בלאט 1 פון 2

ר"י שטיינווארצעל, לשה"ר אקעי, פרי שבת איסור גמור

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 11:02 am
דורך אישתישבי
הקדמה

ר' יצחק שטיינווארצעל איז א טייערע איד א בעל מדות ומעשים טובים, נאר וואס דען? איך האב אביסל קריטיק אויף זיינע טייערע רייד וואס ער האט גערעדט לעצטע וואך, אין זיין דרשה זאגט ער אסאך שיינע זאכען, דברים טובים ומועילים וואס זענען שיין צו הערען, און אנדערע רבנים וואלטען זיך קיינמאל נישט געטרויט צו זאגען אזעלכע זאכען, איך וועל בעזר השם אנצייכענען צו אפאר אזעלכע פלעצער אויך. אבער למען האמת פיל איך א חובת השעה אז איך מוז ארויסברענגען דער טעות און זיינע ווערטער.

אירגון שיעורי תורה מאכט א קאמפיין נעקסטע וואך, ווער עס קען זאל צושטייער געבען, זיי טוהן א געוואלדיגע זאך, זיי לייגען אלע שיעורים ארויף אויף'ן געוועב, און זענען מזכה אסאך אידען צו הערען די דברי חיזוק וואס ווערען דארט גערעדט דורך רבנים פין אלע חוגים.

והיה זה שכרי, טאמער רבנים וועלען וויסען אז איש תשבי פין ק"ש וועט זיי אויספראקען אויף א שטות וואס זיי זאגען וועלען זיי טראכטען אביסל מער פאר זיי זאגען עפעס, נישט ארויסזאגען קיין נארישקייטען.

און יעצט צום ענין.

דער שיעור קען מען הערען דא פין אנהייב, שפעטער וועל איך פראבירן אנצייכענען דער גענויער מינוט און סעקונדע וואס ער זאגט פארשידענע ענינים.

ער הייבט אהן מיט א קרעכץ אז די אלע צרות וואס זענען געשעהן מוז זיין צוליב עפעס, ער קען נישט און וויל נישט זאגען פארוואס, אבער ער מוז, אבער עס קומט זיכער נישט צוליב לשון הרע, זיין טאטע האט געזאגט אז מען טוט מגזם זיין די עבירה פין לשון הרע, און ר' אלעזר'ל אושפוצינער האט אמאהל געזאגט אז "נאך א מזל עס איז דא לשון הרע אויף די וועלט ווען נישט וואלט יעדער געקענט טוהן וואס ער וויל און זיך מתלבש זיין באיצטלא דרבנן" בערך אזא לשון, ממילא קען נישט זיין אז די אלע צרות קומען צוליב לשון הרע. ער חזרט נאך אפאר מאל איבער אינמיטען שיעור דער פונקט, און ברענגט ארויס אז אוודאי איז לשון הרע יא הארב, ער זאגט נישט קיין דברים ברורים אין דער ענין. אבער א גענעראלע יסוד קען מען הערען פין אים אז לשון הרע איז בעיסיקלי א חלק פין לעבען וכו'.

יעצט איז דער שאלה, פין ווי קומט טאקע אזא זלזול אין א מציאות'דיגער לאו אין די תורה? בפרט ווען די חפץ חיים האט עס אזוי אויפגעפלאקערט? איז דא צוויי סיבות, דער עיקר סיבה איז ווייל דער חפץ חיים האט דא געמאכט א נייע שולחן ערוך, און געאסר'ט לפי דעתו פין גמרות און ראשונים, דער זאך איז נישט אדורך געטוהן געווארען פריער בכלל בכלל אויף אפילו א פראצענט פין דער פארנעם וואס דער חפץ חיים האט געטוהן, און דער חפץ חיים לפי דרכו איז א גרויסע מחמיר, ער מאכט באמת שווער דאס לעבען, מען קען זאגן מיט א פשטות אז לויט דער חפץ חיים'ס הגדרות און לשון הרע איז נישט מעגליך צו וויסען אויף א בעלעבאס צו מען זאל דארט ארבעטען, א ישיבה צו מען זאל דארט שיקען די קינדער, א כולל, א שידוך, א מענטש קען אריין פאלען און אנלעבען א לעבען פין פיין און ווייטאג דורך נישט רעדען לשון הרע לויט דער חפץ חיים. און קיינער וויל דאך נישט אויפציען קינדער אז זיי זאלען נישט קענען פונקציאנירען אין לעבען ווי א מענטש, ממילא מאכט פין דער לשון הרע א זאך, אז מען היט דאך מיט פרעמדע, אבער מיט א גאר גוטע חבר רעדט מען אלעס, קו"ח מיט שטוב מענטשען, אזוי איז געווארען דער סדר החיים.

