בלאט 1 פון 2

ר' אברהם שארר - מחאה אויף רעקלאמע לערנען ענגליש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:53 am
דורך אישתישבי
נעכטען האט ר' אברהם שארר אין סטאלין, ביי אירגון שיעורי תורה, געזאגט אז ער מוז מוחה זיין אויף א זאך וואס מען דארף מוחה זיין.

איינער האט אים געשפילט א רעקלאמע פין איינער פין די "קולות" וואס זאגט מען קען זיך לערנען ענגליש, אין פיר וואכען זאגט דער רעקלאמע האב איך מיר געלערנט ענגליש.

ר' שארר נאך א לענגערע שמועס ווי א איד לעבט נישט על פי טבע, נאר חוץ לדרך הטבע, און דאס מיינט שלא שם חלקינו כהם, דער אשר חלק ד' לכל העמים, דער זון שיינט נאר פאר די פעלקער, אונז האבען א אנדערע מהלך, נישט דער זון שיינט, דער אויבערשטער מאכט לעכטיג שלא כדרך הטבע פאר אידען, זאגט איך וואלט זעהר געוואלט פארגעסען ווי מען רעדט ענגליש, נישט קענען אפילו רעדען מיט א גוי, אבער דא איז גליק, אז נאך אפאר וואכען קען מען רעדען ענגליש.

דאס האבען אונזערע עלטערען געוואלט ווען זיי האבען אונז געברענגט קיין אמעריקא? און ער רעדט דארט נאך דברים כבושין. ברענגט א ווארט פין אורח לחיים אויף ויתערבו בגוים וילמדו ממעשיהם, און מען לערנט זיך פין גוים פין זיך אליין מיילא, אבער נאך גיין און דיירעקט זיך לערנען ענגליש כדי צו ווערען נענטער מיט גוים, חס ושלום.

ווער עס וויל הערען קליק דא

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 11:14 am
דורך ליב צו וויסן
אינטערסאנט ווי די אלע אמוראים וואס האבן גערעדט א פליסיגע אראמיש האבן נישט געכאפט זיינע שטארקע השקפה געדאנקען..

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 11:18 am
דורך רביה''ק זי''ע
בל תוסיף?? פני הכלב כפני הדור

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 11:38 am
דורך אישתישבי
היינט איז ער פין די יחידים וואס רעדען אזוי, אבער אין צוואנציג יאר וועט מען הייסען א אפיקורס אויב מען זאגט אנדרעש.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 11:43 am
דורך נחמד
Does he want the Hamodia to go bankrupt?

Re: ר' אברהם שארר - מחאה אויף רעקלאמע לערנען ענגליש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 12:01 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
זיין שיינעם בית המדרש האט ער אויך געבויעט מיט זאכן וואס זענען חוץ לדרך הטבע?? אדער דארט האט ער יא פארשטאנען אז מ'ברויך אראפ לאנדן צו טבע??

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 12:45 pm
דורך אישתישבי
א בית המדרש של אש האט אראפגענידערט פין הימעל.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 12:53 pm
דורך טאמבל סאס
א רגע, כ'האב א שאלה: די תורה'לע וואלט עפעס געהאט אן אנדערע עפעקט אויף די שומעים אויב וואלט עס געווען פון ר' שמעלקע?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 12:56 pm
דורך טאמבל סאס
נאר קען זיין אז ר' שמעלקע וואלט אזוי געזאגט: אז ס'שטייט ווען ממעשיהם וואלט מען געמיינט נאר 'אביסל' פון זייערע מעשים. אז ס'שטייט מעשיהם, איז פשט 'אינגאנצן' זייערע מעשים. מ'האט זיך נישט באגנוגט נאר מיט 4 וואכן - א פולע 3 יאהר קורס.. אהה.. שוין...

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:21 pm
דורך יתרו
אישתישבי האט געשריבן:נעכטען האט ר' אברהם שארר אין סטאלין, ביי אירגון שיעורי תורה, געזאגט אז ער מוז מוחה זיין אויף א זאך וואס מען דארף מוחה זיין.

איינער האט אים געשפילט א רעקלאמע פין איינער פין די "קולות" וואס זאגט מען קען זיך לערנען ענגליש, אין פיר וואכען זאגט דער רעקלאמע האב איך מיר געלערנט ענגליש.

ר' שארר נאך א לענגערע שמועס ווי א איד לעבט נישט על פי טבע, נאר חוץ לדרך הטבע, און דאס מיינט שלא שם חלקינו כהם, דער אשר חלק ד' לכל העמים, דער זון שיינט נאר פאר די פעלקער, אונז האבען א אנדערע מהלך, נישט דער זון שיינט, דער אויבערשטער מאכט לעכטיג שלא כדרך הטבע פאר אידען, זאגט איך וואלט זעהר געוואלט פארגעסען ווי מען רעדט ענגליש, נישט קענען אפילו רעדען מיט א גוי, אבער דא איז גליק, אז נאך אפאר וואכען קען מען רעדען ענגליש.

