בלאט 1 פון 3

סאדיגורא רביצין אויף איזרעילי מידיע קעגן איר זוהן הינוקא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 2:25 pm
דורך [NAMELESS]
א אויפרייס אין די וועלט פון רבי'ס אז די רעביצין פון סאדיגורער רבי ז''ל די מאמע פון די היינטיגע רבי'ס איז ארויף אויף איזרעילי מידיע צו רעדן וועגן די ביטערע מחלוקת און אז מ'האט איר אויסגעשפארט פון איר אייגענע דירה.

זי זאגט דארטען "ווי אזוי קען מיין אייגענע זוהן זיצן אויף זיין מאמע'ס בלוט?!"

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:00 pm
דורך yn.NY
די רביצין האט געמאכט א יד אחת מיט די געוועזענע "בנו הגדול" (וועלכע האט שוין נעבעך גע'דמיון'ט אלע יאר'ן פון די ריזי'נע/סדיגורא קרוין און שטיל).

גראדע די וואך האט מאמענט איהם באשריבן, קוקט אויס אז ער האט גענומען די הויף אין די הענט אריין; פארשטייט זיך אז ס'איז אלעס בלויז למען כבודו ית' און למען כבוד אבותינו ורבותינו נבג"ם.
(בין איך טאקע נייגעריג וויפיל מ'צאלט פאר אזא קאנאקעדיגע באשרייבונג - אויב למשל כ'וויל ווערן א גרויסע רבי, קען איך אויך באקומען אזא באשרייבונג?)

מאָמענט מאגאזין עקב תשפ״א.jpeg

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 3:53 pm
דורך אלע צוזאמען
וועם פרובירט מען דא צו כאפן מיט די פראפעגאנדע? וועלכע מענטשן?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 4:19 pm
דורך וואלווי
אלע צוזאמען האט געשריבן:וועם פרובירט מען דא צו כאפן מיט די פראפעגאנדע? וועלכע מענטשן?


ס'ווערט אנגעריפן the court of public opinion.

די מציאות איז אבער אנדערש. בעלי מחלוקה פרייען זיך ווען בעלי לשון הרע הערען אויס מיט גרויסע אויערען און פרובירן צו פארקויפן זייער "גערעכטע צד". וואס זיי פארגעסען איז, אז בעלי לשון הרע ווילען הערן שמוץ און זאפטיגע נייעס, אבער בשום אופן איז נישט אינטערסאנט פאר בעלי לשון הרע צו געבן גערעכט. אדרבה, שלום אדער אפי' גערעכטיגקייט פאר איין צד נעמט ארויס די געשמאק פון לשון הרע.

כך הוא דרכו של עולם...

Re: סאדיגורא רביצין אויף איזרעילי מידיע קעגן איר זוהן הינוקא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 4:23 pm
דורך [NAMELESS]
חתם סופר האט געשריבן:א אויפרייס אין די וועלט פון רבי'ס אז די רעביצין פון סאדיגורער רבי ז''ל די מאמע פון די היינטיגע רבי'ס איז ארויף אויף איזרעילי מידיע צו רעדן וועגן די ביטערע מחלוקת און אז מ'האט איר אויסגעשפארט פון איר אייגענע דירה.

זי זאגט דארטען "ווי אזוי קען מיין אייגענע זוהן זיצן אויף זיין מאמע'ס בלוט?!"
לינק?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 4:57 pm
דורך תרמב
איך האב געהערט אז סאדיגורא ירושלים האט אויפגענומען א אינגערמאן זאל פירן די פאבליק רילעישאנס פארן חצר.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 5:01 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
תרמב האט געשריבן:איך האב געהערט אז סאדיגורא ירושלים האט אויפגענומען א אינגערמאן זאל פירן די פאבליק רילעישאנס פארן חצר.
שוין לאנג צוריק. חיים שאולזוהן.