איז מתוך חומרתו בא קולתו, ווייל דער חפץ חיים האט אזוי מחמיר געוועהן, ממילא איז מען אזוי מקיל.

דער צווייטער סיבה, איז ווייל אונזער קולטור איז געבעיסט אויף לשון הרע, און בעוה"ר נאך מער ווי גוים, אונז זענען אלע ביזי מיט יענעם, אזוי לעבען מיר, דאס איז חריידיזים, יענער מעג, מעג איך אויך, אדער איז יענער א רשע, ויש להאריך עוד, אבער דאס איז אונזער לעבען. טאמער מען זאל אויפהערען גענצליך רעדען לשון הרע, פארלירט חריידיזים איר פנים. און דאס איז דער יסוד פין דער ווארט פין ר"א אושפיצינער, און פארדעם זאגט ר"י שטיינווארצעל אז לשון הרע איז נישט דער פראבלעם.

מתוך דער גדלות פין חפץ חיים איז לכאורה כמעט נישטא קיין ספר וואס איז מברר זיינע חומרות, און שלאגט אפ זיינע חומרות, צו מאכען לשון הרע א מצוה וואס איז סאסטעיניבעל, עס וואלט געמעגט זיין אזאנס, ווייל זיין מהלך איז פשוט נישט פראקטיש, און מאכט אז עס ווערט ממש אחד בעיר שנים ממשפחה וואס זענען נזהר לויט דער חפץ חיים, און דער רעשט רעדט אלעס, און זענען בכלל נישט נזהר.

זאל דער ר"י שטיינווארצעל וויסען אז עס איז נישט קיין חכמה אוועקצומאכען לשון הרע, לשון הרע איז א גרויסע פראבלעם ביי אונז, און נישט נאר לשון הרע, נאר בכלל לעבען אין יענעמס טאפ איז א דבר הצריך תיקון גדול.

המשך יבוא

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 11:12 am
דורך אישתישבי
ווייטער אריין אין שיעור זאגט ער מוסר אויף דעם וואס אידישקייט איז געווארען א זאך וואס איז משועבד צו באקוועמליכקייט, מען דאווענט נאך דער זמן תפלה, און ר"א שך האט מקפיד געוועהן אויף דער זמן ק"ש פין מג"א, א אתרוג וואלט קיינער נישט גענומען וואס איז פסול לויט דער מג"א, און אתרוג איז קוים א דאורייתא דער ערשטער טאג. און מען זאגט דער רב ווען מען הייבט אהן איז נישט וויכטיג, דער עיקר מען זאל נישט ענדיגן שפעט. און אזעלכע דברי כבושין.

און דער שכרות פין אינגעלייט, מען שכורט פרייטאג צו נאכטס אין די באנגאלא קאלאניס, מען קומט אהיים צוויי אזייגער ביינאכט פארשטיינערט, איז עס א נארמאלע זאך?

דאס לאז איך פאר אייך צו אנאליזירען.

פרייטאג צו נאכטס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 11:28 am
דורך אישתישבי
שפעטער אריין דא הייבט ער אהן צו האקען אויף דער פרי דאווענען פרייטאג צו נאכטס, חסידישער אידען וואס דאווענען אייביג נאך די שקיעה היפוך דער פסק פין משנה ברורה, ווייל מען פארלאזט זיך אויף דער פסק פין קצות נתיבות חמדת שלמה וכו',

א. אבער פרייטאג צו נאכטס איז דא א פלג מנין, מנחה פאר די פלג און מעריב גלייך דערנאך, דאס איז א לכתחילה? מען איז פויל ווייל מען וויל נישט דאווענען שפעטער, און שו"ע שטייט א בדיעבד שבדיעבד, אמאהל האט מען נישט געקענט זיך צוזאמען קומען שפעט ווייל עס איז געוועהן טונקעל.

