בלאט 1 פון 1

בד"ה: הרה"צ יחיאל יצחק גליק מנהל התאחדות הרבנים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 8:13 am
דורך [NAMELESS]
מיט גרויס צער קומט די בשורה אז ס'איז די נאכט נפטר געווארן הרה"צ יחיאל יצחק גליק מנהל התאחדות הרבנים.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 8:50 am
דורך וויליאמסבורגער
ליידער נישט געזונט געוועהן די לעצטע יארן

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 10:49 am
דורך אישתישבי
מי יפרק הויות ומי יתרץ שברים,
מי יקח שוחד, ומי יעוור פקחים.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 11:13 am
דורך חד גדיא
וואס איז פשט פון אזא פשוט'ע "ע''ה"?

אגב, מענטשן האבן אייביג ליב געהאט חוזק צו מאכן פון ר' איצא, אבער אלס א מענטש צווישן מענטשן אין ער געווען א גאר פיינער און איידעלער איד, און האט ליידער גאר אסאך מיטגעמאכט.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 11:29 am
דורך לך לך
וויאזוי וועט קאנאדא זיך א עצה געבן ווייס איך נישט...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 11:36 am
דורך קאך_לעפל
נאנאש וויינט, אשוי קלאגט, ראצפערד קרעכצכט... ס'איז גרויסע צרות.
די גוטע נייעס איז אז הרה''צ רבי יעקב שמשון גאלד פון שיפּיטאָווקע זאל זיין געזונט און שטארק, נעמט איבער די לייצעס...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 11:43 am
דורך א חסיד פון ווילנא
חד גדיא האט געשריבן:וואס איז פשט פון אזא פשוט'ע "ע''ה"?

אגב, מענטשן האבן אייביג ליב געהאט חוזק צו מאכן פון ר' איצא, אבער אלס א מענטש צווישן מענטשן אין ער געווען א גאר פיינער און איידעלער איד, און האט ליידער גאר אסאך מיטגעמאכט.


מי ירפא לנו? זיי דארפן א גוטן דאקטאר

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 11:51 am
דורך יעקב מענטש
מיטגעמאכט צרות ומכאובים אלע יארן.

ער האט זיך קיינמאל נישט אהערגעשטעלט אלץ דער רשכבה"ג נאר אלץ מנהל פון התאחדות הרבנים, וואס ער איז ווארשיינליך דער לעטצער מנכ"ל וואס האט נאך געהאט אונטער זיך א התאחדות הרבנים כשנים קדמוניות, היינט איז נישט דא קיין רבנים קיין התאחדות, ס'איז איש כל הישר בעיניו יעשה, און ווי היסטאריע האט געוויזן קען אזא מצב נישט אנהאלטן פאר צו לאנג, אידישקייט האלט זיך נישט אן קיין מנהיגים.

Re: בד"ה: הרה"צ יחיאל יצחק גליק מנהל התאחדות הרבנים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 11:54 am
דורך דער גאלדענער אדלער
יעקב מענטש האט געשריבן:מיטגעמאכט צרות ומכאובים אלע יארן.

ער האט זיך קיינמאל נישט אהערגעשטעלט אלץ דער רשכבה"ג נאר אלץ מנהל פון התאחדות הרבנים, וואס ער איז ווארשיינליך דער לעטצער מנכ"ל וואס האט נאך געהאט אונטער זיך א התאחדות הרבנים כשנים קדמוניות, היינט איז נישט דא קיין רבנים קיין התאחדות, ס'איז איש כל הישר בעיניו יעשה, און ווי היסטאריע האט געוויזן קען אזא מצב נישט אנהאלטן פאר צו לאנג, אידישקייט האלט זיך נישט אן קיין מנהיגים.
אויב התאחדות פארטרעיט אידישקייט ביסטו גערעכט[emoji6]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 12:00 pm
דורך יעקב מענטש
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
יעקב מענטש האט געשריבן:מיטגעמאכט צרות ומכאובים אלע יארן.

ער האט זיך קיינמאל נישט אהערגעשטעלט אלץ דער רשכבה"ג נאר אלץ מנהל פון התאחדות הרבנים, וואס ער איז ווארשיינליך דער לעטצער מנכ"ל וואס האט נאך געהאט אונטער זיך א התאחדות הרבנים כשנים קדמוניות, היינט איז נישט דא קיין רבנים קיין התאחדות, ס'איז איש כל הישר בעיניו יעשה, און ווי היסטאריע האט געוויזן קען אזא מצב נישט אנהאלטן פאר צו לאנג, אידישקייט האלט זיך נישט אן קיין מנהיגים.
אויב התאחדות פארטרעיט אידישקייט ביסטו גערעכט[emoji6]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

וועל

צו איך גלייך די רבנים דארט צו נישט, צו איך האלט אז זענען קארופטירט אדער נישט איז נישט רעלעוואנט.

