בלאט 1 פון 1
אמעריקע מיט אראפגעלאזטע הויזן
נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 12:35 pm
דורך קאך_לעפל
קאבול אפגאניסטאן – ס'איז נישטא פארהאן גענוג ווערטער צו לויבן און דאנקן דעם אללא אכבאר, פאר די גרויסע גענאדע און פילע וואונדער וואס ער האט באוויזן פאר זיינע קינדער – די וואס זענען אנגעהאנגען און גלויבן אין אונזער שמייליגער נביא און וועג ווייזער, מוחמאַד בין אַבדאַלאַ בין אַבד על-מוטאַלעב.
נאך לאנגע און שווערע יארן, פון לעבן אונטער די ארויפגעצווינגענע און אומגעוואונטשענע אקופאציע פון די פארהאסטע מערב וועלט כופרים, האט אללא ענדליך אריינגעגעבן א גייסט פון ווילן, אין דעם מלך טיפוש ונורא אין וואשינגטאן - יאשע ביידען, אז ער זאל ענדליך באוויליגן ארויסציען זיינע פרייע כופרים פון אונזער הייליג לאנד. יארן לאנג האבן די פארדארבענע מערב כופרים, סיסטעמאטיש חרוב געמאכט דאס לאנד און אריינגעברענט א גייסט פון פריצות און אפיקורסות אין אונזער קינדערע. געבענטשט זאל זיין די נאמען אללא.
אנגעהויבן האט זיך עס, ווען אונזערע ברידער, און אונזער הייליגער מארטירער אסאמא לבית לאדין, האט אין א פראוו צו שיקן א מאכטפולע זענדונג פאר די כופרים וועלכע וואוינען אינעם ווייטן מערב, אריינגעשמעטערט צוויי פליגערס אין די צווילינג טורעמס געביידעס אין ניו יארק, און איין פליגער אינעעם פענטיגאן וועלכע דינט אלס דאס הויפטקוואטיר פון אלע אמעריקאנער מיליטערישע קרעפטן אין וואשינגטאן - א שריט וועלכער איז גאר ווארעם באגריסט געווארן דורך אלע וואס גלויבן אין אללא און אין זיין הייליגער נביא מוחמאַד. די אמעריקאנער כופרים האבן דאן געשטעלט פאר אונז אן אלטימאַטום אז מיר זאלן ארויסגעבן אונזער ברודער צו זיי אין די הענט, אבער מיר האבן דאס קאטעגאריש אפגעווארפן. מיר האבן זיך געהאלטן געטריי צו דאס וואס אונזער זיידע אברהם האט אונז געלערנט, אז מ'גיבט נישט ארויס קיין גאסט פאר קיין פרעמדער וואס זוכן בלויז זיין בייזן, אפגעזען פון די שווערע נאכפאלגן מיט וואס דאס איז פארבינדן.
אין רעזולטאט האבן די מערב כופרים אינוואדירט אונזער לאנד, און ברוטאליש אויסגע'הרג'עט טויזענטער פון אונזערע ברידער. זיי האבן אונז פארטריבן פון אונזער הייזער, און געמאכט זינדיגן אונזער טעכטער. דאס צארן פון אללא האט זיך געגאסן אויף אונזערע קעפ.
מיר האבן טאקע אריינגעגעבן פאר די פארהאסטע כופרים גוטע און געזונטע קלעפ. מיר האבן געשיקט אונזערע זון און טעכטער מיט ספעציעלע אויפרייס וועסטלעך, זיך אויפצורייסן על קדושת אללא, פאראורזאכנדיג שווערע פארלוסטן פאר די ארמייען פון די כופרים. אבער דאס איז פילייכט נישט גענוג געווען צו פארטרייבן די כופרים פון אונזער הייליג לאנד.
געלויבט איז די נאמען פון אללא און זיין נביא מוחמאַד, אז די ביטערע צייטן זענען היינט געקומען צו אן ענדע. א דאנק דעם טיפוש יאשע ביידן, ווערט פון היינט אנגעהויבן צוריק איינגעשטעלט שאַריאַ געזעץ אין לאנד, און מיר וועלן ווידעראמאל האבן די געלעגנהייט מחנך צו זיין אונזער קינדער על דרך אבותינו ורבותינו המסילה לנו מדור דור. אונזערע ווייבער און טעכטער וועלן זיך פון היינט ווייטער פירן בצניעות בקדושה והטהרה, אזוי ווי אונזערע הייליגע חכמים האבן אונז געלערנט. דער טיפוש ביידן מיט זיין זיין אידישער אויסערן מיניסטער אַנטאָני בלינקין – דער אייניקל פון דעם גרויסן אידישער באלשעוויק מאיר בלינקין, זענען געווען די גוטע שליחים פון אללא, צו באפרייען אונזער לאנד פון די פאראומווערדיגע כופרים.