ב. א גאנצע וואך דאווענט ער שפעט ווייל ער פארלאזט זיך אויף ר"ת, דאווענט מען זיבען אזייגער, דער שקיעה איז 8:40 און ער קלויבט אויס פרייטאג צו נאכטס א אנדערע שיטה. אפילו אויב ווינטער רייכערט ער א ציגארעטעל נאך דער שקיעה, אבער זומער דאווענט ער פרי. ביסט צורודערט?

ג. סאטמערע רב האט אנגעזאגט זיין ווייב זאל נישט צינדען פאר די שקיעה, ווייל דער פלג המנחה איז אפאר מינוט פאר דער שקיעה, רעק"א פסקנט אז מען דארף אויסלעשען אויב מען צינד לעכט פאר די פלג. ער האט געזאגט היות די יראים האלט פיפצען מינוט פאר די שקיעה קען מען זיך פארלאזען אויף די יראים. ער זאגט דא נאך מעשה'ליך פין סאטמאר רב מיט רב הענקין און ווי מען האט אים אפגענארט, אדער יא אדער ניין.

ד. דא זאגט ער דער זאץ, וואס הייסט יעדער טוט עס, אז די גייסט מיט ר"ת לקולא האסטו נישט קיין רעכט צו דאווענען פרי, עס איז קלארע הלכות, אבער יעדער טוט וואס עס איז אים באקוועם, און פארדעם קומט נישט משיח.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 11:40 am
דורך אישתישבי
מיר איז א פלא אז א איד וואס איז א רב פין א בית המדרש זאל מאכען אזא טעות בדבר משנה, וואס טוט זיך דא? איך בין אים נישט חושד אז ער איז מסלף און פארדרייט דברים פשוטים במזיד.

עס איז קלאר אין הלכה, אז מען מעג דאווענען מנחה פאר די פלג, און מעריב נאך די פלג אפילו אויב מען דאווענט אגאנצע וואך שפעט, ר"ת גאונים וכו', נישט קיין חילוק. ער רעדט ממש דברים שלא כדת, און ווער עס וויל אים א טובה טוהן זאל אים רופען אין זאגען, ביסט א טועה בדבר משנה.

דער פלג המנחה איז שיטת ר' יהודה אין די גמרא, און די גמרא זאגט דעביד כמר עביד, מען קען טוהן ווי ר' יהודה, אזוי ווערט געפסקנט אין שולחן ערוך אויך. עס איז דא אין די ראשונים אז מען טאר נישט מאכען א תרתי דסתרי, וואס מיינט תרתי דסתרי? איז א מחלוקת, רוב ראשונים האלטען אז אין דער זעלבער טאג טאר מען נישט דאווענען מנחה נאך דער פלג, און מעריב פאר די פלג, און דער מרדכי (לפי זכרוני) האלט אז אפילו אין אנדערע טעג, ד.ה. זונטאג דאווענען מעריב פרי, און מאנטאג דאווענען מנחה שפעט איז נישט אויסגעהאלטען. און אפילו אויף דעם זאגט דער מג"א אז ערב שבת קען מען דאווענען פרי מעריב, אפילו אויב א גאנצע וואך דאווענט מען שפעט מנחה. דאס איז דער הלכה אין שולחן ערוך, ואין פוצה פה ומצפצף, קומט דא איינער און זאגט א דרשה און זאגט נאך פאלשע זאכען, ער זאגט אז מען טאר נישט דאווענען פרי שבת אויב מען דאווענט אגאנצע וואך שפעט. ואפילו לדעתו איז דא גענוג און נאך אידען וואס דאווענען מנחה אין מיטען טאג א גאנצע וואך וואס לדידהו מעגען זיי דאווענען מעריב פרי שבת אפילו לויט די ראשונים וואס האלטען אז עס הייסט יא א תרתי דסתרי, אבער רבש"ע, אזא עם הארצות אויסצופאקען ברבים? מרן דבשמיא, להיכן הגענו, צוליב זיין אגענדע פין "באקוועמליכקייט" וואס דאס איז אויך א זאך וואס טעון בירור פונקטלעך וואס דער פראבלעם איז צו טוהן עפעס וואס איז באקוועמער, גענוג און נאך זאכען קומען פאר באקוועמליכקייט, למשל ער קאנדישען, והמשלים לא יוכלו, אבער פארדעם צו פאקען עם הארצות ברבים?

