בלאט 1 פון 2
מאסק מאנדאט פאר קינדער
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 10:42 pm
דורך ליב צו וויסן
די נייעס ברענגער פארציילן אז ניו יארק "סטעיט" האט ארויפגעלייגט א Mask mandate אויף אלע קינדער אין סקול (פאבליק און פריוואט צוגלייך), אפילו די וואס זענען שוין וואקסינירט.
די מאנדאט ווערט ארויפגעלייגט כאטש וואס:
-Numerous שטודיעס ווייזן אז פאר קינדער איז Covid נישט שעדליכער ווי די Flu.
-יעדער (ערוואקסענער) וואס "וויל", קען באקומען די וואקסין.
וואס טייטשט:
די רעגירונג טוט "באצווינגען" צו דערביטערן דאס לעבן פון סקול קינדער, כדאי צו "מעגליך" באשיצן "אנדערע" וואס "זוכן נישט צו זיין באשיצט".
לאנד פון פרייהייט, זיך שיין דערלעבט.
נשלח: מוצ"ש אוגוסט 28, 2021 11:56 pm
דורך קורקלענד
ס'איז נאך דערווייל נישטא קיין איין שטודיע אדער קלארע עווידענס וואס צייגט אז מאסקעס האלטן אפ דער כינע וויירוס פון פארשפרייטן. וואס מ'ווייסט יא איז אז מאסקעס זענען נישט געזונט סיי פיזיש און סיי גייסטיש.
אויך ווייזן שטודיעס אז קינדער זענען ממש נישט קיין פארשפרייטער פון דער כינע וויירוס.
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 12:41 am
דורך רביה''ק זי''ע
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 8:46 am
דורך [NAMELESS]
קורקלענד האט געשריבן:ס'איז נאך דערווייל נישטא קיין איין שטודיע אדער קלארע עווידענס וואס צייגט אז מאסקעס האלטן אפ דער כינע וויירוס פון פארשפרייטן. וואס מ'ווייסט יא איז אז מאסקעס זענען נישט געזונט סיי פיזיש און סיי גייסטיש.
אויך ווייזן שטודיעס אז קינדער זענען ממש נישט קיין פארשפרייטער פון דער כינע וויירוס.
אלא מאי? פארוואס זאגן נאך אלץ רוב דאקטוירים אז מ'זאל גיין מיט מאסקס? דארפסט דאך האבן א נארמאלע ביאור אויף דעם
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:08 am
דורך הקטן
חתם סופר האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:ס'איז נאך דערווייל נישטא קיין איין שטודיע אדער קלארע עווידענס וואס צייגט אז מאסקעס האלטן אפ דער כינע וויירוס פון פארשפרייטן. וואס מ'ווייסט יא איז אז מאסקעס זענען נישט געזונט סיי פיזיש און סיי גייסטיש.
אויך ווייזן שטודיעס אז קינדער זענען ממש נישט קיין פארשפרייטער פון דער כינע וויירוס.
אלא מאי? פארוואס זאגן נאך אלץ רוב דאקטוירים אז מ'זאל גיין מיט מאסקס? דארפסט דאך האבן א נארמאלע ביאור אויף דעם
[left]
group-thinkthe practice of thinking or making decisions as a group in a way that discourages creativity or individual responsibility.[/left]
דו האלסט דאס דיין קינדס פיעטרישען האט דארך געטון די סיגיא איידער ער נעמט א שטעלאנג???
אויב זאל ער זאגן פארקערט וואו די עסטעבלישמענט איז דאס advantages צי אים, אדער פארקערט?!?
יעצט פרעג איבער...
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 9:09 am
דורך [NAMELESS]
אבער פארוואס האלט די עסטעבלישמענט אזוי? וואס פארדינען זיי פון דעם?
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 10:26 am
דורך קורקלענד
אויב איז אמת אז רוב דאקטוירים האלטן אזוי. אדרבה, קלערט מיר ביטע אויף. פארוואס האלטן זיי אזוי?
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 10:45 am
דורך קורקלענד
געהעריגע עסטאבלישמענט טיפּ אויסברוך נאכגעזאגט פון די בלעטער פון מאמרים אין די ניו יארק טיימס. אבער מיט פאקטן און סייענס האבן זיינע ארגומענטן קיינע שייכות.
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:08 am
דורך [NAMELESS]
קורקלענד האט געשריבן:אויב איז אמת אז רוב דאקטוירים האלטן אזוי. אדרבה, קלערט מיר ביטע אויף. פארוואס האלטן זיי אזוי?