Re: סאדיגורא רביצין אויף איזרעילי מידיע קעגן איר זוהן הינוקא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 6:14 pm
דורך תוהו ובוהו
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:לינק?


https://bshch.blogspot.com/2021/08/blog ... 2.html?m=1

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:20 pm
דורך ליב צו וויסן
ביז די אינטערוויו האב איך געהאלטן אז שיעלע איז גערעכט, ער פאלגט דאך די צוואה פון זיין טאטע...
אבער למען השם וויאזוי מעג א זוהן זיך אויפירן אזוי צו זיין מאמע לויט די תורה וואס ער טוט מכלומרשט רעפרעזענטירן??

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 7:26 pm
דורך קאצקע ציקער
שרעקליך!!!
די מאמע זאגט זי ווייסט נישט ווי לאנג זי גייט דאס קענען אויסהאלטן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:17 pm
דורך מפיל קינד
די מאמע אליין איז זיך קלאר סותר, קודם זאגט זי אז איר מאן האט געוואלט אז משי זאל ווערן רבי אין ירושלים, נאכדעם זאגט זי אז איר מאן האט געוואלט משי אלס רבי בכלליות...

די מאמע איז אנגעווייטאגט אויף די צוואה, כמובן. זי נעמט זיך אן פאר איר זון משי, און ווילאנג דער ינוקא וועט נישט נאכלאזן וועט זי זיין גרייט אויף אלעם קעגן אים.

די מאמע רודפ'ט די זון אסאך מער. זי האט גערופן די אנדערע קינדער פון אויסלאנד פאר די יארצייט אז קיינער זאל חלילה נישט גיין צו ינוקא אפי' געבן שלום. איין זון איז יא געגאנגען בצנעא און זי האט יענעם נישט אריינגעלאזט צו זיך.

די רדיפות גייען ביידע וועגן, נאר פון איין זייט איז דא א קהילה וואס העלפט ארויס און דער ינוקא האט נישט אזא שטארקע ווארט. און פון די צווייטע זייט איז דא א מאמע און א משי וואס זענען גרייט צו רודפ'ן עד חרמה. אפי' ביזן גיין באשמיצן אויף טעליוויזיע און ברענגען האלבע מעשיות.

איך ווארט צו זען ווער עס גייט האבן די לעצטע לאך...

Re: סאדיגורא רביצין אויף איזרעילי מידיע קעגן איר זוהן הינוקא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:37 pm
דורך תוהו ובוהו
מפיל קינד האט געשריבן:נאכדעם זאגט זי אז איר מאן האט געוואלט משי אלס רבי בכלליות...

זי זאגט נישט אזא זאך

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:41 pm
דורך קאצקע ציקער
ווי קימט אריין שטאקאלהאם סינדראם?

Re: סאדיגורא רביצין אויף איזרעילי מידיע קעגן איר זוהן הינוקא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 8:45 pm
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:ווי קימט אריין שטאקאלהאם סינדראם?
איך פארשטיי אז זי זאגט אז מ'טערארעזירט שיעלע און ער דינט געטריי די טעראריסטן

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 9:58 pm
דורך פאלאצ'ינטא
yn.NY האט געשריבן:די רביצין האט געמאכט א יד אחת מיט די געוועזענע "בנו הגדול" (וועלכע האט שוין נעבעך גע'דמיון'ט אלע יאר'ן פון די ריזי'נע/סדיגורא קרוין און שטיל).

גראדע די וואך האט מאמענט איהם באשריבן, קוקט אויס אז ער האט גענומען די הויף אין די הענט אריין; פארשטייט זיך אז ס'איז אלעס בלויז למען כבודו ית' און למען כבוד אבותינו ורבותינו נבג"ם.
(בין איך טאקע נייגעריג וויפיל מ'צאלט פאר אזא קאנאקעדיגע באשרייבונג - אויב למשל כ'וויל ווערן א גרויסע רבי, קען איך אויך באקומען אזא באשרייבונג?)