אויב ס'איז דא [געווען] א פארטרעטער פאר די קרייז אידן, איז עס נאר זיי.

אויב ווילסטו צולייגן יעדע רבנישע קעפערשאפט אויפן כדור הארץ קענסטו יעדן אפפרעגן, די מיינען נאר פאליטיק, און די מיינען נאר געלט וכו'.

ס'איז א ווייטאג, אבער די מציאות איז אז ס'איז דא זייער ווייניגע 'רעספעקטירטע' רבנישע פערזענליכקייטן וואס פיהרן כלל ישראל, און ס'איז בלי ספק א חורבן הדת.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 12:23 pm
דורך [NAMELESS]
יעקב מענטש האט געשריבן:מיטגעמאכט צרות ומכאובים אלע יארן.

ער האט זיך קיינמאל נישט אהערגעשטעלט אלץ דער רשכבה"ג נאר אלץ מנהל פון התאחדות הרבנים, וואס ער איז ווארשיינליך דער לעטצער מנכ"ל וואס האט נאך געהאט אונטער זיך א התאחדות הרבנים כשנים קדמוניות, היינט איז נישט דא קיין רבנים קיין התאחדות, ס'איז איש כל הישר בעיניו יעשה, און ווי היסטאריע האט געוויזן קען אזא מצב נישט אנהאלטן פאר צו לאנג, אידישקייט האלט זיך נישט אן קיין מנהיגים.

דווקא שטייט התאחדות לעצטנס א סך א סך בעסער. זינט זיי האבן אריינגעברענגט אינגע כוחות און א שיין ביסל נייע מו"צים, און די אלטע דרימלן שוין מער ווייניגער.

אדרבה, ווען האסטו דאס לעצטע מאל געהערט א סקאנדאל אויף התאחדות?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 12:35 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
יעקב מענטש האט געשריבן:וועל

צו איך גלייך די רבנים דארט צו נישט, צו איך האלט אז זענען קארופטירט אדער נישט איז נישט רעלעוואנט.

אויב ס'איז דא [געווען] א פארטרעטער פאר די קרייז אידן, איז עס נאר זיי.

אויב ווילסטו צולייגן יעדע רבנישע קעפערשאפט אויפן כדור הארץ קענסטו יעדן אפפרעגן, די מיינען נאר פאליטיק, און די מיינען נאר געלט וכו'.

ס'איז א ווייטאג, אבער די מציאות איז אז ס'איז דא זייער ווייניגע 'רעספעקטירטע' רבנישע פערזענליכקייטן וואס פיהרן כלל ישראל, און ס'איז בלי ספק א חורבן הדת.

די אינווידואלע רבנים זענען גוט.
ס'די ארגענעזאציע וואס האט אראפ געברענגט די כבוד און די ערענסקייט פון די רבנים. די ארגענעזאציע און פאר וועמענס אינטערעססע זיי מוזן דינען, איז וואס האט משפיל געווען די כבוד פון די אינדיווידואלע רבנים און אוועק גענומען דעם ציטרוי פונעם ציבור.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:17 pm
דורך שמעקעדיג
וואו איז בערל ווען מען דארף אים?

Re: בד"ה: הרה"צ יחיאל יצחק גליק מנהל התאחדות הרבנים

נשלח: פרייטאג אוגוסט 13, 2021 6:35 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שמעקעדיג האט געשריבן:וואו איז בערל ווען מען דארף אים?
און וואו איז @שמעקעדיג ווען מ'דארף אים???

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 2:29 am
דורך berlbalaguleh
אישתישבי האט געשריבן:מי יפרק הויות ומי יתרץ שברים,
מי יקח שוחד, ומי יעוור פקחים.

אישתישבי: דער זכות זאלל איהם אוודאי (נישט) ביישטיין אויף יענע וועלט. איך האב איהם שוין לאנג מוחל געווען...!

איין פראדזשעקט האט ער זיכער געטון לשם שמים אן קיין פניות (אויסער פון געלט). ארגאניזירן באסעס פאר מחאות אקעגן דעם טיפש (כלשון הרב ש.ב. מרגליות) ורשע עוכר ישראל בנימן נתן יהוא שר"י. (ס'איז שוין ב"ה דא א נייער סטאק פון שר"י'ס. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.)...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 1:06 pm
דורך לכבוד שבת קודש
הנני מוכן ומזומן צו ניצען די ערשטע מאל מיין שריפטשטעלער tools.

פליז רעב לש"ק, מ'שרייבט נישט אזוי אויף א נפטר און זיכער נישט ווען דיין ציל איז נאר צו ליפטערן שמוץ פון א שמיציאן מפורסם

חתם סופר

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 2:03 pm
דורך נהורא נפישא
.

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 2:26 pm
דורך קורקלענד
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:.

