בלאט 1 פון 3
ארויסגערינען ווידיא ווי משגיח פראסקעט אהן א בחור
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 10:32 pm
דורך [NAMELESS]
ס'איז ארויסגערינען א ווידיא פון א משגיח אין א ישיבה וואס דערלאנגט א פראסק פאר א בחור, און נאכדעם איז ער נישט צופרידן פון די איין פראסק, נאר דערלאנגט אים נאך איין, און כאפט זיין היט און שליידערט עס אוועק מיט גרויס רציחה.
צום סוף זעהט מען ווי דער משגיח שרייט אויפ'ן בחור אז ער זאל זאפארט אויפהייבן זיין היט!!
ס'כאפט א פחד וויפיל פון אזעלעכע אינצידענטען געשעהען אין די ישיבות ווי אונז שיקן אונזערע קינדער אבער ווערט קיינמאל נישט אפגעכאפט און אפילו ס'ווערט אפגעכאפט לויפט שנעל די הנהלה און מעקט עס אויס פאר איינער זאל עס זעהן.
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 11:38 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
לינק?
Re: ארויסגערינען ווידיא ווי משגיח פראסקעט אהן א בחור
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 19, 2021 11:54 pm
דורך טמיר
איך וואונדער מיך וויפיל בלוט דער בחור האט געצאפט פון דעם משגיח בעפאר. Just asking
Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk
Re: ארויסגערינען ווידיא ווי משגיח פראסקעט אהן א בחור
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:07 am
דורך תוהו ובוהו
חתם סופר האט געשריבן:ס'איז ארויסגערינען א ווידיא פון א משגיח אין א ישיבה וואס דערלאנגט א פראסק פאר א בחור, און נאכדעם איז ער נישט צופרידן פון די איין פראסק, נאר דערלאנגט אים נאך איין,
נעע, שוואכע מאסעס..
נישט מיט אזאנע פעטש האט מיין מלמד געסטראשעט
Re: ארויסגערינען ווידיא ווי משגיח פראסקעט אהן א בחור
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:09 am
דורך תוהו ובוהו
טמיר האט געשריבן:איך וואונדער מיך וויפיל בלוט דער בחור האט געצאפט פון דעם משגיח בעפאר. Just asking
קיין שום תירוץ.
קענסט דיך נישט איינהאלטן זיי נישט אין די ליין
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:16 am
דורך רביה''ק זי''ע
אמאל איז אבער גוט אז מ׳לערנט זיך אויס אינגערהייט נישט צו דערגיין מענטשן די יארן, נאכדערצו א מענטש וואס איז אין א העכערע פאזיציע פון דיר, ווען מ׳ווערט עלטער און מ׳גייט ארויס אין די עכטע וועלט קען אמאל זיין צו שפעט זיך עס אויסצולערנען.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 1:00 am
דורך אלע צוזאמען
תוהו ובוהו האט געשריבן:חתם סופר האט געשריבן:ס'איז ארויסגערינען א ווידיא פון א משגיח אין א ישיבה וואס דערלאנגט א פראסק פאר א בחור, און נאכדעם איז ער נישט צופרידן פון די איין פראסק, נאר דערלאנגט אים נאך איין,
נעע, שוואכע מאסעס..
נישט מיט אזאנע פעטש האט מיין מלמד געסטראשעט
איך בין מיט תוהו ובוהו, אונז האבן געכאפט ערגער'ס, סאך ערגער'ס.
Re: ארויסגערינען ווידיא ווי משגיח פראסקעט אהן א בחור
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 2:20 am
דורך תוהו ובוהו
אלע צוזאמען האט געשריבן:איך בין מיט תוהו ובוהו, אונז האבן געכאפט ערגער'ס, סאך ערגער'ס.
נישט מער געדאכט..
דענק איך ווען איך בין געווען אין ישיבה האט זיך עפעס געדאכט פאר א משגיח אז איך האב מיר מתחצף געווען, און ער האט מיר געגעבן אזאנע מכות אינמיטן ביהמ''ד אזש איך האב געמאכט אין די הויזן.. (ליטערלי..)
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 4:58 am
דורך [NAMELESS]
אין ישיבה האב איך שוין נישט געכאפט, איך האב געטיילט
Re: ארויסגערינען ווידיא ווי משגיח פראסקעט אהן א בחור
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 8:57 am
דורך טמיר
תוהו ובוהו האט געשריבן:טמיר האט געשריבן:איך וואונדער מיך וויפיל בלוט דער בחור האט געצאפט פון דעם משגיח בעפאר. Just asking
קיין שום תירוץ.