מאָמענט מאגאזין עקב תשפ״א.jpeg


די דארפסט נאר האבען גענוג פון די גרינע סחורה. און וואס מען דו (איהר) האט אלץ א גרעסערער רעבאה וועסטו ווערן

Re: סאדיגורא רביצין אויף איזרעילי מידיע קעגן איר זוהן הינוקא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 10:18 pm
דורך כניאק
ליב צו וויסן האט געשריבן:ביז די אינטערוויו האב איך געהאלטן אז שיעלע איז גערעכט, ער פאלגט דאך די צוואה פון זיין טאטע...
אבער למען השם וויאזוי מעג א זוהן זיך אויפירן אזוי צו זיין מאמע לויט די תורה וואס ער טוט מכלומרשט רעפרעזענטירן??
פארקערט, ביז די אינטערוויו האב איך געמיינט אז מ׳רודפט איר סתם אזוי,
יעצט זע איך אז דאס איז די איינציגסטע וועג וויאזוי אזוי די חסידים קענען איינהאלטן די צוואה.

די אלטע רבי האט אויך געוויסט די אלע זאכן, און יעדער ווייסט אז סאיז שטותים אז ער האט נישט קלאר געוואלט אז די ר׳ שיעלע זאל איבערנעמען.

Re: סאדיגורא רביצין אויף איזרעילי מידיע קעגן איר זוהן הינוקא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:08 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
קאצקע ציקער האט געשריבן:שרעקליך!!!
די מאמע זאגט זי ווייסט נישט ווי לאנג זי גייט דאס קענען אויסהאלטן
מיר קוקט דאס ענדערש אויס ווי Crocodile tears !!!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

Re: סאדיגורא רביצין אויף איזרעילי מידיע קעגן איר זוהן הינוקא

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:12 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
חתם סופר האט געשריבן:א אויפרייס אין די וועלט פון רבי'ס אז די רעביצין פון סאדיגורער רבי ז''ל די מאמע פון די היינטיגע רבי'ס איז ארויף אויף איזרעילי מידיע צו רעדן וועגן די ביטערע מחלוקת און אז מ'האט איר אויסגעשפארט פון איר אייגענע דירה.

זי זאגט דארטען "ווי אזוי קען מיין אייגענע זוהן זיצן אויף זיין מאמע'ס בלוט?!"
די שאלה איז ענדערש, וויאזוי קען די ווייב זיצן אויף איר מאן'ס בלוט?!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: דינסטאג אוגוסט 10, 2021 11:41 pm
דורך אישתישבי
זי רעדט זיך איין אז אלעס איז אירע.

עס איז נישט,

זי זאל במחילה גמורה אויפהערן דרייען אין קאפ, און איבערבעטן איר זוהן.

יעדער ווייסט אז דער טאטע האט עס געוואלט שוין פאר א לאנגע צייט, זי האט מער ליב דער מש"י זאל אים וואויל באקומען.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 12:05 am
דורך שושן פורים
די רביצין איז אויפגעוואקסן אויף א גאלדענע טאץ, אין איר משפחה איז מען פון אייביג אויפגעוואקסן אז כסף יענה את הכל, גערעכט אדער אומגערעכט איז נישט רעלעוואנט אלעס ווענדט זיך אין די בענדזשעמינס, און דא אלל אף עי סאדען זאגט זי און זי פארלאנגט און קיינער פאלגט נישט.

זי האט פארגעסן אז חסידים ספעציעל פונעם רוסישן חדר גלייבן אין זייער רבי בלינדערהייט, זיי ווילן טון וואס זייער רבי האט געוואלט, און אז זייער רבי האט פארשריבן אז דער 24 יעריגער איז רבי דאן זאל זיין וואס זאל זיין ער איז רבי.

דער פאטער דער רבי פון די אנדערע זייט, וואוסענדיג וויאזוי זיינע חסידים גייען אננעמען סיי וועלכע רבי האט געשפירט אן אחריות טאקע דערפאר צו ממנה זיין דער וועמען ער האלט איז די מערסטע ראוי.

דער ינוקא האט אלע רעכטן ווי אויך א ציבור'ישע פליכט אויסצופאלגן דעם פאטערס צוואה ככתבה וכלשונה פשוט פאר די טובה פונעם ציבור די חסידים.


