן הדעת וההשגה׳

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 12:44 am
דורך אישתישבי
Nanach האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ט, די שאלה איז נאר צו
עס איז נישט שייך צו אויפווייזן אז עס איז נישט דא א גאט (לא ראיתי אינו ראיה)
וואס איז זיין תורה, וואס וויל ער פון אונז קען מען זיך דינגען דא איז ווי איך האלט.
רב יאזאפאוויטש קען איך נישט, אבער אויף וואס ארויף זאגסטו אז רב זאקס האט נישט געגלייבט? פון זיין שיעורים איז נישט משמע אזוי


די זאגסט אז עס איז נישט שייך אויפצוווייזן אז עס איז "נישט" דא א גאט.
לאמיר זאגן אז וואס די זאגסט איז אמת, וויאזוי העלפט עס דיר?

איז שייך אויפצוווייזן אז עס איז יא דא א גאט? דאס איז דער עיקר שאלה.

וואס זיין תורה איז? העלאו? אפגעשריבן אין יעדעס בית המדרש.
דארפסט איינער זאל דיר זאגן פרשנות? זאג אליין.

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 1:46 am
דורך רביה''ק זי''ע
כפירה איז נישט ערלויבט דא.
מנהל

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 8:18 am
דורך ליב צו וויסן
Nanach האט געשריבן:
יתרו האט געשריבן:איך מיין אז הרב יאזעפאוויטש פון מאנסי איז א גוטע אדרעסס אנצופאנגען אין מיינע אויגן קען ער זיך פארמעסטן מיט הרב זאקס ז״ל

מער פרטים? אדרעס וכדומה


ער וואונט אויף Joshua Ct אין מאנסי.

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 8:57 am
דורך ליב צו וויסן
Nanach האט געשריבן:
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך קען דיר פארענטפערן אלע דיינע קשיות אין אמונה אויב דו ווילסט, די שאלה איז נאר צו דו זוכסט טאקע תירוצים פאר די קשיות אדער דו זוכסט דעם אמת נאר דו מיינסט אז די אמת ליגט אין די תירוצים, אויב דו צווייטע איז וואר איז א שאד די צייט. איך זאג דיר קלאר אז דער אמת ליגט נישט דארט (זאקס און יאזעפאוויטש האלטן אויך אזוי), אבער אז דאס איז וואס דו זוכסט קען איך דיר צושטעלן די תירוצים.

עס איז נישט שייך צו אויפווייזן אז עס איז נישט דא א גאט (לא ראיתי אינו ראיה)
וואס איז זיין תורה, וואס וויל ער פון אונז קען מען זיך דינגען דא איז ווי איך האלט.


אז דו ווילסט קען איך דיר אביסל פארגרייטן וואס דו גייסט הערן (בנוגע אז תורתינו איז די "אמת'ע" ווארט פון גאט).

"נישט נאטורליכע" ראיות.. (אותות ומופתים)
פראבלעם: די זעלבע איז באדמת בני חם.. יעדע רעליגיע האט זיך אירע מופתים צו פארציילן אויף איר זייט..

Bible codes
פראבלעם: סיי וועלכע Book געשריבן אין א שפראך אן קיין Vowels קען מען טרעפן די זעלביגע, והא ראיה אז אפילו מיט די Bible codes זעלבסט וועט פאר יעדע איין Code וואס שטימט זיין מיליאן אנדערע Codes וואס שטימען נישט...

און דאן וועט קומען די באמבע..
אז די עכטע סיבה צו גלייבן אז "אונזער" תורה איז די "אמת'ע" ווארט פון גאט (Whatever he is), איז ווייל 600000 מענטשן האבן עדות געזאגט פאר זייערע קינדער אז זיי האבן "געזעהן און געהערט, פון גאט זעלבסט" אז דאס איז זיין ווארט..
דאס אז 600000 מענטשן זאלן זאגן די זעלבע זאך איז דאך גאר א שטארקע ראיה, און וויבאלד די 600000 מענטשן האבן עס געזאגט פאר זייערע קינדער און זיי פאר זייערע קינדער ביז היינט איז עס ממש א ראיה שאין עליו פירכה...
פראבלעם: אן אריינגיין אין די דעבאטע צו ס'איז שייך צו פאר'נער'ן מענטשן אז זאלן מיינען אז זיי הערן גאט זעלבסט, איז אבער די גאנצע ראיה געבויעט אויף א פאלשע יסוד..
די ראיה איז געבויעט אויף די הנחה אז ס'איז פאראן א דירעקטע מסורה קייט פון "סיני" ביז "Nebach" פון ק"ש, דאס איז אבער א "שקר גס"... ווי געזעהן מערערע מאל אין תנ"ך אז די מסורה איז פאר "הונדערטער" יארן געווען אפגעהאקט.

פאר די ראיות אז תנ"ך איז "נישט" זיין דירעקטע ווארט וועט מען דארפן עפענען א פרישן אשכול... ס'איז פאראן גאר אסאך...