לבי מאוד דוי עלי, דער חילול התורה וואס איז דא געוועהן. טאמער האט ער א אינטש יראת שמים און צוויי אינטשעס ענווה, זאל ער ארויסגעבען א התנצלות אז טעות לעולם חוזר, און די וואס דאווענען דער פלג מנינים זענען הונדרעט פראצענט אויסגעהאלטען.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 11:56 am
דורך אישתישבי
און ער מאכט א גראבע גרייז בנוגע דער זמן פין פלג המנחה, זיין איבערחזרן אסאך מאל אז דער פלג המנחה איז דריי מינוט פאר די שקיעה, איז אמת אויף א חשבון ווען דער טאג איז פין זעקס ביז זעקס, אהן דעם ווענד זיך עס אין שעות זמניות, לעצטע וואך אין קאנטרי איז דער פלג געוועהן בערך 7:40, בנוסף צו דעם איז דא דער שיטה אז דער פלג רעכענט מען פין דער נץ ביז שקיעה, און דעמאלטס איז עס פיל פריער, עס האט גארנישט מיט ר"ת, אפילו לויט דער ר"ת קען מען רעכענען דער פלג לויט דער נץ שקיעה נישט לויט עלות צאת, אזוי האלטען דער גר"א און דער בעל התניא, והדברים ידועים.

עס איז נישטא קיין קלארע פסק בנוגע וויאזוי צו רעכענען דער פלג, דער משנה ברורה איז זיך סותר, אין הלכות שבת פסק'נט ער ווי דער מג"א און הלכות חנוכה פסק'נט ער ווי דער גר"א.


ממילא דאס וואס ר' שטיינווארצעל זאגט, אז דער וואס האלט ר"ת טאר נישט דאווענען אין א פלג מנין, איז סתם שטותים והבלים, אויסגעזויגן פין פינגער.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 11:57 am
דורך תרמב
די געדאנק פון נעמען א זאך און מאכן א גאנצע בארג דערפון אזויווי די חפץ חיים האט געטון מיט לשון הרע, האט סאטמארע רבי געטון מיט די שלש שבועות אין די ויואל משה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 12:01 pm
דורך אישתישבי
זיין טאטע וואלט אים געגעבען א שטויס ארויס פונ'ם פענסטער פאר רעדן אזעלכע שטותים.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 12:03 pm
דורך אישתישבי
תרמב האט געשריבן:די געדאנק פון נעמען א זאך און מאכן א גאנצע בארג דערפון אזויווי די חפץ חיים האט געטון מיט לשון הרע, האט סאטמארע רבי געטון מיט די שלש שבועות אין די ויואל משה.


אינטרעסאנטע צוגלייך.

הגם לשון הרע איז זיכער מער אמת ביסודו ווי די שלש שבועות וואס איז נאר אגדתא.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 1:23 pm
דורך מצפצף
אישתישבי האט געשריבן:און ער מאכט א גראבע גרייז בנוגע דער זמן פין פלג המנחה, זיין איבערחזרן אסאך מאל אז דער פלג המנחה איז דריי מינוט פאר די שקיעה, איז אמת אויף א חשבון ווען דער טאג איז פין זעקס ביז זעקס, אהן דעם ווענד זיך עס אין שעות זמניות, לעצטע וואך אין קאנטרי איז דער פלג געוועהן בערך 7:40, בנוסף צו דעם איז דא דער שיטה אז דער פלג רעכענט מען פין דער נץ ביז שקיעה, און דעמאלטס איז עס פיל פריער, עס האט גארנישט מיט ר"ת, אפילו לויט דער ר"ת קען מען רעכענען דער פלג לויט דער נץ שקיעה נישט לויט עלות צאת, אזוי האלטען דער גר"א און דער בעל התניא, והדברים ידועים.

עס איז נישטא קיין קלארע פסק בנוגע וויאזוי צו רעכענען דער פלג, דער משנה ברורה איז זיך סותר, אין הלכות שבת פסק'נט ער ווי דער מג"א און הלכות חנוכה פסק'נט ער ווי דער גר"א.


