בלאט 1 פון 4

דראמאטישע 10 מינוט ווידיא וועגן רדיפות אויף ר' שאול'ס חסידים

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 11:32 am
דורך [NAMELESS]
ס'איז היינט ארויסגעקומען א דראמאטישע צעהן מינוט ווידיא וואס ווייזט די רדיפות וואס די חסידים פון גערער ראש ישיבה רבי שאול אלתר גייען דורך. זייער פראפעשאנעל געמאכט, און ס'איז כדי צו קוקן. ווער עס האט א לינק ווי מ'קען עס זעהן אנליין זאל ביטע מזכה זיין את הרבים.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 2:00 pm
דורך איש פשוט

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 2:20 pm
דורך טאמבל סאס
איך פארשטיי נישט די פוינט פון דעי ווידיאו? גורע רעדן דאך נישט קיין אידיש. די וואס רעדן אידיש טוען דאס שוין יארן לאנג פאר OTDs?!

Re: דראמאטישע 10 מינוט ווידיא וועגן רדיפות אויף ר' שאול'ס חס

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 2:22 pm
דורך [NAMELESS]
איש פשוט האט געשריבן:https://bshch.blogspot.com/2021/08/blog-post_6016.html
איינער קען עס ברענגען אויף דרייו/דראפשאכטל

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 2:25 pm
דורך יעקב מעקסוועל
זעט אויס עס איז געמאכט געווארן אין אמעריקע, אויך די פאר ווערטער ענגליש הערט זיך ווי פון אמעריקע.

זייער פיינפול. כאטש עס איז נישט קיין חידוש אז עס פאסירט דארט אזוי, צו פארשטיין די מחלוקת אין גור טראכט פון סאטמאר, און לייג צו די פאקט אז מען נעמט די רבי ערנסט...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 2:41 pm
דורך יאסל ראקאווער
למעשה איז גער אלץ געווען אין זייער חסידים'ס בעדרום. איינער וואס איז מסכים צו אונטערטעניגען זיך מיט זיינע קינדער'ס גאטשעס צו זיין רבי'ס אפעראט זאל זיך נישט אויס וויינען אז זיי פייניגן אים ווייל ער וויל זיין א צווייטנס חסיד. הייב דיך אויף און לאז איבער גער. רבי יעקב און רבי שאול. ווארף אוועק די יאך.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 5:21 pm
דורך חד גדיא
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:
איש פשוט האט געשריבן:https://bshch.blogspot.com/2021/08/blog-post_6016.html
איינער קען עס ברענגען אויף דרייו/דראפשאכטל

https://drive.google.com/file/d/1XT_syI ... rNZ9k/view

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 5:27 pm
דורך וואלווי
חתם סופר האט געשריבן:ס'איז היינט ארויסגעקומען א דראמאטישע צעהן מינוט ווידיא וואס ווייזט די רדיפות וואס די חסידים פון גערער ראש ישיבה רבי שאול אלתר גייען דורך. זייער פראפעשאנעל געמאכט, און ס'איז כדי צו קוקן. ווער עס האט א לינק ווי מ'קען עס זעהן אנליין זאל ביטע מזכה זיין את הרבים.

א שאד די צייט, ס'איז סתם א ווירטואלער פאשקעוויל. אין די גאנצע צען מינוט איז די סך הכל אפאר אנאנמיס געטוישטע וואוסעס דא און דארט. אדרבה, ווען מ'הייבט אן דע מין גארבידזש ווערט עס א פוינט אויף ארויף פאר די קעגנדיגע זייט.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 5:30 pm
דורך טאמבל סאס
מיין חבר'ס באבע :lol:

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 5:48 pm
דורך וואלווי
טאמבל סאס האט געשריבן:מיין חבר'ס באבע :lol:

ווען די חבר'ס באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן צו ר' שאול...

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 6:01 pm
דורך אישתישבי
יאסל ראקאווער האט געשריבן:למעשה איז גער אלץ געווען אין זייער חסידים'ס בעדרום. איינער וואס איז מסכים צו אונטערטעניגען זיך מיט זיינע קינדער'ס גאטשעס צו זיין רבי'ס אפעראט זאל זיך נישט אויס וויינען אז זיי פייניגן אים ווייל ער וויל זיין א צווייטנס חסיד. הייב דיך אויף און לאז איבער גער. רבי יעקב און רבי שאול. ווארף אוועק די יאך.