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 9:42 am
דורך Nanach
די גאנצע דרשה ביז אהער קען איך, מיין פראבלעם איז אז איך האב אנגעהויבן זען וויפיל שטותים מען האט אונז איינגערעדט די לעצטע 200 יאר וואס ווען נישט וואס עס איז א אפענע, דאקעמענטירטע וועלט, וואלט 300 יאר ארום געווארן די זאכן הלכה למשה מסיני.
האט מיר עס אנגעהויבן צו אפפרעגן די הנחה אז מען קען נישט איינרעדן וכו’

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 9:47 am
דורך Nanach
דרך אגב אז עס איז דא א גאט ( העכערע כח) בין איך קלאר
ווי אויך גלייב איך אין שכר ועונש (קארמא) השארת הנפש און גולגל בין אויך נוטה צו גלייבן משום כמה סיבות (איך בין פויל צו שרייבן לאנג)
און אפילו דאס אז א מענטש קען הייבן חומר איבער צורה (נביאה/רוה”ק/מעדיטעישען)
מיין עיקר נקודה איז אויף אונזער תורה

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 10:33 am
דורך הקטן
you-had-a-revelation
זייער קלאר און מהקל אל הכבד אויב הערסטו ענגליש

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 3:36 pm
דורך ישעיה
[tag]רביה"ק זי"ע[/tag] דו פאסט יום כיפור?

נשלח: זונטאג אוגוסט 08, 2021 8:33 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ישעיה האט געשריבן:[tag]רביה"ק זי"ע[/tag] דו פאסט יום כיפור?

viewtopic.php?f=42&t=14759

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 5:37 pm
דורך יעקב מעקסוועל
לאמיר שרייבן מיין מיינונג בנוגע זוכן ענטפערס אין אמונה, אסאך מאל מיינט מען די אמונה איז די פראבלעם, ווען באמת איז עס בכלל נישט די נקודה. לאמיר עס צוטיילן אין 3.

די ערשטע גרופע זארגט זיך פאר אידישקייט, זיי קענען נישט שלאפן רואיג ווען זיי האבן אזא שטארקע קשיא, זיי פילן זיי מוזן פארענטפערן די רעליגיע. די גרופע דארף נישט טרעפן קיין תירוצים, זיי דארפן פשוט ארבעטן זיך אליין צו בארואיגן, אידישקייט גייט שוין אן אסאך פאר זיי זענען געבוירן, עס מאכט באמת נישט קיין פראבלעם ווען זיי האבן א קשיא.

די צווייטע גרופע זוכט א וועג ארויס פון א פראבלעם. לאמיר זאגן איינער וויל זייער שטארק עסן גיד הנשה, הייבט ער אן צו טראכטן ווער זאגט אידישקייט איז בכלל אמת, אפשר האלט איך מיר צוריק פאר גארנישט. די גרופע דארף אויך נישט קיין תירוצים, פארוואס זיך אריינלייגן אין א טיפע פיליזאפיע וועגן דו ווילסט עפעס? לאז אפ די אלע טיפע ענינים, זאג וואס דו ווילסט און עס איז זיכער דא אן עצה דערפאר. אפילו אויב מען קען נישט טרעפן אן עצה צו דיין פראבלעם, איז עס נישט ווייל עס יא אדער נישט דא א באשעפער אויפן וועלט.

די דריטע גרופע האט פשוט ליב צו רעדן פון אמונה, עס מאכט גארנישט אויס למעשה, עס איז פשוט אינטערסאנט צו רעדן דערפון, פונקט ווי אנדערע ווילן רעדן פון טראמפ, סאטמאר, עקאנאמיע אא"וו, ווילן זיי רעדן פילאזאפיע. פאר זיי איז די שמועס טאקע געמאכט, און קאווע שטיבל איז א גוטע פלאץ פאר די סארט שמועס.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 6:23 pm
דורך מי אני
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:די ערשטע גרופע זארגט זיך פאר אידישקייט, זיי קענען נישט שלאפן רואיג ווען זיי האבן אזא שטארקע קשיא, זיי פילן זיי מוזן פארענטפערן די רעליגיע. די גרופע דארף נישט טרעפן קיין תירוצים, זיי דארפן פשוט ארבעטן זיך אליין צו בארואיגן, אידישקייט גייט שוין אן אסאך פאר זיי זענען געבוירן, עס מאכט באמת נישט קיין פראבלעם ווען זיי האבן א קשיא.

הרב דר. נתן סליפקין ברענגט טאקע אראפ די געדאנק מיט׳ן אידישן פתגם, ״פון א קשיא שטארבט מען נישט.״ ער זאגט אבער אז צומאל איז אבער דא די קשיא וואס כדי דער מענטש זאל קענען אנהאלטן זיין אמונה [קאגניטיוו דיסאנענס וכו׳ וכו׳] מוז ער דאס אויסגראדן.

דער רומענישער-פראנצויזישער שרייבער און פילאזאף עמיל סיארען האט געזאגט:
There are questions which, once approached, either isolate you or kill you outright