עס איז שוין הויך צייט צו וויסן אז נחום איז נישט קיין פארלעסליכע מענטש. איבער צו פרעגן ברבים אויף אזעלכע סענסיטיווע לשון הרע'ס איז אומ'יושר'דיג ַ

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 9:43 pm
דורך אישתישבי
שוין שוין, בארואיגט ענק, מען בארעדט אים שוין מיום הוסדה, גיי לייקען אפ אלעס? גיי גלייב אלעס?

וויאזוי האט יאיר ע"ה געזאגט? דער אמת איז געווענליך אויף איינער פין דער צוויי זייטן.

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 10:23 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:מי יפרק הויות ומי יתרץ שברים,
מי יקח שוחד, ומי יעוור פקחים.

אישתישבי: דער זכות זאלל איהם אוודאי (נישט) ביישטיין אויף יענע וועלט. איך האב איהם שוין לאנג מוחל געווען...!

איין פראדזשעקט האט ער זיכער געטון לשם שמים אן קיין פניות (אויסער פון געלט). ארגאניזירן באסעס פאר מחאות אקעגן דעם טיפש (כלשון הרב ש.ב. מרגליות) ורשע עוכר ישראל בנימן נתן יהוא שר"י. (ס'איז שוין ב"ה דא א נייער סטאק פון שר"י'ס. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.)...!

ערעב בערל, נאכן שרייבן אזויפיל בחיים חיותו פין ר איצא דער גליק, וואלט זיך געפאסט א לענגערע הערכה,

ערעב בערל, מיר קיקן שטארק ארויס דערויף,

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 10:27 pm
דורך berlbalaguleh
לך לך האט געשריבן:וויאזוי וועט קאנאדא זיך א עצה געבן ווייס איך נישט...

לך לך: און ארה"ב יא...?!

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 10:40 pm
דורך berlbalaguleh
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:מי יפרק הויות ומי יתרץ שברים,
מי יקח שוחד, ומי יעוור פקחים.

אישתישבי: דער זכות זאלל איהם אוודאי (נישט) ביישטיין אויף יענע וועלט. איך האב איהם שוין לאנג מוחל געווען...!

איין פראדזשעקט האט ער זיכער געטון לשם שמים אן קיין פניות (אויסער פון געלט). ארגאניזירן באסעס פאר מחאות אקעגן דעם טיפש (כלשון הרב ש.ב. מרגליות) ורשע עוכר ישראל בנימן נתן יהוא שר"י. (ס'איז שוין ב"ה דא א נייער סטאק פון שר"י'ס. ואי אפשר לפורטם כי רבים הם.)...!

ערעב בערל, נאכן שרייבן אזויפיל בחיים חיותו פין ר איצא דער גליק, וואלט זיך געפאסט א לענגערע הערכה,

ערעב בערל, מיר קיקן שטארק ארויס דערויף,

טשאדעלע באדעלע: ס'איז נישט שייך קיין ספעציעלע הערכה. איך האב איהם געקענט נאר פון די ..."ביזנעס וועלט"...! ווען כ'האב געדיעל'ט/געפיהרט א דין תורה (אייגנטליך 2) ביי התאחדות הרבנים. דער נפטר ע"ה האט אייביג גערעדט זייער שיין און מענטשליך. ער האט מיך אייביג. (דורך די מערערע מאל וואס איך בין ארויף צו דעם אפיס פון התאחדות.) שיין באגריסט און מכבד געווען מיט א קאווע. און אריינקוקן אין א ספר. ווילאנג איך האב געווארט אז די זאכן זאללן זיך מסדר זיין. נאר. דיבורים לחוד. ומעשים לחוד. איך וועלל דא נישט אריינגיין אין קיין פרטים. אבער ער (ר' איצא, ע"ה) איז אייביג געווען זייער איידל און דיפלאמאטיש...!

וואס דער שמיציאן הידוע האט געזאגט איז לא מעלה ולא מוריד. נאר ווען ער וועט פארמאכן די אויגן וועט מען נישט קענען זאגן שבחים אויף איהם...!

נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 11:22 pm
דורך קורקלענד
אישתישבי האט געשריבן:שוין שוין, בארואיגט ענק, מען בארעדט אים שוין מיום הוסדה, גיי לייקען אפ אלעס? גיי גלייב אלעס?

וויאזוי האט יאיר ע"ה געזאגט? דער אמת איז געווענליך אויף איינער פין דער צוויי זייטן.

קיינער לייקענט נישט אלעס. ס'איז דא א צייט ווען צו שרייבן לטוב און א צייט לגנאי. ווי אויך איז אמאל דא א צייט וואס מ'שרייבט נישט לגנאי. און אמאל ווערט מען פארכאפט אין אביסל נעגאטיוויטעט און מען פארגעסט אריינצונעמען די פולע בילד אין די חשבון. וואס יענער האט געשריבן איז ממש אזא מעשה ווי נישט ער נאר די ברידער, נישט איינס נאר צוויי, נישט געוואונען נאר פארלוירן. וד''ל.