בלאט 1 פון 1

צוקונפט פון התאחדות הרבנים פארוויקעלט אין אומזיכערקייט

נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 4:58 pm
דורך [NAMELESS]
א פרישע בריוו איז ארויסגעקומען פון גאלאנטער רב ווען די צוקונפט פון התאחדות הרבנים, ווי ער איז מוחה אויף דעם וואס מ'האט אויפגענומען ר' ליפא קליין אלס מנהל אין התאחדות הרבנים, נאכדעם וואס ר' יחיאל יצחק גליק ז''ל איז נפטר געווארן.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:02 pm
דורך [NAMELESS]
ר' ליפא קליין
(אויף די קאווער פון לבלר)

נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:06 pm
דורך קאך_לעפל
לעבן זאל די רעוואלוציע...
מיר זענען בלויז באזארגט וועגן קאנאדא, א דאנק הרה''צ רבי ליפא קליין זאל זיין געזונט און פריש, וועט די איינפלוס פון די סאכדעס אין קנאדא פארמינערט ווערן חלילה? ס'וועט זיין ווייניגער וואו אין ניו יארק?

Re: צוקונפט פון התאחדות הרבנים פארוויקעלט אין מחלוקה

נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:25 pm
דורך טמיר
קאך_לעפל האט געשריבן:לעבן זאל די רעוואלוציע...
מיר זענען בלויז באזארגט וועגן קאנאדא, א דאנק הרה''צ רבי ליפא קליין זאל זיין געזונט און פריש, וועט די איינפלוס פון די סאכדעס אין קנאדא פארמינערט ווערן חלילה? ס'וועט זיין ווייניגער וואו אין ניו יארק?

וואס עפעס ניו יארק? ארה"ב באשטייט פון 50 שטאטן. נישט אזוי?
די שאלה איז איבער פארטא ריקא

נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:32 pm
דורך Nanach
גראדע קען איך אביסל ליפא קליין, אויב מען גייט זיך אויפהערן שלאגן מיט אים פון אינעווייניג, האלט איך אז ער קען מאכן התאחדות פאר א שטארקע זאך

נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:34 pm
דורך קאך_לעפל
שטערקער ווי ס'איז שוין?
אוי מיין גאטש.....

נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 5:37 pm
דורך [NAMELESS]
ווער קען אריינקומען מיט א באריכט פין דעם קליין, מה טיבו? אין פארוואס איז דער גלאנטער נישט צופרידן פין אים,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 6:04 pm
דורך וויליאמסבורגער
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווער קען אריינקומען מיט א באריכט פין דעם קליין, מה טיבו? אין פארוואס איז דער גלאנטער נישט צופרידן פין אים,

גאלאנטער איז צושלאגן מיט ר' הילל וו''ב וועגן אסאך זאכן אריינגערעכענט קאממאן קאר. קליין ארבעט פאר ר' הילל וו''ב

נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 6:18 pm
דורך [NAMELESS]
וויליאמסבורגער האט געשריבן:
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:ווער קען אריינקומען מיט א באריכט פין דעם קליין, מה טיבו? אין פארוואס איז דער גלאנטער נישט צופרידן פין אים,

גאלאנטער איז צושלאגן מיט ר' הילל וו''ב וועגן אסאך זאכן אריינגערעכענט קאממאן קאר. קליין ארבעט פאר ר' הילל וו''ב

דער בריוו איז נישט אדרעסירט צי ר הילל נאר צי ר מענדל זילבער אין ר משולם פאלעטשעק, האבן זיי געשטעלט דעם קליין? זענען זיי אויף ר היללס זייט?

מפלעגט זאגן אז ר בערל כץ פלעגט אייביג זיין דער מפשר ביי די קאנפליקטן אין התאחדות, זינט ער איז נישט דא מיט אינז, האבן זיך די קאנפליקטן פארברייטערט,

נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 7:16 pm
דורך איך אויך
ישתקע הדבר. סאכדעם איז שוין יארן לאנג (בעצם אייביג געווען) א סעד דשאוק מיט שמאלע ביזנעס אינטערסן. די קופה של שרצים וקאראפשן שטינקט ביז פארטא ריקא. ווער פונקטליך דארף זיי?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 8:35 pm
דורך תרמב
ס’איז אינטערסאנט ווייל דער גאלאנטע רב האט זיך שוין אפגעזאגט א שטיק צייט צוריק פון די וועד הכשרות פון התאחדות, וואס דאס איז היינט די עיקר חלק פון התאחדות, זעהט אויס ער וויל עס צוריק.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 10:19 pm
דורך הקטן
תרמב האט געשריבן:ס’איז אינטערסאנט ווייל דער גאלאנטע רב האט זיך שוין אפגעזאגט א שטיק צייט צוריק פון די וועד הכשרות פון התאחדות, וואס דאס איז היינט די עיקר חלק פון התאחדות, זעהט אויס ער וויל עס צוריק.
פארוואס האט ער אפגעזאגט?
ווער האט אויפגענימען דעם ליפא ביי די לויה, איז דאס געווען ר' הילל ?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 11:00 pm
דורך berlbalaguleh
טמיר האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:לעבן זאל די רעוואלוציע...
מיר זענען בלויז באזארגט וועגן קאנאדא, א דאנק הרה''צ רבי ליפא קליין זאל זיין געזונט און פריש, וועט די איינפלוס פון די סאכדעס אין קנאדא פארמינערט ווערן חלילה? ס'וועט זיין ווייניגער וואו אין ניו יארק?