די מענטשן אין אפגאניסטאן זענען אויך אליין שולדיג, זיי ווילען נישט זיין אונטערטעניג צו די טאליבאנער, זאלען זיי נישט וויינען, נאר איבערלאזן וכו'.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 9:55 pm
דורך יאסל ראקאווער
שטעלט דיך פאר לב טהור האט א טיילונג און ס'קאכט זיך א קאשא ווייל יענקל'ס henchman דרייען א קאפ די חסידים פון שאול' (להבדיל) וואלסטו אויך פארשטאנען אז סאיז אזויווי די טאליבאנער, אדער וואלסט אים א זאג געטון גאפעל אפ פון דארט.

פארוואס ביסטו אין גער בכלל? אז די ביסט מסכים צו האבן א גערע מדריך וועמען די דארפסט לאזען וויסען אלע intimate details פון דיינע געשלעכטליכע באציאונגען און די נעמסט אן אלע זייער קריאזע געשעפטען, עס זייער שטרוי מיט ר' שאול און ר' יאנקעל.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 10:18 pm
דורך שושן פורים
יאסל ראקאווער האט געשריבן:שטעלט דיך פאר לב טהור האט א טיילונג און ס'קאכט זיך א קאשא ווייל יענקל'ס henchman דרייען א קאפ די חסידים פון שאול' (להבדיל) וואלסטו אויך פארשטאנען אז סאיז אזויווי די טאליבאנער, אדער וואלסט אים א זאג געטון גאפעל אפ פון דארט.

פארוואס ביסטו אין גער בכלל? אז די ביסט מסכים צו האבן א גערע מדריך וועמען די דארפסט לאזען וויסען אלע intimate details פון דיינע געשלעכטליכע באציאונגען און די נעמסט אן אלע זייער קריאזע געשעפטען, עס זייער שטרוי מיט ר' שאול און ר' יאנקעל.

ווי ווייט איך ווייס אינפארסירט נישט ר' שאול אין זיין קהילה די תקנות טו בעגין וויט. נישטא דארט קיין מדריכים און קאמענדאטן, ממילא איז ר' שאול'ס קהילה יא א שטיקל לעזונג פאר א גור'ע חסיד וואס וויל בלייבן מיט מענטשן זיינס גלייכן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 16, 2021 10:47 pm
דורך כוכב
יאסל ראקאווער האט געשריבן:למעשה איז גער אלץ געווען אין זייער חסידים'ס בעדרום. איינער וואס איז מסכים צו אונטערטעניגען זיך מיט זיינע קינדער'ס גאטשעס צו זיין רבי'ס אפעראט זאל זיך נישט אויס וויינען אז זיי פייניגן אים ווייל ער וויל זיין א צווייטנס חסיד. הייב דיך אויף און לאז איבער גער. רבי יעקב און רבי שאול. ווארף אוועק די יאך.

זאגן אז מ'קען אנטלויפן קומט מיט א ביטערע גלייכגילטיגקייט און פארלייקענונג אויף יענעמס פיין און ליידן און איז בערך ווי די וואס זאגן אז ער ווער עס וויל קען געבן א גוטע עדיוקעישאן פאר זיינע קינדער ווייל ער קען מופן צו טינעק ניו זשערסי.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 7:24 am
דורך [NAMELESS]
[justify]
וואלווי האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:מיין חבר'ס באבע :lol:

ווען די חבר'ס באבע וואלט געהאט רעדער וואלט זי געפארן צו ר' שאול...

:lol:

וועגן דעם חבר'ס באבע בין איך נישט זיכער... איך קען דיר נישט זאגן אויף זיכער אז די מעשה איז נישט אמת, אבער אויך נישט אז עס איז יא אמת.