דאס האבען אונזערע עלטערען געוואלט ווען זיי האבען אונז געברענגט קיין אמעריקא? און ער רעדט דארט נאך דברים כבושין. ברענגט א ווארט פין אורח לחיים אויף ויתערבו בגוים וילמדו ממעשיהם, און מען לערנט זיך פין גוים פין זיך אליין מיילא, אבער נאך גיין און דיירעקט זיך לערנען ענגליש כדי צו ווערען נענטער מיט גוים, חס ושלום.

ווער עס וויל הערען קליק דא

מען ברויך פארשטיין וואס מאכט דאס אז ווי עלטער ער ווערט אלץ מער פונדעמיליסטיש ווערט ער? דארף נישט AGE מאכן א מענטש אביסעל מער אפען מיינדעד ?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 1:26 pm
דורך יתרו
בכלל ברויך זיין א תקנה אז מען קען נישט זאגן קיין שיטות אין תקנות פאר מענטשן וואס די האסט נישט זייער נסיונות. אז ר' אברהם שור האט מצליח געווען צו שפייזן זיין פאמיליע מיט זיין א ראש ישיבה יעדע פאר יאר און אן אנדערע פלאץ און ער האט נישט געברויכט קיין ענגליש מיינט נישט אז דער עמך איד וואלט געקענט מצליח זייןאן דעם און קענען שפייזן זיין פאמליע.
מען ברויך זאגן אויף אזא מאמר אוי לו לדור שאתה פרנסו שאי אתה יודע בצערן של ת"ח במה הם מתפרנסים ובמה הם נזונים.

Re: ר' אברהם שארר - מחאה אויף רעקלאמע לערנען ענגליש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 4:19 pm
דורך תוהו ובוהו
שוין אבאוט טיים מ'זאל שאפן עפעס אן איש מכובד א רב, דיין, מיט אן אינטש שכל אין קאפ אין א אונס ערענסקייט און טובת הכלל אין הארץ, וואס זאל קאנטערן אזעלכע דרשות ברבים, זיך אויפשטעלן זאגן אז מ'איז נישט מסכים..

די פאררוקטע אנגענומענע מיינדסעט אז ווען איינער זאגט עפעס שלא כהוגן דארף מען ארויסקומען מוחה זיין, אבער ווען איינער שיסט עפעס אן עקסטרעמע פרומקייט, דעמאלטס נעמט יעדער איין א שטילקייט ''נו בעסער האט דאך נישט קיין שיעור נו פארוואס ארויסקומען ברבים דערקעגן?!''

שוין אסאך גערעדט געווארן דא איבער דעם פרומען עקסטרעמיסטישן גליטשער אויף וואס מיר געפונען זיך, ולפענ''ד איז דאס א מעין פאקטאר אז מ'שטעלט זיך נישט ארויס ברבים דערקעגן, און אין די היסטאריע בלייבט איבער איין צוהיצטע מחנה חיים וואס טאנצט אויפן טיש ווי די אנגענומענע ''חרדישע'' השקפה..

לדוגמא ווען אפאר עסקנים האבן אפגעמאכט אז ירושלים דאמעריקע דארף פולקאם נאכקאפירן ירושלים דא''י און ארויסקומען קעגן ''שירים ושיעורים'', האבן יונגעלייט זיך סודות'פול געשושקעט אז 'מענדל ט''ב' לאכט אפ פונעם איסור פריוואט, און 'השד יודע מי' האט געזאגט פאר פלוני אז ער קען גיין.., פארשטייט זיך אבער אז אין דרייסיג יאר ארום וועט דאס זיין א לעגיטימע פרעצעדענט אז ''אלע רבנים'' זענען ארויסגעקומען דערקעגן בשעתו (און די דעמאלאטסטיגע אויפגעקלערטע ק''ש שרייבער וועלן וויסן אז ''ס'נישט אזוי פשוט''...) אנשטאט איינער זאל זיך אויפשטעלן ברבים ווילאנג ס'איז נאך נארמאל און קאנטערן אזוינע דרשות/איסורים.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 4:29 pm
דורך טאמבל סאס
פארוואס קען מען נישט זאגן אז זיין טאטע ר' אהרן איז שוין אזא איינער אביסל? כ'מוז זאגן כ'האב הנאה געהאט פון די ווידיאו פון זיין מיטינג מיט עמרם טט"ב פון א"י ביי גיוס אפאר יאר צוריק, וואו ער האט אים אריינגעגיבן אזוי פלוצים אין באבנס באבן אריין.. כאטש טאקע נישט מענטשליך און כנימוס בנ"א און מעגליך אפילו פּעפּעפערד מיט של"ש אינטערעסן, איז עס אבער א פרעצעדענטלאזע עקזעמפל פון א רבי וואס נעמט אן אויסגערעכנטן שריט ארויס געגן עקסטרימיזם, בפומבי. ווער איז מסכים מיט מיר?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 10:19 pm
דורך יואליש
ס'איז א פלא אז דער שקר אז מ' קען זיך לערנען א שפראך אין פיר וואכן ארט אים גארנישט. אל תונו איש את אחיו איז א boring לאו און האט נישט קיין עליטע השקפה צו זיך.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 11:51 pm
דורך אישתישבי
עס איז א חידוש זיין מחאה מטעם אחר, א טאג פריער האט ער געגעבן א שיעור אויף ענגליש אין פלעטבוש.