זאל דער נאמען פון אללא זיין געבענטשט אויף שטענדיג פון היינט ביז אייביג...
דער קנעכט פון אללא:
קאמאנדיר היבעטאללה אקאהנדעזאדא.
קאמאנדיר פון די טאליבאן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 6:00 pm
דורך בן נון
@קאך לעפל שקויעך זייער א שיינע ארבעט איך האב שטארק הנאה געהאט צו ליינען
צום עצם פוינט וואלט איך צוגעלייקט א אינטערעסאנטע נקודה וואס איך האב געהערט פון מיינס א חבר א טשאפלין און די ארמיי א וואס האט געדינט און עיראק און אפגאן( די קורצע וועג פון זאגן אפגאניסאן)
אלעמאל ווען אמעריקע איז געגאנגען און קריג מיט א אנדערע לאנד מאז היתה אמעריקע לעם איז די רוקצוג( א ווארט וואס דארף צו מיינען א פארמאלע צריקקער אהיים) אלעמאל געווען זייער שלאבערריש און אומפראפעסניעל עס האט אייביג אויסגעקוקט ווי א כאפ לאפ און עס איז קיינמאל נישט די קיין פלאן וויאזוי ממלא צו זיין די חלל אמעריקע לאזט אייביג איבער א פאווער וועקיום
למשל ביי די 2 וועלט קריג האט אמעריקע געלאזט די קאמעניסטן בלייבן מיט האלב פון דייטשלאנד און אירע תוצאות שפירן זיך נאך מעגלך ביז היינט אזאך וואס אסאך עקספערטן האבן דעמאלס געשריגן אבער קיינער און די עליטע פון די פענטיגן האבן נישט געהערט
אזוי אויך ביימ קאריען קריג
ביים וואעטנאם קריג איז שוין אופגערעט
אזוי אויך ביימ עיראקן קריג
און יעצט דא ביי די אפגאן קריג ווי אונז האלטן אנמיטן מיטלעבן די זעלבע קאטעסטראפע אדער פאלעסי
עס איז בלויז צו שפעקעלירן וואס די סיבה פון די פאלעסי איז
נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 6:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
דאס איז שוין אן אלטע מסורה פון די בריטן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 8:42 pm
דורך חתן בחור
בן נון האט געשריבן:למשל ביי די 2 וועלט קריג האט אמעריקע געלאזט די קאמעניסטן בלייבן מיט האלב פון דייטשלאנד און אירע תוצאות שפירן זיך נאך מעגלך ביז היינט
אמעריקע האט נישט געהאט קיין צוויי ברירות. דייטשלאנד איז דעמאלטס געווארן צוטיילט אין פיר, א חלק פאר יעדן פון די אליאירטע כוחות. א פערטל פאר אמעריקע, פערטל פאר רוסלאנד, פערטל פאר ענגלאנד, און שפעטער א פערטל פאר פראנקרייך. די איינציגסטע חילוק איז אז די מערב לענדער האבן געארבייט צוזאמען און אפען געלאזט די גרענעצען, בשעת רוסלאנד האט געמאכט שבת פאר זיך און געבויעט א וואנט ארום מזרח דייטשלאנד.
נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 10:30 pm
דורך בן נון
די אלאירטע ארמיי זענען געווען אסאך שטרקער פון די רויטע ארמיי זיי וואלטן גקענט איבארנעמען מזרח אהן א שאס פשט מיטן גיין פאראויס די ראסן וואלטן זיך נישט קעגן גשטעלט לויט די היסטאריקער
נאכמער די רושעות און רציחות פון סטאלין האט שוין אמעריקע גוט געוויסט זיי האבן געוויסט אז ער איז די גרעסטע מערדער אויפן וועלט אבער זיי האבן זיך אפגעשטעלט אין בערלין סענטער ווארטן אז די רוסן זאלן אהנקומען
נשלח: זונטאג אוגוסט 15, 2021 10:51 pm
דורך berlbalaguleh
בן נון: די לאגיק אין אמעריקע איז געווען אז וויבאלד רוסלאנד האט שטארק געליטן ביי דעם קריג, דארף מען זיי עפעס געבן. אבער די בריטס, מיט ווינסטאן טשוירטשיל בראש האבן געשריגן צו אמעריקע. אז מ'קען נישט טראסטן פאניע גנב. און אמעריקע האט די כוחות זיי צו פינישן זאללן זיי עס טון. נאר סטאלין, ימ"ש איז שוין צו ווייט פארגאנגען. ווען אין יאר 1953 האט ער געמאכט א נייעם בלוט בילבול אויף די אידישע דאקטוירים. וועלנדיג אנרייצן די אלגעמיינע רוסישע באפעלקערונג צו פאגראמען אקעגן די אידן. און ווען די אידן וועללן שרייען פאר הילף צו די רעגירונג וועט ער זיי זאגן אז ס'שטייען גרייט א סאך טרעינס זיי צו פארשיקן צו בירא-בידזשאן. וואס איז דאמאלס נאך געווען א מדבר. אן הייזער וואו צו וואוינען און אן עסן. נאר דער אייבישטער האט געטון א נס און דער גרויסער רוצח איז געפגר'ט פאר ער האט געקענט אדרכפיהרן זיינע פינסטערע פלענער...!
דאס אלעס האט ניקיטא כרושטשעוו אויפגעדעקט אין יאר 1954. ער אליינס איז אויך נישט געווען אזא צאצקע. געווען א היבשער רוצח אין זיינע אייגענע רעכטן. אזוי ווי אלע באלשעוויקן...!
Re: אמעריקע מיט אראפגעלאזטע הויזן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 9:37 am
דורך טמיר
טראמפ איז שולדיג!
https://www.businessinsider.com/uk-defe ... sis-2021-8קאך לעפל מיט אראפגעצויגענע הויזן!
Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 10:23 am
דורך קורקלענד
עפעס איינער אין ענגלאנד וואס האט זייער ליעב מלחמות, וואס האט אייביג פיינט געהאט טראמפּ האט אליינס געזאגט אז טראמפּ איז שולדיג אין ביידן'ס מעשים. כאילו ביידן האט ממש נישט געהאט קיין ברירה.
איר קומט מיר ממש פאר ווי דער כיתה א' אינגעל וואס פארענטפערט זיך פארן מלמד אז ער האט געטון ווייל מושי האט איהם געהייסן.
נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 10:48 am
דורך קאך_לעפל
נישט בלויז פרעזידענט טראמפ איז שולדיג, אז טיפוש בייידן האלט אין איינמאכן אין די הויזן. נאר פרעזידענט גארפילד און פילמאר זענען פונקט אזוי שולדיג.
פארוואס דער לאנג-יאריגער מאנגאליאן טיפוש ביידן איז נאך אין ווייסן הויז, איז צום באוואונדערן.....
נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 12:39 am
דורך קאצקע ציקער
בן נון האט געשריבן:די אלאירטע ארמיי זענען געווען אסאך שטרקער פון די רויטע ארמיי זיי וואלטן גקענט איבארנעמען מזרח אהן א שאס פשט מיטן גיין פאראויס די ראסן וואלטן זיך נישט קעגן גשטעלט לויט די היסטאריקער
נאכמער די רושעות און רציחות פון סטאלין האט שוין אמעריקע גוט געוויסט זיי האבן געוויסט אז ער איז די גרעסטע מערדער אויפן וועלט אבער זיי האבן זיך אפגעשטעלט אין בערלין סענטער ווארטן אז די רוסן זאלן אהנקומען
זיי וואלטן נישט געקענט , רוסלאנד האט איינגענימען די שטחים פונקט ווי זיי רוסלאנד איז געווען זייער שטארק וואט אר יו טאלקינג אבאט
נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 12:41 am
דורך קאצקע ציקער
בן נון האט געשריבן:@קאך לעפל שקויעך זייער א שיינע ארבעט איך האב שטארק הנאה געהאט צו ליינען
צום עצם פוינט וואלט איך צוגעלייקט א אינטערעסאנטע נקודה וואס איך האב געהערט פון מיינס א חבר א טשאפלין און די ארמיי א וואס האט געדינט און עיראק און אפגאן( די קורצע וועג פון זאגן אפגאניסאן)
אלעמאל ווען אמעריקע איז געגאנגען און קריג מיט א אנדערע לאנד מאז היתה אמעריקע לעם איז די רוקצוג( א ווארט וואס דארף צו מיינען א פארמאלע צריקקער אהיים) אלעמאל געווען זייער שלאבערריש און אומפראפעסניעל עס האט אייביג אויסגעקוקט ווי א כאפ לאפ און עס איז קיינמאל נישט די קיין פלאן וויאזוי ממלא צו זיין די חלל אמעריקע לאזט אייביג איבער א פאווער וועקיום
למשל ביי די 2 וועלט קריג האט אמעריקע געלאזט די קאמעניסטן בלייבן מיט האלב פון דייטשלאנד און אירע תוצאות שפירן זיך נאך מעגלך ביז היינט אזאך וואס אסאך עקספערטן האבן דעמאלס געשריגן אבער קיינער און די עליטע פון די פענטיגן האבן נישט געהערט
אזוי אויך ביימ קאריען קריג
ביים וואעטנאם קריג איז שוין אופגערעט
אזוי אויך ביימ עיראקן קריג
און יעצט דא ביי די אפגאן קריג ווי אונז האלטן אנמיטן מיטלעבן די זעלבע קאטעסטראפע אדער פאלעסי
עס איז בלויז צו שפעקעלירן וואס די סיבה פון די פאלעסי איז
נישט ממש , ביי די יאפאנער קריג האבן זיי איבערגעלאזט א שיינע ארבעט
Re: אמעריקע מיט אראפגעלאזטע הויזן
נשלח: מאנטאג אוגוסט 23, 2021 2:11 am
דורך מיין אמת
קאך_לעפל האט געשריבן:קאבול אפגאניסטאן – ס'איז נישטא פארהאן גענוג ווערטער צו לויבן און דאנקן דעם אללא אכבאר, פאר די גרויסע גענאדע און פילע וואונדער וואס ער האט באוויזן פאר זיינע קינדער – די וואס זענען אנגעהאנגען און גלויבן אין אונזער שמייליגער נביא און וועג ווייזער, מוחמאַד בין אַבדאַלאַ בין אַבד על-מוטאַלעב.
נאך לאנגע און שווערע יארן, פון לעבן אונטער די ארויפגעצווינגענע און אומגעוואונטשענע אקופאציע פון די פארהאסטע מערב וועלט כופרים, האט אללא ענדליך אריינגעגעבן א גייסט פון ווילן, אין דעם מלך טיפוש ונורא אין וואשינגטאן - יאשע ביידען, אז ער זאל ענדליך באוויליגן ארויסציען זיינע פרייע כופרים פון אונזער הייליג לאנד. יארן לאנג האבן די פארדארבענע מערב כופרים, סיסטעמאטיש חרוב געמאכט דאס לאנד און אריינגעברענט א גייסט פון פריצות און אפיקורסות אין אונזער קינדערע. געבענטשט זאל זיין די נאמען אללא.
אנגעהויבן האט זיך עס, ווען אונזערע ברידער, און אונזער הייליגער מארטירער אסאמא לבית לאדין, האט אין א פראוו צו שיקן א מאכטפולע זענדונג פאר די כופרים וועלכע וואוינען אינעם ווייטן מערב, אריינגעשמעטערט צוויי פליגערס אין די צווילינג טורעמס געביידעס אין ניו יארק, און איין פליגער אינעעם פענטיגאן וועלכע דינט אלס דאס הויפטקוואטיר פון אלע אמעריקאנער מיליטערישע קרעפטן אין וואשינגטאן - א שריט וועלכער איז גאר ווארעם באגריסט געווארן דורך אלע וואס גלויבן אין אללא און אין זיין הייליגער נביא מוחמאַד. די אמעריקאנער כופרים האבן דאן געשטעלט פאר אונז אן אלטימאַטום אז מיר זאלן ארויסגעבן אונזער ברודער צו זיי אין די הענט, אבער מיר האבן דאס קאטעגאריש אפגעווארפן. מיר האבן זיך געהאלטן געטריי צו דאס וואס אונזער זיידע אברהם האט אונז געלערנט, אז מ'גיבט נישט ארויס קיין גאסט פאר קיין פרעמדער וואס זוכן בלויז זיין בייזן, אפגעזען פון די שווערע נאכפאלגן מיט וואס דאס איז פארבינדן.
