א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:לכתחילה האט מען גערעדט פון מאכן א לוויה אין מונטריאול ווי די דיין זצ"ל האט משפיע געווען אריבער א יובל שנים, למעשה וועט די לוויה פאהרקומען אין ווילימסבורג און אין קרית יואל ווי די דיין וועט קומען לקבורה בבית החיים סאטמר מהר"יי
זעלטן וואס א מנהיג הקהילה זאל אויך זיין א תופס ישיבה אויף אזא פארנעם מעמיד געווען טויזענטער תלמידים מיט א פערזענליכע קשר
ער איז נישט געווען א מנהיג הקהלה, סאטמאר מאנטריאל האט א רב לאיו"ש
הגה"צ המנוח זצ"ל האט געוואינט אין וומ"ס נאך די חתונה און געווען פון די שענסטע תלמידים פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אבער צוליב געוויסע סיבות האט מען אים געדארפט טרעפן א פאסטן ערגיץ אנדערש, האט מען אים געשיקט קיין מאנטריאל צו דינען אלס ראש הכולל אינטער דעם דעמאלסדיגן רב ר' שיימע שווארץ ז"ל, אבער די זעלבע פראבלעמן איז דארט אויך געווען
ביז דער ברך משה זצ"ל האט ממנה געווען זיין איידעם דער היינטיגער רב שליט"א אלס רב, האט מען לפייסו אים אויפגענומען פאר דיין און ראש ישיבה א פאסטן וואס ער האט אנגעהאלטן כמה שנים מיט גרויס הצלחה נאכן טוישן זיין סדר פון אמאל
אלענפאלס, חבל על דאבדין באמת א ת"ח וירא שמים, ת.נ.צ.ב.ה.
ר' משה מנחם האט ר' חיים אביגדור קאהן געברענגט קיין מאנטריאל, ער האט געוואלט ברענגען א פרומער אינגערמאן זאל לערנען מיט די אינגעלייט, ער האט געהאלטן אז די אינגעלייט אין מאנטריאל גייען צוגרינד (ס'איז נישט געווען צופיל אינגעלייט) און זיי ברויכן עפעס אן ערנסטן אינגערמאן זאל אריין ברענגען א רוח דקדושה. זיין רבי ר' אברהם לייטנער ז"ל וועמען חיים אביגדור האט געקענט פון אורוגוואי איז געווען דער שדכן וואס האט מציע געווען דעם אינגערמאן, מ'איז אריין צום רבי'ן זצ"ל פאר זיין הסכמה און ער האט שיין אנגעוואונטשן (פון דא שטאמט די באקאנטע "דער רבי זצ"ל האט אים געשיקט קיין מאנטריאל").
ווען ער איז אנגעקומען קיין מאנטריאל איז ער געוועזן אונטער דרייסיג, און עס האט נישט אזוי גוט געארבייט מיט דעם רב ר' שיימא, ס'איז געווארן א שטיקל קאנקורענץ, פון איין זייט א יונגע ענערגישער אינגערמאן מיט פרישע כוחות, פון די אנדערע זייט אן עלטערער רב א זקן. ר' משה מנחם האט אנגעהויבן פירן אייגענע של"ש וכו', און ר' שיימא האט עס זייער נישט געשמעקט. געוועזן אמאל וואס מ'איז געגאנגען זאגן פארן רבי'ן (ברך משה) אז ר' שיימא זעהט נישט גוט און ער קען נישט פסק'נען קיין שאלות, ר' שיימא האט געוויינט פארן רבי'ן און געוויזן אז ער קען ליינען אין א קליין סידור מיט גאר קליינע אותיות און עס איז סתם א בלבול.. בקיצור, והיה ראשיתך מצער.
ווען ר' שיימא איז אוועק, יוכ"פ דאכצעכמער, זענען ארויסגעפארן צוויי דעלעגאציעס צום ברך משה (דער רבי ז"ל האט שוין נישט געלעבט) איין דעלעגאציע איז געגאנגען אנטראגן אז מ'זאל נעמען ר' משה מנחם פאר רב, די צווייטע, וואס האט בשום אופן נישט געוואלט ר' משה מנחם, צו ווייל ער איז געווען צו פרום, צו ווייל זיי זענען געווען אנגעווייטאגט אויף וויאזוי ער האט זיך אויפגעפירט צו ר' שיימא, איז געקומען בעטן דער רבי זאל שיקן זיין איידעם ר' דוד מייזליש פון שיקאגא זאל ווערן רב. זיי האבן נישט געוואלט דווקא ר' דוד, אבער זיי האבן געוואוסט אז ר' משה מנחם איז שוין געווען אין מאנטריאל אפאר יאר, און ער האט מענטשן וואס גייען פאר אים אין פייער, און אז מ'טראגט אן דעם רבינ'ס איידעם, איז דא א שטארקע טשענס אז דער רבי וועט אים ענדערש נעמען.