אצינד אבער מיט אן ערנסטער בליק:

די גור'ע חסידים זענען געפערליכע באנדיטן און שרעקליכע פאראזיטן. איך קען פונדערנאנט עטליכע נאנטע משפחה וואס זענען גור'ע חסידים, אבער זיי פאררופן זיך אנוסים. דאס מיינט אז זינט עס האט זיך אנגעהויבן די מערכה מיט ר' שאול, האבן זיי אנגעהויבן ארויסטשעקן פון גור, און אנערקענען אין דעם טעות אין וועלכן זיי האבן געלעבט ביז אהער, אבער זיי האבן מורא אינגאנצן ארויסצוגיין, ווייל זיי ווילן נישט פארלירן דעם סאצעאלער שטאנד אין די געמיינדע. עס איז נישט קיין וויצן וואס עס קומט פאר, ביי יעדע חתונה ווערט געלייגט פרעשור אויף די מחותנים און חתן כלה אז מען טאר נישט לאדענען די משפחה אדער פריינט וואס געהערן צום צווייטן זייט, און אויב יא קאסט עס שווערע קאנסיקווענצן. די מגידי שיעור אין גור'ע ישיבה געבן גיפטיגע הדרכה פאר די בחורים וואס זייערע עלטערן ווילן זיך נישט מישן, אז זיי טארן נישט רעדן מיט זיי און זיי טארן נישט האבן קיין שייכות מיט זיי.

און דאס איז חוץ פון דעם פאקט, אז גור פירט אן מיט א ריזן אפעראציע פון טיילן אומלעגאלע פילן פאר די בחורים ובחורות, וועלכע נעמט זיי אוועק דעם אייגענעם דעת, און דערפאר פאלגן זיי די זינלאזע באפעלן וואס מען גיבט זיי. עס איז בכלל נישט קיין וויצן וואס עס קומט דארטן פאר. איך גלייב אז עס איז די גרעסטע קולט אין די אידישע היסטאריע. און דער סיבה צוליב וועלכן די וועלט איז נישט באוואוסטזיניג צו דעם, איז צוליב דעם וואס מען באשווערט די גור'ע שאף עס נישט צו דערציילן פאר קיינעם.

צוריק צום חבר'ס באבע...[/justify]

נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 7:41 am
דורך תפארת
מאך זיכער האט געשריבן:וועגן דעם חבר'ס באבע בין איך נישט זיכער... איך קען דיר נישט זאגן אויף זיכער אז די מעשה איז נישט אמת, אבער אויך נישט אז עס איז יא אמת.

אצינד אבער מיט אן ערנסטער בליק:

די גור'ע חסידים זענען געפערליכע באנדיטן און שרעקליכע פאראזיטן. איך קען פונדערנאנט עטליכע נאנטע משפחה וואס זענען גור'ע חסידים, אבער זיי פאררופן זיך אנוסים. דאס מיינט אז זינט עס האט זיך אנגעהויבן די מערכה מיט ר' שאול, האבן זיי אנגעהויבן ארויסטשעקן פון גור, און אנערקענען אין דעם טעות אין וועלכן זיי האבן געלעבט ביז אהער, אבער זיי האבן מורא אינגאנצן ארויסצוגיין, ווייל זיי ווילן נישט פארלירן דעם סאצעאלער שטאנד אין די געמיינדע. עס איז נישט קיין וויצן וואס עס קומט פאר, ביי יעדע חתונה ווערט געלייגט פרעשור אויף די מחותנים און חתן כלה אז מען טאר נישט לאדענען די משפחה אדער פריינט וואס געהערן צום צווייטן זייט, און אויב יא קאסט עס שווערע קאנסיקווענצן. די מגידי שיעור אין גור'ע ישיבה געבן גיפטיגע הדרכה פאר די בחורים וואס זייערע עלטערן ווילן זיך נישט מישן, אז זיי טארן נישט רעדן מיט זיי און זיי טארן נישט האבן קיין שייכות מיט זיי.

און דאס איז חוץ פון דעם פאקט, אז גור פירט אן מיט א ריזן אפעראציע פון טיילן אומלעגאלע פילן פאר די בחורים ובחורות, וועלכע נעמט זיי אוועק דעם אייגענעם דעת, און דערפאר פאלגן זיי די זינלאזע באפעלן וואס מען גיבט זיי. עס איז בכלל נישט קיין וויצן וואס עס קומט דארטן פאר. איך גלייב אז עס איז די גרעסטע קולט אין די אידישע היסטאריע. און דער סיבה צוליב וועלכן די וועלט איז נישט באוואוסטזיניג צו דעם, איז צוליב דעם וואס מען באשווערט די גור'ע שאף עס נישט צו דערציילן פאר קיינעם.