ממילא דאס וואס ר' שטיינווארצעל זאגט, אז דער וואס האלט ר"ת טאר נישט דאווענען אין א פלג מנין, איז סתם שטותים והבלים, אויסגעזויגן פין פינגער.

די מנחת כהן ועוד האבן אזוי פארשטאנען לויטן ר"ת

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 1:24 pm
דורך פערינא
קאווע שטיבל איז א קרייז? ער גייט פוצה פה מצפצף זיין אויב א איד עפענט א פיסק קעגן אונזער מנהיגים?

זיי מסביר וואס די מיינסט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 1:48 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
אישתישבי האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:די געדאנק פון נעמען א זאך און מאכן א גאנצע בארג דערפון אזויווי די חפץ חיים האט געטון מיט לשון הרע, האט סאטמארע רבי געטון מיט די שלש שבועות אין די ויואל משה.


אינטרעסאנטע צוגלייך.

הגם לשון הרע איז זיכער מער אמת ביסודו ווי די שלש שבועות וואס איז נאר אגדתא.


פארוואס איז לשה"ר וויניגער אגדתא?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 1:49 pm
דורך אישתישבי
מצפצף האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:און ער מאכט א גראבע גרייז בנוגע דער זמן פין פלג המנחה, זיין איבערחזרן אסאך מאל אז דער פלג המנחה איז דריי מינוט פאר די שקיעה, איז אמת אויף א חשבון ווען דער טאג איז פין זעקס ביז זעקס, אהן דעם ווענד זיך עס אין שעות זמניות, לעצטע וואך אין קאנטרי איז דער פלג געוועהן בערך 7:40, בנוסף צו דעם איז דא דער שיטה אז דער פלג רעכענט מען פין דער נץ ביז שקיעה, און דעמאלטס איז עס פיל פריער, עס האט גארנישט מיט ר"ת, אפילו לויט דער ר"ת קען מען רעכענען דער פלג לויט דער נץ שקיעה נישט לויט עלות צאת, אזוי האלטען דער גר"א און דער בעל התניא, והדברים ידועים.

עס איז נישטא קיין קלארע פסק בנוגע וויאזוי צו רעכענען דער פלג, דער משנה ברורה איז זיך סותר, אין הלכות שבת פסק'נט ער ווי דער מג"א און הלכות חנוכה פסק'נט ער ווי דער גר"א.


ממילא דאס וואס ר' שטיינווארצעל זאגט, אז דער וואס האלט ר"ת טאר נישט דאווענען אין א פלג מנין, איז סתם שטותים והבלים, אויסגעזויגן פין פינגער.

די מנחת כהן ועוד האבן אזוי פארשטאנען לויטן ר"ת


נישט וואס איך ווייס.

קוק נאך דער ערשטער תוספות אין ש"ס, דער רבינו תם איז נישט קיין סתירה מיט ר' יהודה.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 1:54 pm
דורך רביה''ק זי''ע
א. סוף זמן קריאת שמע היינטיגע צייטן איז נישט קיין דאורייתא ווייל די בני מלכים היינטיגע צייטן שטייען אויף אינעם טאג אריין, סוף זמן תפילה איז אנגעוואנדן אין סוף זמן קריאת שמע, אז ס׳נישט דא קיין סו״ז קריאת שמע איז נישט דא קיין סו״ז תפילה.

ב. זמן מעריב איז פון די צייט וואס מענטשן עסן נאכטמאל ווי ס׳שטייט מפורש אינעם ערשטן תוספות אין ש״ס.

ג. די פריעסטע צייט פאר ליכט צינדן ערב שבת קען נישט זיין שפעטער ווי די צייט וואס די זון שטייט ביי די שפיצן פון די ביימער ווי ס׳שטייט קלאר אין גמרא, אויב די פלג המנחה איז שפעטער ווי דיעס צייט מוז זיין אז מ׳מעג צינדן פאר׳ן פלג המנחה.

ד. די נארמאלע הלכות לשון הרע האט שוין דער רמב״ם צאמגענומען אין זיין ספר.

נאך זינלאזע קטרוגים אויף כלל ישראל וואס כ׳האב נישט אדרעסירט?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 2:17 pm
דורך יאסל ראקאווער
.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 2:17 pm
דורך יאסל ראקאווער
האלט א גאנצע דרשה אז לשון הרע איז גארנישט און נעמט זיך צוזאם גיסען פעך און שוועבל אויפן ציבור אז זיי רעדן לשון הרע אויף די רבי'ס. גג, על גג, על גג.