די מייזליש דעלעגאציע האט זיך ארלעדיגט אנצוקומען צום רבי'ן ערשט, און פארשטייט זיך ס'האט דעם ברך משה געשמעקט דעם פלאן, און שפעטער ווען די טירנויער דעלעגאציע איז אנגעקומען האבן ביידע זייטן אנגעהויבן פארהאנדלען, ביז ס'איז געבליבן אז ר' דוד וועט זיין רב, און ר' מ"מ דיין, און אזויווי די צד מייזליש האט גע'טענה'ט אז די קהלה האט נישט גענוג געלט צו באצאלן סיי א רב און סיי א דיין, האט חיים אביגדור געזאגט אז ער נעמט אויף זיך דעם דיין'ס געהאלט.
למעשה האט זיך ארויסגעשטעלט אז ר' משה מנחם איז געווען א פיל מער טאלאנטפולער מנהיג, און ער האט געהאט חיים אביגדור וואס איז געווען די ספאנסאר פאר רוב קהל'ישע עקספענסעס. ר' דוד האט אויך געהאט א חברה חסידים, אבער נישט אזעלכע פייערדיגע ווי ר' מ"מ, און די קאנקורענץ האט געהאט עליות און ירידות דורך די יארן, אבער אויף לפנים האבן זיי ביידע געפירט צוזאמען די קהלה, ר' דוד האט געדאווענט מוסף ימים נוראים, ער איז גאר א פיינער בעל תפלה, שחרית פלעגט נישט דאווענען ר' מ"מ, ווייל ער איז גאנץ א קנאפער בעל תפלה, אבער מיט די יארן האבן זיינע מענטשן געפאדערט דעם ברעטל, און ער איז געווארן די שחרית בעל תפלה, און ער פלעגט דאווענען מיט א געוואלדיגע התעוררות וואס א גרויסער עולם האט ליעב געהאט.
למעשה די תלמוד תורה מיט די מיידל סקול האט געפירט מער ווייניגער ר' משה מנחם, און די שול האט געפירט מער ר' דוד.
יעצט צו די ישיבה:
די ישיבה האט געעפענט ר' אהרן קויפמאן, די עלטסטע קלאס האט געהאט דער רב, און דער דיין האט געהאט א אינגערע כתה, און אזוי האט זיך געפירט א ישיבה, געעפנט האט מען עס בעיקר פאר די מאנטריאל'ע בחורים, אבער מיט די צייט איז עס געווארן א סאטמער'ע ישיבה פאר אלוועלטליכע סאטמארע בחורים, מערסטנס פון אמעריקא, אבער אויך אייראפעישע און אפילו ישראל'ישע. מיט די צייט האט ר' משה מנחם אנגעהויבן איבערנעמען קאנטראל פון די ישיבה. ס'איז א לענגערע השתלשלות, אבער ויהי היום און איין אנפאנג זמן האבן די דיין'ס מענטשן געלאזט וויסן פאר'ן רב אז ס'איז נישטא גענוג בחורים פאר די עלטסטע כתה, דער עולם פארט קיין קרית יואל וכו'.... בקיצור, מ'האט אים באזייטיגט פון די ישיבה, דער רב האט איבערגענומען קאנטראל פון די ישיבה לצעירים עווענטועל, און צוביסלעך איז די ישיבה געווארן דעם דיין'ס ישיבה, עד כדי כך אז ביי די בירגער קריג אין סאטמאר, ווען אהרן קויפמאן האט זיך ארויסגעשטעלט אויף די אנדערע זייט פונעם דיין, האט אים דער דיין פארשיקט פון ישיבה.
אויסער די אפיציעלע אויפגאבעס פון די מוסדות און דער ביהמ"ד, אין אלגעמיין צווישן דעם ציבור האט דער דיין זיך ארויסגעשטעלט צו זיין א ריכטיגער מנהיג, ער האט געוואוסט את אשר יחסר להם, ער האט ארלעדיגט די דזשאבס, חברותות, דאקטורים, און ער איז געגאנגען אין פייער פאר זיינע מענטשן, א שיינע פּאר ביזנעסער דארט איז אים צו פארדאנקען, ער האט געהאט א צדקה קאסע וואס האט געקאווערט חתונות מיט ימים טובים צוגלייך, און ער האט געשמעקט פון א מייל ווער ברויך וואס, און ער האט זיך געהאט זיינע געטרייע מענטשן וואס ער האט געקענט שיקן אויף מיסטעריעזע שליחות. בקיצור, א ריכטיגער מנהיג. איך ווייס אז מענטשן פונדערווייטנס קענען אים בעיקר פאר די ישיבה זיינער, אבער אין מאנטריאל איז דאס זיין אידענטיטעט, זיין אויסערגעווענליכע מנהיגות וואס איז געווען צום באוואונדערן, און דאס וועט יעצט זיין די שווערסטע זאך איבערצוקומען פאר די קהלה, זיי האבן פארלוירן א מענטש וועמען זיי האבן געקענט רופן 24/7 פאר סיי וועלכע הילף וואס זיי האבן זיך גע'חלומ'ט.
פארזעצונג אי"ה