וואס דער פאטער האט אבער נישט איינגעזעהן איז אז זיינע קינדער האבן בלויז באקומען האלב פון זיין די. ען. עי., ס'איבעריגע האבן זיי באקומען פון די מוטער, און די רעשט איז היסטאריע.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 6:35 am
דורך ליב צו וויסן
מפיל קינד האט געשריבן:די מאמע אליין איז זיך קלאר סותר, קודם זאגט זי אז איר מאן האט געוואלט אז משי זאל ווערן רבי אין ירושלים, נאכדעם זאגט זי אז איר מאן האט געוואלט משי אלס רבי בכלליות...

די מאמע איז אנגעווייטאגט אויף די צוואה, כמובן. זי נעמט זיך אן פאר איר זון משי, און ווילאנג דער ינוקא וועט נישט נאכלאזן וועט זי זיין גרייט אויף אלעם קעגן אים.

די מאמע רודפ'ט די זון אסאך מער. זי האט גערופן די אנדערע קינדער פון אויסלאנד פאר די יארצייט אז קיינער זאל חלילה נישט גיין צו ינוקא אפי' געבן שלום. איין זון איז יא געגאנגען בצנעא און זי האט יענעם נישט אריינגעלאזט צו זיך.

די רדיפות גייען ביידע וועגן, נאר פון איין זייט איז דא א קהילה וואס העלפט ארויס און דער ינוקא האט נישט אזא שטארקע ווארט. און פון די צווייטע זייט איז דא א מאמע און א משי וואס זענען גרייט צו רודפ'ן עד חרמה. אפי' ביזן גיין באשמיצן אויף טעליוויזיע און ברענגען האלבע מעשיות.

איך ווארט צו זען ווער עס גייט האבן די לעצטע לאך...


דאס אז די מאמע רעפרעזענטירט נישט די טאטעס ווילן איז נאר נוגע וואס די חסידים זאלן טוהן, אבער נישט פאר שיעלע..
אויב גלייבט ער אין די תורה, דאן האט ער א פליכט צו מכבד זיין זיין מאמע.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 6:53 am
דורך berlbalaguleh
ליב צו וויסן האט געשריבן:ביז די אינטערוויו האב איך געהאלטן אז שיעלע איז גערעכט, ער פאלגט דאך די צוואה פון זיין טאטע...
אבער למען השם וויאזוי מעג א זוהן זיך אויפירן אזוי צו זיין מאמע לויט די תורה וואס ער טוט מכלומרשט רעפרעזענטירן??

ליעב צו וויסן: אט דאס האט הרה"צ ר' מאטל זילבער שליט"א געמיינט. ער האט עס נאר נישט ארויסגעברענגט מיט אזעלכע קלארע דיבורים.

דא זעהט מען באשיינפערליך ווי אן התנהגות וועלכע טרעט אויף די תורה און אויף מענטשליכע שכל ווערט בארעכטיגט און ארויסגעהויבן.

די עצם זאך אז די רבי זצ"ל האט מעביר געווען זיין עלטסטן זון פון די ירושה שרייט דאך עד לב השמים אז ידי זרים שלטו בו...!

ס'איז שטארק ענליך צו די מחלוקת אין סאטמאר און אין תולדות אהרן. וואו דער עלטערער ברודער/זוהן איז געווארן ארויסגעשטופט פון די בארעכטיגטע ירושה פון זיין טאטן...!

Re: סאדיגורא רביצין אויף איזרעילי מידיע קעגן איר זוהן הינוקא

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 7:19 am
דורך שארפןקאפ
די עצם זאך אז א זון באקומט די רביסטווע פון זיין טאטע בירושה, שרייט עד לב השמים, און דאס איז וואס ברענגט אז מען זאל זיך אזוי קריגן,(דאס איז וואס ר'מאטל האט אזוי געהאקט)

בארעכטיקטע ירושה רופסטו דאס?????????????

Sent from my SM-N986U using Tapatalk