מ'דארף נישט זיין קיין גרויסע חכם צו פארשטיין די תועלת פון מבטל זיין די זמן תפילה אויף שבת. יעדער אינגערמאן ווייסט ווי וויכטיג ס'איז מסדר צו זיין די טאג אז מ'זאל ענדיגען די סעודה שפעט. ס'איז געזינט און די רבי ז"ל האט עס אזוי אויסגעשטעלט פאר די ברייטע ציבור. סתם געגאסן פעך און שוועבל.


איך דריי זיך ארום, שיכרות איז א individual פראבלעם. נישט קיין ציבורישע פראבלעם. און דרייען מיט די פינגער אז א קעמרא איז נישט קיין גוטע שפאלט אין טיר און אז די cleaning lady איז צו קליג (כאילו יוצא ונכנס זענען זיי נישט געניג קליג) און ממש שרייען פאר דעם זענען אונזער קינדער פארגרעבט און מיט א טמטום הלב, ער איז אויף א דרגא דארט. איך האף אז ער איז נישט תלוי די גרויסע אומגליקען דעריןַ

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 4:02 pm
דורך berlbalaguleh
אישתישבי: איך בין נישט אזא גאון צו וויסן פונקטליך א יעדן סעיף קטן אין הילכות לשה"ר. אבער לויט ווי איך ווייס שרייבט דער חפץ חיים אליין אז ס'זענען פארהאן אופנים וואו לשה"ר (געבן נעגאטיווע אינפארמאציע, אפילו אמת.) איז מותר. ספעציעל ביי שידוכים. אדער נישט אריינצופאללן אין ביזנעס מיט א שווינדלער...וכדו'...!

דער חפץ חיים האט נישט געמאכט קיין נייע הגדרות אדער מצוות. ער האט נאר מבאר געווען די הארבקייט פון עובר זיין אויף איסור לשה"ר. און אז די וועלט איז נישט נזהר אין דעם....!

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 5:25 pm
דורך ישעיה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סוף זמן תפילה איז אנגעוואנדן אין סוף זמן קריאת שמע, אז ס׳נישט דא קיין סו״ז קריאת שמע איז נישט דא קיין סו״ז תפילה.

דאס (אויך) איז בבדיחותא, ריכטיג?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 6:15 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ניין. אין די פוסקים שטייט אז די טעם פארוואס מ׳קען דאווענען ביז פיר שעה איז אז אויב איינער ליינט קריאת שמע די לעצטע מינוט זאל ער האבן נאך צייט צו ענדיגן דאווענען, ד.ה. אז סו״ז תפילה האט נישט דוקא מיט פיר שעה נאר ס׳איז א שעה נאך סו״ז קריאת שמע, און וויבאלד היינטיגע צייטן איז זמן קימה אגאנצן טאג איז סו״ז קריאת שמע אגאנצן טאג, און סו״ז תפילה איז ביי חצות היום ווייל דעמאלטס פאנגט זיך שוין אן זמן מנחה.

אז מ׳קען ליידער נישט לערנען מיינט מען אז די תורה איז א דשאוק רח״ל, ולא יהא תורה שלנו כשיחה בטלה שלכם ח״ו.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 7:02 pm
דורך יין שרף
אישתישבי האט געשריבן: זאגט דער מג"א אז ערב שבת קען מען דאווענען פרי מעריב, אפילו אויב א גאנצע וואך דאווענט מען שפעט מנחה. דאס איז דער הלכה אין שולחן ערוך, ואין פוצה פה ומצפצף

כמדומה די ביאור הלכה איז חולק אויף דעם (בשם המחנה חיים?)

Re: ר"י שטיינווארצעל, לשה"ר אקעי, פרי שבת איסור גמור

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 7:30 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ניין. אין די פוסקים שטייט אז די טעם פארוואס מ׳קען דאווענען ביז פיר שעה איז אז אויב איינער ליינט קריאת שמע די לעצטע מינוט זאל ער האבן נאך צייט צו ענדיגן דאווענען, ד.ה. אז סו״ז תפילה האט נישט דוקא מיט פיר שעה נאר ס׳איז א שעה נאך סו״ז קריאת שמע, און וויבאלד היינטיגע צייטן איז זמן קימה אגאנצן טאג איז סו״ז קריאת שמע אגאנצן טאג, און סו״ז תפילה איז ביי חצות היום ווייל דעמאלטס פאנגט זיך שוין אן זמן מנחה.