קענסט דיך נישט איינהאלטן זיי נישט אין די ליין
ווער זאגט ער קען זיך נישט איינהאלטן? אפשר איז געווען א מיטינג בעפאר און סאיז געבליבן אז דאס גייט מען טון
צווייטענס, האסט א בעסערע עצה וואס צי טון מיט א פרא אדם? ארויסווארפן פון ישיבה? וועסטו שרייען היתכן מווארפט בחורים? אה, מזאל לערנען מסילת ישרים!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 9:03 am
דורך בת קול
טמיר האט געשריבן:תוהו ובוהו האט געשריבן:טמיר האט געשריבן:איך וואונדער מיך וויפיל בלוט דער בחור האט געצאפט פון דעם משגיח בעפאר. Just asking
קיין שום תירוץ.
קענסט דיך נישט איינהאלטן זיי נישט אין די ליין
ווער זאגט ער קען זיך נישט איינהאלטן? אפשר איז געווען א מיטינג בעפאר און סאיז געבליבן אז דאס גייט מען טון
צווייטענס, האסט א בעסערע עצה וואס צי טון מיט א פרא אדם? ארויסווארפן פון ישיבה? וועסטו שרייען היתכן מווארפט בחורים? אה, מזאל לערנען מסילת ישרים!
אויב דער בחור האט באמת א פראבלעם אפשר קען טעראפי העלפן?
וויאזוי פונקטלעך העלפט א פראסק?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 9:14 am
דורך הקטן
בת קול האט געשריבן:אויב דער בחור האט באמת א פראבלעם אפשר קען טעראפי העלפן?
וויאזוי פונקטלעך העלפט א פראסק?
ס'איז דא אסך מער ענעקדאטעל עוועדנעס אויף די עפעקעסי פין א "פראסק" איבער די עפעקעסי פין "טערעפי"
איך מאך נישט אוועק טערפי און איך זאג נישט מען זאל טיילן פעטש, ס'איז דא געניג סיבות אויף נישט צי געבן פעטש פאר א בחור ועיין בש"ע
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 9:57 am
דורך בת קול
הקטן האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:אויב דער בחור האט באמת א פראבלעם אפשר קען טעראפי העלפן?
וויאזוי פונקטלעך העלפט א פראסק?
ס'איז דא אסך מער ענעקדאטעל עוועדנעס אויף די עפעקעסי פין א "פראסק" איבער די עפעקעסי פין "טערעפי"
איך מאך נישט אוועק טערפי און איך זאג נישט מען זאל טיילן פעטש, ס'איז דא געניג סיבות אויף נישט צי געבן פעטש פאר א בחור ועיין בש"ע
וואס פראבירסטו צו זאגן? עס איז דא עווידענס אז א פראסק האט געברענגט חרטה געפילן אדער א טויש?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 10:09 am
דורך קאך_לעפל
דאס פראסק איז נישט אזוי ווייט די פראבלעם. דאס אראפווארפן די היט איז די פראבלעם.
א בחור פארשטייט אז ס'קומט אים אמאל א פראסק. וואס ער פארשטייט נישט איז, פארוואס דער משגיח גיסט אויס זיין גאנצער פערזענליכער גרימצארן אויף זיין קאפ....
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 11:23 am
דורך וואלווי
וואס דארף א גאר שטארקע עקספלענעישאן איז ווי איז די היתר סיי מצד התורה און סיי מצד דרכי הנימוס צו פאבליצירן א קליפ ווי דעם אין די גאנצע וועלט. קודם איז קיינמאל נישט דא קיין היתר, חוץ אין א פאל פון פיקוח נפש, צו ברעכן די גדר פון צישמירן פריוואטע אינפארמאציע ברבים. צווייטענס, א קליפ איז גארנישט ווערד אויב מ'זעהט נישט די פאר און נאך פון וואס ס'האט פאסירט, אזוי ווי ביי א יעדע לשון הרע. מ'דארף נעמען אין אכט אז א קליפ קען ווערן צו געפיצט פון אלע עקן, ס'שוין לאנג צייט צו אויף הערן זיין געמיין צו אויסליפטערן און פארווארד'ען יענעמס שמוציגע לאנדרי און פאבליק.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 11:43 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
די משגיחים דארפן וויסן אז אויב וועלן זיי פייניגן בחורים וועט זיין קליפס אין די גאנצע וועלט!
