בלאט 1 פון 2

ווען נישט לא תגרעו און לא תוסיפו, וואס וואלסטו געטוישט?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 7:31 pm
דורך בן נון
עס איז באקאנט א מעשה מיט איינער פון די רבי’ס איז ער האט געזאגט אז ער פארשטייט נישט פארוואס כאפן א דרימל ערב שבת שטייט נישט און די עשרת הדברות וואס לפי השגתו וואלט מען עס געדארפט צולייגען,
איך וויל דא פארשטעלן א שאלה פון די חשובע חברים וועלעכע מצווה זיי וואלטן צוגעלייגט אדער אראפגענומען ווען זיי באקומען ווען דער כוח דאס צו טון, ווען נישט די לוו פון לא תוסיפו ולא תגרעו וכו’.
וואס פאדערט א טויש,
איך לענית דעתי וואלט געשריבן אז א פרוי קען אויך ”געבן” א גט.

וואס וואלסטו צוגעלייגט?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 7:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פרויען זאלן מעגן דרייוון, ס׳וואלט געמאכט די לעבן פיל גרינגער.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 7:53 pm
דורך אישתישבי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פרויען זאלן מעגן דרייוון, ס׳וואלט געמאכט די לעבן פיל גרינגער.


דאס קענסטו רואיג מתיר זיין און נישט עובר זיין אויף לא תגרע.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 8:16 pm
דורך ליב צו וויסן
איך וואלט צוגעלייגט אז לא תוסיפון מיינט עכט לא תוסיפון....

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 8:21 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אויב אזוי וואלסטו אויך געדארפט זאגן אז לא תגרע מיינט באמת לא תגרע און דעמאלטס וואלסטו געווען אין ביג טראבל, בעסער לאז עס אזוי.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 8:26 pm
דורך אישתישבי
חסידים האבן מוסיף געוועהן דער שטריימעל און ביבער הוט, און דער לאנגע רעקל און בעקישעס, ליטוואקעס דער אראפגעבויגענער הוט און דער פראק.

חסידים האבן מגרע געוועהן זאגן די הפטורה, חדש, וואס נאך? תפלה בזמנה?
וואס האבן ליטוואקעס מגרע געוועהן? ערב פסח מצות.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 9:04 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מקוה האבן אדער חסידים צוגעלייגט אדער די ליטוואקעס אראפגענומען. חדש אסור מן התורה האבן די אונגארישע צוגעלייגט. די רעפארמער האבן צוגעלייגט תיקון עולם.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 9:09 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:חסידים האבן מוסיף געוועהן דער שטריימעל און ביבער הוט, און דער לאנגע רעקל און בעקישעס, ליטוואקעס דער אראפגעבויגענער הוט און דער פראק.

חסידים האבן מגרע געוועהן זאגן די הפטורה, חדש, וואס נאך? תפלה בזמנה?
וואס האבן ליטוואקעס מגרע געוועהן? ערב פסח מצות.

אישתישבי: און חלב ישראל. או.קעי. זיי האבן ..."חלב סתם"...לאל...!

נשלח: מאנטאג אוגוסט 09, 2021 11:46 pm
דורך יואליש
כ'וואלט צוגעלייגט איינס צום ארבעים חסר אחת.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 12:19 am
דורך אישתישבי
יואליש האט געשריבן:כ'וואלט צוגעלייגט איינס צום ארבעים חסר אחת.


מיינסט אוודאי די ל"ט מלאכות...

האט מען שוין צוגעלייגט, עלעקטריק.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 12:31 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך וואלט צוגעלייגט א פופציגסטע טאג צו ספירת העומר, בלאזן שופר און שאקלען לולב ווען יום טוב געפאלט שבת, הארגענען מענטשן וואס זענען אין חרם און מיתת בי״ד בכלל, תכלת, אויפנעמען א קעניג, אייננעמען ארץ ישראל, מקריב זיין קרבנות אע״פ שאין בית, בויען א בית המקדש, אז א איד זאל קענען ווערן א deconvert.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 6:53 am
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:כ'וואלט צוגעלייגט איינס צום ארבעים חסר אחת.


מיינסט אוודאי די ל"ט מלאכות...

האט מען שוין צוגעלייגט, עלעקטריק.

עלעקטריק איז בכלל הבערה. אבער א טייל פוסקים , אזוי ווי דער מהרש"ג (ר' שמעון גרינפעלד אב"ד סעמיהאי) האלט אז עלעקטריק איז נישט קיין הבערה דאורייתא. ס'נישט אז ער זאגט אז מ'מעג אנצינדן אדער אויסלעשן לייטס אום שבת...!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:21 am
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:כ'וואלט צוגעלייגט איינס צום ארבעים חסר אחת.