אז מ׳קען ליידער נישט לערנען מיינט מען אז די תורה איז א דשאוק רח״ל, ולא יהא תורה שלנו כשיחה בטלה שלכם ח״ו.
ס'קען זיין פשוט, ביי זמן קריאת שמע געבן חז"ל אן א טעם פארוואס עפעס ביז די דריטע שעה ווייל דאמאלטס זענען פארהאן א גרופע מענטשן וואס שטייען אויף אזוי שפעט. איז אויב אזוי, זיל בתר טעמא, און היינצוטאגס זענען פארהאן גאנצע גרופעס פון מענטשן נישט נאר איינצעלע וואס שטייען אויף אסאך שפעטער, ווי למשל כולל אינגעלייט, אדער חברה וואס ארבייטן ביינאכט, טראק דרייווערס, בדחנים, שפילערס אאו"ו

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 7:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאס זאג איך טאקע, נאכמער, דו כאפסט עס אן פון די פארקערטע זייט. אין די תורה שטייט אז די צייט צו ליינען קריאת שמע איז ווען מענטשן שטייען אויף, פיריעד, קיינער איז מחולק דערויף (אפשר די קראים לערנען אז ס׳גייט ארויף אויף יעדע מענטש עקסטער, ליין קרי״ש ווען דו שטייסט אויף). שפעטער איז געווארן א מחלוקת וועלכע מענטשן מ׳רעכנט, רבי אליעזר זאגט אז מ׳רעכנט נאר נארמאלע מענטשן (און נארמאלע מענטשן שטייען אויף פאר׳ן זון אויפגאנג), רבי יהושע קומט אויף מיט א חידוש אז ווילאנג ס׳נאך דא געציילטע פעפערס וואס שטייען אויף (בני מלכים) הייסט עס נאך זמן קימה (און ביי דריי שעה זענען זיי שוין אויך אויף). אין די לעצטע פופציג יאר זייט לעקטער איז געווארן אזוי פארשפרייט האט זיך די וועלט געטוישט, ס׳נישט דא קיין שום סיבה צו ווארפן די פסוק אין גארבידש דערוועגן, די הלכה בלייבט ווייטער אז זמן קריאת שמע איז ווילאנג ס׳נאך דא מענטשן וואס שטייען אויף. איך זאג נישט, הרב שטיינווארצל האט יעדע רעכט צו זיין א רעפארמער און פייפן אויף חז״ל, אבער ס׳מיינט נאכנישט אז ער מעג יעצט מקטרג זיין אויפ׳ן הייליגן באשעפער׳ס פאלק, איי ווי נעמט מען א בארדיטשובער רב מסדר צו זיין אזא איינעם.

זיין תורה׳לע פארוואס רבינו הקדוש האט אנגעזאגט די רעביצין נישט צו צינדן פאר׳׳ן אנגענומענעם זמן פון הדלקת נרות איז קעגן די מציאות, פלג המנחה אין די ווינטער איז נאכ׳ן זמן הדלקת נרות, קוק אינעם לוח ערב שבת חנוכה וועסטו זעהן אז די פלג המנחה איז ביים שקיעה אדער א מינוט צוויי פריער.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 9:41 pm
דורך ישעיה
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ניין. אין די פוסקים שטייט אז די טעם פארוואס מ׳קען דאווענען ביז פיר שעה איז אז אויב איינער ליינט קריאת שמע די לעצטע מינוט זאל ער האבן נאך צייט צו ענדיגן דאווענען

להד"מ

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 12, 2021 9:51 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און אויב איך וועל דיר ווייזן וואו ס׳שטייט גייסטו עפעס טוישן למעשה לכבוד דעם? אפשר אויפהערן מקטרג זיין אויף אידן וואס דאווענען נאך סו״ז תפילה? אויב יא איז דא וואס צו רעדן, אז נישט איז עס א הוצאת אנרגיה לבטלה.