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:01 pm
דורך [NAMELESS]
כנראה רעדט מען דא פון בעלזא ישיבה, ריכטיג?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:03 pm
דורך וואלווי
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די משגיחים דארפן וויסן אז אויב וועלן זיי פייניגן בחורים וועט זיין קליפס אין די גאנצע וועלט!
וועגען דעם איז מותר פאר די ברייטע ציבור צו נעמען די געזעץ אין די אייגענע הענט און מבזה זיין מענטשען? און ווער זאגט אז מ'האט געפייניגט דעם בחור? אפשר איז דאס געווען פאר די משגיח א סעלף דיפענס פון א ציווילדעוועטע בחור, אדער איז דא סיי וועלעכע אינפארמאציע וואס פעלט פאר דער פארשפרייטער פונעם קליפ.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:06 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
אין ווייס נישט וועלכע ישיבה דאס איז. און ס'איז מיר נישט אינטערעסאנט. גראדע לויט די טיילס זעט דאס אויס אין ארץ ישראל.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:10 pm
דורך קאך_לעפל
ביזט נאך א פארצייטישער.
היינט איז אן אנדערע וועלט, אלסדונג ווערט אויפגעכאפט אויף א קליפ און זאפארט ארום געשיקט, אזש כ'האב אמאל געלאזט א פארטץ אויפן גאס, און שפעטער האב איך עס געטראפן שפילן אויף יו טאב...
ס'קען גאר געמאלט זיין אז דער אפכאפער און ארום שיקער האט גאר נישט געמיינט קיין בייז. ער האט זיך בלויז גענויטיגט אין א סטעטוס צו צייגן ווי מעכטיג ער איז.
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:19 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
קאך_לעפל האט געשריבן:ביזט נאך א פארצייטישער.
היינט איז אן אנדערע וועלט, אלסדונג ווערט אויפגעכאפט אויף א קליפ און זאפארט ארום געשיקט, אזש כ'האב אמאל געלאזט א פארטץ אויפן גאס, און שפעטער האב איך עס געטראפן שפילן אויף יו טאב...
ס'קען גאר געמאלט זיין אז דער אפכאפער און ארום שיקער האט גאר נישט געמיינט קיין בייז. ער האט זיך בלויז גענויטיגט אין א סטעטוס צו צייגן ווי מעכטיג ער איז.
לינק?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:23 pm
דורך וואלווי
קאך_לעפל האט געשריבן:ביזט נאך א פארצייטישער.
היינט איז אן אנדערע וועלט, אלסדונג ווערט אויפגעכאפט אויף א קליפ און זאפארט ארום געשיקט, אזש כ'האב אמאל געלאזט א פארטץ אויפן גאס, און שפעטער האב איך עס געטראפן שפילן אויף יו טאב...
ס'קען גאר געמאלט זיין אז דער אפכאפער און ארום שיקער האט גאר נישט געמיינט קיין בייז. ער האט זיך בלויז גענויטיגט אין א סטעטוס צו צייגן ווי מעכטיג ער איז.
בלויז? אז די ביסט אויף אזא קליפ וואס בארעדט דיך, וועסטו אויך פארשטיין דעם "בלויז גענויטיגט אין א סטאטוס" לשון הרע...?
נשלח: פרייטאג אוגוסט 20, 2021 12:27 pm
דורך בת קול
וואלווי האט געשריבן:די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:די משגיחים דארפן וויסן אז אויב וועלן זיי פייניגן בחורים וועט זיין קליפס אין די גאנצע וועלט!
וועגען דעם איז מותר פאר די ברייטע ציבור צו נעמען די געזעץ אין די אייגענע הענט און מבזה זיין מענטשען? און ווער זאגט אז מ'האט געפייניגט דעם בחור? אפשר איז דאס געווען פאר די משגיח א סעלף דיפענס פון א ציווילדעוועטע בחור, אדער איז דא סיי וועלעכע אינפארמאציע וואס פעלט פאר דער פארשפרייטער פונעם קליפ.
Really now. Self defense.
מען פראסקעט נישט צוליב סעלף דעפענץ. אפשר restraining.
אויב א בחור איז אזוי מסוכן אז מען דארף אים אראפהאלטן, איז צייט צו רופן הצלה.
פארוואס האסטו מער רחמנות אויפן רודף ווי אויפן נרדף?