מיין סברא איז אז זיי האלטן אזוי ווייל זיי האלטן אז מאסקס טוען אויף. וואס איז דיין סברא?
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:21 am
דורך קורקלענד
חתם סופר האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:אויב איז אמת אז רוב דאקטוירים האלטן אזוי. אדרבה, קלערט מיר ביטע אויף. פארוואס האלטן זיי אזוי?
מיין סברא איז אז זיי האלטן אזוי ווייל זיי האלטן אז מאסקס טוען אויף. וואס איז דיין סברא?
וואס איז גורם אז זיי זאלן אזוי האלטן? וואס ווייסן זיי וואס איך קען נישט וויסן? פארוואס קענען זיין עס נישט מסביר זיין אז מיר זאלן פארשטיין? ס'קען זיין אז זיי פּלאַפּעלן בלויז נאך די סי די סי און די וואָ. אן פרעגן אדער פארשטיין?
מיר זענען דאך אין א דור וואס מיר גייען בלויז מיט הארטע סייענס? טאָ וויאזוי איז דאן שייך א מ'זאל בלויז 'האלטן' אז ס'העלפט? ביי היידראקסיקלאראקווין איז דאך נישט גענוג געווען בלויז האלטן. פארוואס איז דא אנדערש?
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:44 am
דורך רביה''ק זי''ע
קורקלענד האט געשריבן:געהעריגע עסטאבלישמענט טיפּ אויסברוך נאכגעזאגט פון די בלעטער פון מאמרים אין די ניו יארק טיימס. אבער מיט פאקטן און סייענס האבן זיינע ארגומענטן קיינע שייכות.
כאילו די אנטי-עסטאבלישמעענט טיפ אויבראכן וואס זענען נאכגעזאגט פון די בלעטער און מאמרים פון טראמפ מידיא זענען יא געבויט אויף פאקטן און סייענס, אמאל פלעגט טראמפ מידיא כאטש זיין געשמאק, לעצטנס האט עס אבער באקומען א זויערע פנים אז ס׳פארגייט שוין דאס אפעטיט, ואם כן מה הועילו חכמים בתקנתם, ס׳שוין מער אינטערעסאנט אויסצוהערן די עסטאבלישמענט אויסבראכן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:47 am
דורך ליב צו וויסן
חתם סופר האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:ס'איז נאך דערווייל נישטא קיין איין שטודיע אדער קלארע עווידענס וואס צייגט אז מאסקעס האלטן אפ דער כינע וויירוס פון פארשפרייטן. וואס מ'ווייסט יא איז אז מאסקעס זענען נישט געזונט סיי פיזיש און סיי גייסטיש.
אויך ווייזן שטודיעס אז קינדער זענען ממש נישט קיין פארשפרייטער פון דער כינע וויירוס.
אלא מאי? פארוואס זאגן נאך אלץ רוב דאקטוירים אז מ'זאל גיין מיט מאסקס? דארפסט דאך האבן א נארמאלע ביאור אויף דעם
פארוואס זענען רוב פריוואטע סקול עלטערן (די אובער רייכע) קעגן סקול Choice?
פארוואס זענען די וואס זענען בשיטה קעגן די פאליציי, Pro גיבן מער און מער זאכן פאר די פאליציי צו קאנטראלירן (Pro די Mandate יענע Mandate... ווער גייט אינפארסירן די Mandates??...)?
פארוואס זענען די אנפירער פון Womens march פרא מוסלים?
נישט אלעס קען מען פארשטיין אין אונזער Highly politicized און Controlled סאסייעטי...
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 2:09 pm
דורך קורקלענד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כאילו די אנטי-עסטאבלישמעענט טיפ אויבראכן וואס זענען נאכגעזאגט פון די בלעטער און מאמרים פון טראמפ מידיא זענען יא געבויט אויף פאקטן און סייענס, אמאל פלעגט טראמפ מידיא כאטש זיין געשמאק, לעצטנס האט עס אבער באקומען א זויערע פנים אז ס׳פארגייט שוין דאס אפעטיט, ואם כן מה הועילו חכמים בתקנתם, ס׳שוין מער אינטערעסאנט אויסצוהערן די עסטאבלישמענט אויסבראכן.
איך בין נישט מער חסיד פון די טראמפּ מידיא ווי פון די אלגעמיינע סטעיט מידיא. ביי מיר זענען זיי ביידע אייניג אין אלע הינזיכטן, זיי ביידע רעפרעזענטירן נישט מיין אינטערעסע. דא איז נישט קיין שמועס וועלכע פון די צוויי איז אויפריכטיג אדער פארלעסליך. זיי זענען ביידע נישט אויפריכטיג און נישט פארלעסליך. מיר פאקוסירן דא אצינד נאר אויף די פאקט צו ס'איז בכלל דא א זאכליכע סיבה צו אריין צווינגן מאסקעס אין די שולעס פון תשב''ר.