Re: ר' אברהם שארר - מחאה אויף רעקלאמע לערנען ענגליש

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 11:52 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
אישתישבי האט געשריבן:עס איז א חידוש זיין מחאה מטעם אחר, א טאג פריער האט ער געגעבן א שיעור אויף ענגליש אין פלעטבוש.
מן הסתם איז עס געווען חוץ לדרך הטבע

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אוגוסט 11, 2021 11:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
תוהו ובוהו האט געשריבן:שוין אבאוט טיים מ'זאל שאפן עפעס אן איש מכובד א רב, דיין, מיט אן אינטש שכל אין קאפ אין א אונס ערענסקייט און טובת הכלל אין הארץ, וואס זאל קאנטערן אזעלכע דרשות ברבים, זיך אויפשטעלן זאגן אז מ'איז נישט מסכים..

איך בין זיכער אז יששכר כ״ץ און זיינס גלייכן זענען כסדר מוחה אויף די שוידערליכע פירצות פון דעם סארט, חסידישע רבנים באקומען אטענשאן פון אנדערע סארט פירצות, יעדער טשעריפיקט זיך זיין חלק אין תורה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 8:04 am
דורך אישתישבי
דער וואס האט א אינטש שכל אין קאפ ווייסט בעסער ווי זיך אנצוהייבן מיט א פרא אדם ווי ר' אברהם שארר.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 10:12 am
דורך berlbalaguleh
ר' אברהם שארר איז שוין פון לאנג באוואסט אלס אן עקסטרעמיסט. אין פלעין אידיש... א משוגע'נער...!

איך וועלל קיינמאל נישט פארגעסן ווען ער האט פארשעמט ליפא שמעלצער בפני קהל ועדה ביי א חתונה וואו מ'האט איהם געבעטן צו זינגען. און דער צודרייטער בריאה איז ארויפגעלאפן אויפ'ן סטעידזש און איהם אראפגעיאגט...זאגנדיג נאך א פאר פון זיינע דברי בלע. און ליפא איז געווען א מעביר על מידותיו און ער האט איהם נישט געענטפערט קיין איין ווארט...!

איך בין נאר סתם נייגעריג אויב דער גרויסער קנאי האנדלט (שנארט געלט) מיט די אלע אקעגן וועלכע ער איז מוחה. למשל אויב ער איז מקפיד נישט צו נעמען קיין געלט פון איינער וואס האט א סמארטפאון און אנדערע טמא'נע כלים.

ווען וועלט וואט געווען וועלט וואלט מען אזא איינעם שוין לאנג פארטריבן פון די פאבליק ארענא...!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 10:36 am
דורך אישתישבי
זאגען משוגענער איז נישט קיין תירוץ. א משוגענער מעסט אויך זיינע גדרים וואס ער זאל זאגען און טוהן. ווען ער זאל וויסען אז זיין מחאה איז טאטאל שטותים ביי אונז וואלט ער עס נישט געזאגט, פראבלעם איז, אז אסאך האלטען אזוי, און ממילא איז ער גענוג משוגע עס צו זאגען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 10:40 am
דורך רביה''ק זי''ע
ווי האט נאר יענער געזאגט, יעדער מוסולמענער האט אין זיך א טעראריסט, יעדער חבד׳סקער האט אין זיך א משיחיסט, יעדער חרדי האט אין זיך אן עקסטרעמיסט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 4:09 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:זאגען משוגענער איז נישט קיין תירוץ. א משוגענער מעסט אויך זיינע גדרים וואס ער זאל זאגען און טוהן. ווען ער זאל וויסען אז זיין מחאה איז טאטאל שטותים ביי אונז וואלט ער עס נישט געזאגט, פראבלעם איז, אז אסאך האלטען אזוי, און ממילא איז ער גענוג משוגע עס צו זאגען.

אישתישבי: ס'הייסט אז ר'איז א משוגע'נער מיט אן אגענדא. ער איז אויסגערעכנט. לפענ"ד איז ער א משוגע'נער אין דעם פשוט'ן זין פון ווארט. ער האט נישט קיין כח המעצור. ער איז אימפולסיוו. ווייל סוכ"ס זיינע אויסברוכן ברענגען איהם נישט קיין כבוד. פארקערט. ביז ער האט מבייש געווען ליפא'ן ברבים האביך געהאלטן פון איהם. נאר אז ער איז א ביסל עקסטרעם. אבער גיין מבייש זיין א מענטש ברבים קען נאר א צודרייטער ווי ער...!

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 9:33 am
דורך תרמב
קאווע שטיבל האט אויפגעלעבט...... אישתשבי האט אנגעהויבן גיין צו ארגון שיעורי תורה.......