צוריק צום חבר'ס באבע...[/justify]

איך קען דיר נישט זאגן אויף זיכער אז וואס דו שרייבסט איז נישט אמת, אבער אויך נישט אז עס איז יא אמת...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 7:43 am
דורך ליב צו וויסן
יאסל ראקאווער האט געשריבן:למעשה איז גער אלץ געווען אין זייער חסידים'ס בעדרום. איינער וואס איז מסכים צו אונטערטעניגען זיך מיט זיינע קינדער'ס גאטשעס צו זיין רבי'ס אפעראט זאל זיך נישט אויס וויינען אז זיי פייניגן אים ווייל ער וויל זיין א צווייטנס חסיד. הייב דיך אויף און לאז איבער גער. רבי יעקב און רבי שאול. ווארף אוועק די יאך.

דאס איז דאך די גאנצע נקודה דא... מען פייניגט זיי פארן אוועקגיין..

נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 7:48 am
דורך הקטן
מאך זיכער האט געשריבן:און דאס איז חוץ פן דעם פאקט, אז גור פירט אן מיט א ריזן אפעראציע פון טיילן אומלעגאלע פילן פאר די בחורים ובחורות, וועלכע נעמט זיי אוועק דעם אייגענעם דעת, און דערפאר פאלגן זיי די זינלאזע באפעלן וואס מען גיבט זיי. עס איז בכלל נישט קיין וויצן וואס עס קומט דארטן פאר. איך גלייב אז עס איז די גרעסטע קולט אין די אידישע היסטאריע. און דער סיבה צוליב וועלכן די וועלט איז נישט באוואוסטזיניג צו דעם, איז צוליב דעם וואס מען באשווערט די גור'ע שאף עס נישט צו דערציילן פאר קיינעם.

דו ווייסט אפשר די נאמען פין די פילן וואס מען געט דארט כדי אוועק צי נענען די אייגענעם דעת? איז דאס אווער די קאנטער?

אפשר ביזסטו צי מיטש און דו מיינסט די SSRI פילן וואס מען געט להחליש כח התאוה, דאס נעמט דאך נישט אוועק דעם אייגענעם דעת (און מען געט דאס נישט פאר בחורות)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 11:12 am
דורך [NAMELESS]
הקטן האט געשריבן:

איך ווייס דאס פאר א פאקט, געהערט פון כלי ראשון. נישט קיין תאוה פילן, זיי האבן א גאנצע שטאב פון טעראפיסטן וואס פארשרייבן פילן פאר יונגלעך און מיידלעך צוגלייך.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 11:13 am
דורך [NAMELESS]
תפארת האט געשריבן:
איך קען דיר נישט זאגן אויף זיכער אז וואס דו שרייבסט איז נישט אמת, אבער אויך נישט אז עס איז יא אמת...

א גוטע וויץ, אבער איך האב נישט געשריבן סתם השערות, איך ווייס עס קלאר פון כלי ראשון ווי אויבנדערמאנט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 11:27 am
דורך הקטן
מאך זיכער האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:און דאס איז חוץ פן דעם פאקט, אז גור פירט אן מיט א ריזן אפעראציע פון טיילן אומלעגאלע פילן פאר די בחורים ובחורות, וועלכע נעמט זיי אוועק דעם אייגענעם דעת, און דערפאר פאלגן זיי די זינלאזע באפעלן וואס מען גיבט זיי. עס איז בכלל נישט קיין וויצן וואס עס קומט דארטן פאר. איך גלייב אז עס איז די גרעסטע קולט אין די אידישע היסטאריע. און דער סיבה צוליב וועלכן די וועלט איז נישט באוואוסטזיניג צו דעם, איז צוליב דעם וואס מען באשווערט די גור'ע שאף עס נישט צו דערציילן פאר קיינעם.

דו ווייסט אפשר די נאמען פין די פילן וואס מען געט דארט כדי אוועק צי נענען די אייגענעם דעת? איז דאס אווער די קאנטער?