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:23 pm
דורך real fake news
מאסקעס ׳פארביטערט׳ דאס לעבן?
סדא זייער באקוועמע מאסקעס, און אז מגייט מיט מאסקעס יעדן טאג געוואינט מען זיך צו און מפילט עס אפילו נישט.
נאר וואס דען, אונז היימישע עולם וואס האבן קיינמאל נישט געקענט אנטוהן א מאסק ׳ווייל סאיז שרעקליך אומבאקוועם׳,
האט מען זיך קיינמאל נישט צוגעוואינט.
חברה, גראו אפ, סאיז נישט עק וועלט צו גיין מיט א מאסק, און זיין אביסל אומבאקוועם.
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:30 pm
דורך קורקלענד
אויב צוגעוואוינען איז די לייזונג..... קען מען זיך דאך צוגעוואוינען צו אלע מינע צרות....
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 4:32 pm
דורך וואולקאן עראפציע
real fake news האט געשריבן:מאסקעס ׳פארביטערט׳ דאס לעבן?
סדא זייער באקוועמע מאסקעס, און אז מגייט מיט מאסקעס יעדן טאג געוואינט מען זיך צו און מפילט עס אפילו נישט.
נאר וואס דען, אונז היימישע עולם וואס האבן קיינמאל נישט געקענט אנטוהן א מאסק ׳ווייל סאיז שרעקליך אומבאקוועם׳,
האט מען זיך קיינמאל נישט צוגעוואינט.
חברה, גראו אפ, סאיז נישט עק וועלט צו גיין מיט א מאסק, און זיין אביסל אומבאקוועם.
הה"ד real fake news
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 5:53 pm
דורך סעגאל
קורקלענד האט געשריבן:אויב צוגעוואוינען איז די לייזונג..... קען מען זיך דאך צוגעוואוינען צו אלע מינע צרות....
איך מיין זאלסט זיך טאקע ציגעוויינען דערצי עס זעט אויס אז מיר וועלען נאך דארפען גיין דערמיט אפאר יאר.
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 6:11 pm
דורך קורקלענד
מ'קען זיך אויך צוגעוואוינען צו שטארבן פון קאוויד און אויך קען מען זיך צוגעוואוינען צו זיצן אין תפיסה פארן נישט פאלגן. ס'איז ענדלאז וואס מ'קען זיך אלס צוגעוואוינען.
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 7:20 pm
דורך מפיל קינד
חתם סופר האט געשריבן:אבער פארוואס האלט די עסטעבלישמענט אזוי? וואס פארדינען זיי פון דעם?
אפשר צו קאנטראלירן די בריאה?
איך וואלט אויך אמאל געזאגט קאנספיראציעס אויף אזא תגובה, אבער די לעצטע תקופה האט געוויזן אז די דארשט פאר קאנטראל קען מאכן טראמפ לייקענען א וויירוס און פאוטשי עס אויפבלאזן.
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 10:39 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
סאיז א שאד די טענהרייען, דערווייל פרואווט מען דא צו ווארפן דעם איבערווייז פארלאנג אויפן צווייטן אן ברענגען גארנישט צום טיש, אויב איינער האט סטאטיסטיקס אדער פאקטן צו זאגן לכאן ולכאן איז איין זאך, אבער סתם צו זיין א זנב על הזנבים צו שפעקולירן פארוואס יענער האלט אזוי אדער אזי איז סתם שיחת חולין של עמי הארצים.
נשלח: זונטאג אוגוסט 29, 2021 11:43 pm
דורך קורקלענד
טראץ וואס די אחריות ליגט אויף די וואס ווילן מחייב זיין. וועל איך אבער יא אנהויבן לייגן שטודיעס.
איינס
https://www.rcreader.com/commentary/mas ... ial-policy
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 10:52 am
דורך שמעקעדיג
נאר 10%
נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 10:54 am
דורך real fake news
https://www.fast.ai/2020/06/26/particle-sizes/Summary: SARS-CoV-2 particles do not float freely in the air. They are expelled as relatively large droplets, which research shows are easily caught by a simple cloth or paper mask. If an infected person doesn’t wear a mask, their droplets quickly evaporate into smaller droplet nuclei, which are harder to filter with a cloth mask. However there are some cloth mask designs which can do a very good job of this too.