וואס עפעס ניו יארק? ארה"ב באשטייט פון 50 שטאטן. נישט אזוי?
די שאלה איז איבער פארטא ריקא

טמיר: מ'דארף צו לייגן נאך א שורה..."והגלילות"...!

נשלח: מיטוואך אוגוסט 18, 2021 11:17 pm
דורך צפור בודד
קען עמעצער ארויפלייגן די שטאטוטן צו וואס ער באציט זיך?

עס איז צו מערקן זיין נוסח ביים אנהייב אז די מטרה פון דער התאחדות איז געווען "לעמוד על משמרת דת תורתינו הק' ולגדור פרצות בכרם בית ישראל". כלומר פון דעי וואן איז עס געוען אן ארגאניזאציע צו קעמפן ווי איידער אויפצוטון. אנצופילן וואו זיי געפינען לעכער ווי איידער איינצופלאנצן און בויען. ואידך זיל גמור.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 2:07 am
דורך שמעקעדיג
דער בריוו איז דאך "לא ניתן לפרסם", טא וויאזוי געפינט עס זיך דא בערים ובחוצות?

Re: צוקונפט פון התאחדות הרבנים פארוויקעלט אין אומזיכערקייט

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 2:30 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שמעקעדיג האט געשריבן:דער בריוו איז דאך "לא ניתן לפרסם", טא וויאזוי געפינט עס זיך דא בערים ובחוצות?
מן הסתם האט מען עס באהאלטן אינווענדיג אינעם אייער טראק[emoji6]

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 11:41 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
געפעלט מיר ווי טייל שפעקולירן איבער א סוקסעפילן התאחדות בעת אנדערע רייסן גאר אראפ דעם ארגעניזאציע וואס האט שוין יארן נישט מוציא געווען קיין כח און קיין פועל....

אן ארגעניזאציע אן קיינע פאטענציאל אדער מאכט, נישטא אויף וואס צו דעבאטירן לדעתי...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:30 am
דורך תרמב
התאחדות האט אונטער זיך פארשידענע פונקציעס א חלק איז איינגעשלאפן און א חלק איז שטארקער געווארן, די חלק המחאות וכדומה גייט שוין נישט אהן געהעריג, סאיז דא א פאר אידן וואס דרייען זיך ארום מיט די לעדערהעד און ווען זיי דערשמעקן א פירצה געבן זיי ארויס מטעם התאחדות הרבנים, און נאכדעם איז א די חלק פון דין תורות און גיטין וואס גייט אן געהעריג, און נאכדעם איז דא די וועד הכשרות וואס דאס האט זיך זייער שטארק ארויפגעארבעט די לעצטע פאר יאר, די הכשר האט א גוטע נאמען היינטיגע צייטן און ס’ווערט געפירט זייער מסודרדיג, במילא ווען מ’רעדט פון התאחדות איז די שאלה פון וועלכע התאחדות מ’רעדט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 9:30 am
דורך פאלאצ'ינטא
נו תכלית ער נעמט איבער און ווערט מנהל אבער ווער נעמט איבער די רשעות און בלעקמעיל דעפארטמנעט?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 11:20 am
דורך berlbalaguleh
און נעמען שוחד פון איין צד. כדי איהם צו מאכן גערעכט...!

נאר דאס איז דאך אין זייער ד.נ. עי. נישט געזארגט דער נייער מנהל, אזוי ווי די 2 פריער'דיגע וועט זיך גאנץ שנעלל אריינשלייפן אין די ביזנעס...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 1:49 pm
דורך מפיל קינד
תרמב האט געשריבן:ס’איז אינטערסאנט ווייל דער גאלאנטע רב האט זיך שוין אפגעזאגט א שטיק צייט צוריק פון די וועד הכשרות פון התאחדות, וואס דאס איז היינט די עיקר חלק פון התאחדות, זעהט אויס ער וויל עס צוריק.

ס'איז מסתמא הא בהא תליא, אז קליין האט גענומען א שטארקע ראלע אין די כשרות.

א צייט צוריק האט בנימין אריה גליק זיך אויך אפגעזאגט פון די כשרות אפטיילונג, כ'מיין אז צוליב קליין. בנימין אריה איז געווען די גרעסטע אין כשרות, און יעצט ארבעט ער פאר OU.