אין רעזולטאט האבן די מערב כופרים אינוואדירט אונזער לאנד, און ברוטאליש אויסגע'הרג'עט טויזענטער פון אונזערע ברידער. זיי האבן אונז פארטריבן פון אונזער הייזער, און געמאכט זינדיגן אונזער טעכטער. דאס צארן פון אללא האט זיך געגאסן אויף אונזערע קעפ.
מיר האבן טאקע אריינגעגעבן פאר די פארהאסטע כופרים גוטע און געזונטע קלעפ. מיר האבן געשיקט אונזערע זון און טעכטער מיט ספעציעלע אויפרייס וועסטלעך, זיך אויפצורייסן על קדושת אללא, פאראורזאכנדיג שווערע פארלוסטן פאר די ארמייען פון די כופרים. אבער דאס איז פילייכט נישט גענוג געווען צו פארטרייבן די כופרים פון אונזער הייליג לאנד.
געלויבט איז די נאמען פון אללא און זיין נביא מוחמאַד, אז די ביטערע צייטן זענען היינט געקומען צו אן ענדע. א דאנק דעם טיפוש יאשע ביידן, ווערט פון היינט אנגעהויבן צוריק איינגעשטעלט שאַריאַ געזעץ אין לאנד, און מיר וועלן ווידעראמאל האבן די געלעגנהייט מחנך צו זיין אונזער קינדער על דרך אבותינו ורבותינו המסילה לנו מדור דור. אונזערע ווייבער און טעכטער וועלן זיך פון היינט ווייטער פירן בצניעות בקדושה והטהרה, אזוי ווי אונזערע הייליגע חכמים האבן אונז געלערנט. דער טיפוש ביידן מיט זיין זיין אידישער אויסערן מיניסטער אַנטאָני בלינקין – דער אייניקל פון דעם גרויסן אידישער באלשעוויק מאיר בלינקין, זענען געווען די גוטע שליחים פון אללא, צו באפרייען אונזער לאנד פון די פאראומווערדיגע כופרים.
זאל דער נאמען פון אללא זיין געבענטשט אויף שטענדיג פון היינט ביז אייביג...
דער קנעכט פון אללא:
קאמאנדיר היבעטאללה אקאהנדעזאדא.
קאמאנדיר פון די טאליבאן.
[emoji106][emoji106][emoji106]
Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
נשלח: זונטאג נאוועמבער 21, 2021 10:43 pm
דורך Hadasim
Joe Biden Is Running Out Of Gas
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 22, 2021 6:39 pm
דורך שמעקעדיג
He can refill
Although prices are very high
He can pay it with some stimulus money
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 25, 2021 12:39 am
דורך מיין אמת
קאך_לעפל האט געשריבן:געלויבט איז די נאמען פון אללא און זיין נביא מוחמאַד, אז די ביטערע צייטן זענען היינט געקומען צו אן ענדע. א דאנק דעם טיפוש יאשע ביידן, ווערט פון היינט אנגעהויבן צוריק איינגעשטעלט שאַריאַ געזעץ אין לאנד, און מיר וועלן ווידעראמאל האבן די געלעגנהייט מחנך צו זיין אונזער קינדער על דרך אבותינו ורבותינו המסילה לנו מדור דור. אונזערע ווייבער און טעכטער וועלן זיך פון היינט ווייטער פירן בצניעות בקדושה והטהרה, אזוי ווי אונזערע הייליגע חכמים האבן אונז געלערנט. דער טיפוש ביידן מיט זיין זיין אידישער אויסערן מיניסטער אַנטאָני בלינקין – דער אייניקל פון דעם גרויסן אידישער באלשעוויק מאיר בלינקין, זענען געווען די גוטע שליחים פון אללא, צו באפרייען אונזער לאנד פון די פאראומווערדיגע כופרים.
זאל דער נאמען פון אללא זיין געבענטשט אויף שטענדיג פון היינט ביז אייביג...
דער קנעכט פון אללא:
קאמאנדיר היבעטאללה אקאהנדעזאדא.
קאמאנדיר פון די טאליבאן.
וואלטן אונז צופיל אנדערש געפילט?