אפשר ביזסטו צי מיטש און דו מיינסט די SSRI פילן וואס מען געט להחליש כח התאוה, דאס נעמט דאך נישט אוועק דעם אייגענעם דעת (און מען געט דאס נישט פאר בחורות)

איך ווייס דאס פאר א פאקט, געהערט פון כלי ראשון. נישט קיין תאוה פילן, זיי האבן א גאנצע שטאב פון טעראפיסטן וואס פארשרייבן פילן פאר יונגלעך און מיידלעך צוגלייך.

wow

זיי האבן א גאנצער שטאב פון פון טעראפיסטן וואס פארשרייבן פילן פאר יונגלעך און מיידלעך צוגלייך אלס כדי אוועק צינעמען די אייגענעם דעת (נאמען פין די דראגס???)
און כלי ראשון'ס זינגען דערוועגן און פארציילן דאס פאר ק"ש שרייבערס

דא גייט מען נאך זיצען און גרויסען
איך רעדט שוין נישט פין דעם וואס די "גאנצע שטאב פון טעראפיסטן" קענען אלע פארלירן זייער לייסענס...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 2:52 pm
דורך berlbalaguleh
הקטן: די דאזיגע מאדנע גערע אויפפיהרונג איז גארנישט אנדערש (כ'האב געליינט א רעפארט איבער דעם אין אן איזראעלי צייטונג/זשורנאל.) ווי די פיללן פאפעריי פון די פאררוקטע לב טהור קולט און הרב שלמה העלבראנס, תמ"ל...!

נשלח: דינסטאג אוגוסט 17, 2021 6:29 pm
דורך [NAMELESS]
הקטן האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:
הקטן האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:און דאס איז חוץ פן דעם פאקט, אז גור פירט אן מיט א ריזן אפעראציע פון טיילן אומלעגאלע פילן פאר די בחורים ובחורות, וועלכע נעמט זיי אוועק דעם אייגענעם דעת, און דערפאר פאלגן זיי די זינלאזע באפעלן וואס מען גיבט זיי. עס איז בכלל נישט קיין וויצן וואס עס קומט דארטן פאר. איך גלייב אז עס איז די גרעסטע קולט אין די אידישע היסטאריע. און דער סיבה צוליב וועלכן די וועלט איז נישט באוואוסטזיניג צו דעם, איז צוליב דעם וואס מען באשווערט די גור'ע שאף עס נישט צו דערציילן פאר קיינעם.

דו ווייסט אפשר די נאמען פין די פילן וואס מען געט דארט כדי אוועק צי נענען די אייגענעם דעת? איז דאס אווער די קאנטער?

אפשר ביזסטו צי מיטש און דו מיינסט די SSRI פילן וואס מען געט להחליש כח התאוה, דאס נעמט דאך נישט אוועק דעם אייגענעם דעת (און מען געט דאס נישט פאר בחורות)

איך ווייס דאס פאר א פאקט, געהערט פון כלי ראשון. נישט קיין תאוה פילן, זיי האבן א גאנצע שטאב פון טעראפיסטן וואס פארשרייבן פילן פאר יונגלעך און מיידלעך צוגלייך.

wow

זיי האבן א גאנצער שטאב פון פון טעראפיסטן וואס פארשרייבן פילן פאר יונגלעך און מיידלעך צוגלייך אלס כדי אוועק צינעמען די אייגענעם דעת (נאמען פין די דראגס???)
און כלי ראשון'ס זינגען דערוועגן און פארציילן דאס פאר ק"ש שרייבערס

דא גייט מען נאך זיצען און גרויסען
איך רעדט שוין נישט פין דעם וואס די "גאנצע שטאב פון טעראפיסטן" קענען אלע פארלירן זייער לייסענס...

איך פארשטיי דיין סקעפטיזם, אבער פרעג זיך אביסל נאך, עס איז בכלל נישט קיין באהאלטענע זאך וואס נאר איך ווייס. עס איז א צייכן פון שמאלקעפיגקייט אויב רייסט מען אראפ בעפארן מאכן דאס מינדעסטע ריסיורטש. און אגב, איין טעראפיסט וואס האט געארבעט פאר גור מיט זייערע פּילן, איז אויסגעשטאנען ווילדע סקאנדאלן צוליב דעם, אויב וועל איך טרעפן דעם תחקיר וועל איך עס ארויפלייגן דא.