מיינסט אוודאי די ל"ט מלאכות...

האט מען שוין צוגעלייגט, עלעקטריק.

עלעקטריק איז בכלל הבערה. אבער א טייל פוסקים , אזוי ווי דער מהרש"ג (ר' שמעון גרינפעלד אב"ד סעמיהאי) האלט אז עלעקטריק איז נישט קיין הבערה דאורייתא. ס'נישט אז ער זאגט אז מ'מעג אנצינדן אדער אויסלעשן לייטס אום שבת...!


ביסט א למדן אין דער ראנג פלאץ.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:26 am
דורך אישתישבי
לאמיר זיך דמיון'ן א בית דין רופט רבי"הק' און וואלווי, און מען איז דען אויב מען זאל זיי געבן מלקות, וועלכע עבירה? בל תוסיף.

בית דין, ענק האבן צוגעלייגט צו דער תורה!!

נידונים, וואס עפעס?

בית דין, ענק האבן געזאגט אז מען באקומט 40 מלקות און מען ציילט 50 טעג.

נידונים, נישט אזוי שטייט אין די תורה?

בית דין, וואס איז א חילוק וואס שטייט?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:50 am
דורך יואליש
לולי דמסתפינא, ווען נישט די לאו פון ולא תגרע ממנו וואלט איך גורע געווען בלויז איינס אין חבקוק: צדיק באמונתו יחיה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:01 am
דורך אישתישבי
א זעקסער קאפעל

העי, אפשר דער גאנצע קאפעל?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:33 am
דורך וואלווי
יואליש האט געשריבן:לולי דמסתפינא, ווען נישט די לאו פון ולא תגרע ממנו וואלט איך גורע געווען בלויז איינס אין חבקוק: צדיק באמונתו יחיה.


דעמנ. האסט בולע געווען מיין קלער.

איך וואלט מתיר געווען עבו"ז און אראפ גענומען אמונה.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:34 am
דורך וואלווי
אישתישבי האט געשריבן:א זעקסער קאפעל

העי, אפשר דער גאנצע קאפעל?


קיפל כל הארץ תחתיו

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:37 am
דורך וואלווי
אישתישבי האט געשריבן:לאמיר זיך דמיון'ן א בית דין רופט רבי"הק' און וואלווי, און מען איז דען אויב מען זאל זיי געבן מלקות, וועלכע עבירה? בל תוסיף.

בית דין, ענק האבן צוגעלייגט צו דער תורה!!

נידונים, וואס עפעס?

בית דין, ענק האבן געזאגט אז מען באקומט 40 מלקות און מען ציילט 50 טעג.

נידונים, נישט אזוי שטייט אין די תורה?

בית דין, וואס איז א חילוק וואס שטייט?


נידונים: וואס שטייט לאז שטיין, וואס ליגט האק אריין...

Re: ווען נישט לא תגרו און לא תוסופו וואס וואלסטו געטוישט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:38 am
דורך דער גאלדענער אדלער
איך וואלט מעביר געווען די בלאסע טשיקען דיכטלעך פונעם ר"ה נאכמיטאג סעודה און קינדל פונעם שמיני עצרת קידוש אינעם סוכה

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:44 am
דורך וואלווי
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איך וואלט מעביר געווען די בלאסע טשיקען דיכטלעך פונעם ר"ה נאכמיטאג סעודה און קינדל פונעם שמיני עצרת קידוש אינעם סוכה

Sent from my SM-G991U using Tapatalk


ס'דא, מער ביי די עלטערע יארגאנג, וואס וואלטן דיך מחרים געווען פאר כופר זיין אין קינדעל.

די בלאסע טשיקען קען מען דיך פארקוקען

בכלל, ווער הייסט עסען א סעודה ר'"ה, פרישטאג און קאפי ברעיק איז עפעס שלעכט? די afternoon meal מיז נאך זיין פליישיג אויך?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:07 am
דורך א חסיד פון ווילנא
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:איך וואלט מעביר געווען די בלאסע טשיקען דיכטלעך פונעם ר"ה נאכמיטאג סעודה און קינדל פונעם שמיני עצרת קידוש אינעם סוכה

Sent from my SM-G991U using Tapatalk


וואס זענן מיר שולדיג אז דיין מאמעס/ווייבס קינדעל איז נישט גוט?

ביי מיר איז דאס א חלק פון שמחת יו"ט

Re: ווען נישט לא תגרו און לא תוסופו וואס וואלסטו געטוישט

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:18 am
דורך דער גאלדענער אדלער
אויך די טורבאנס מיט די שיניעלס, וואספארא הירהורים דאס ברענגט מיר שטענדיג ווען איך כאפ א בליק דערויף!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk