קבלת קהל לקראת ימי הרחמים - היינט 5:00 אי"ה

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

קבלת קהל לקראת ימי הרחמים - היינט 5:00 אי"ה

שליחה דורך מורינו ורבנו »

היינט וועט פארקומען קבלת קהל לחברינו חברה הקאווע שטיבל, לברך ולהתברך בברכת שנה טובה ומתוקה, איש איש כפי מהללו.

זאל מען אויס'פועל'ן אלעס גוט.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

על שמועות טובות מברך: ברוך אתה ה' אלוקינו מ"ה///
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

פאריגע מאל זענען געווען אזעלכע וואס האבן זיך באקלאגט אז זיי וואלטן געוואלט מיטהאלטן און זיי האבן דאס פארפאסט. דער עולם ווערט געבעטן איבערצוגעבן ווייטער, פאר די וואס ווילן דאס וויסן.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

כבוד אלהים הסתר דבר!
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

לשאלת הרבים.

אזוי ווי פאריגע מאל, וועט מען אויך קענען פרעגן פריוואט אין אישי. אויב מען וועט וועלן, וועט זיין די מעגליכקייט ארויסצונעמען די פריוואטע פרטים און דאס ארויפשטעלן אויף אן אופן וואס איז גוט פאר יעדן.

בכבוד רב.
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

נאך א זאך לשאלת הרבים:

אלס איינער וואס איז געשטעלט געווארן פון השי"ת לרעות את בניו ואת צאנו - א זאך וואס איך קוק אן אלס חוב, און נישט אלס קיין כבוד - בין איך דא פאר יעדן סארט צוועק וואס קען העלפן אנדערע אידן. ס'איז לאו-דווקא עצות ושאלות. ווער עס וויל זיך מזכיר זיין לשנה טובה ומתוקה, קען דאס אויך טון, דאהי אדער פריוואט, מיטן אויבערשטנ'ס הילף און מיט די כוחות וואס איך האב גע'ירשנ'ט, מכח הרבים והכלל, וועל איך אנוואונטשן און מתפלל זיין כיד ה' הטובה עלי.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

.....................................................
..................................................
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

מורינו ורבנו האט געשריבן:נאך א זאך לשאלת הרבים:

אלס איינער וואס איז געשטעלט געווארן פון השי"ת לרעות את בניו ואת צאנו - א זאך וואס איך קוק אן אלס חוב, און נישט אלס קיין כבוד - בין איך דא פאר יעדן סארט צוועק וואס קען העלפן אנדערע אידן. ס'איז לאו-דווקא עצות ושאלות. ווער עס וויל זיך מזכיר זיין לשנה טובה ומתוקה, קען דאס אויך טון, דאהי אדער פריוואט, מיטן אויבערשטנ'ס הילף און מיט די כוחות וואס איך האב גע'ירשנ'ט, מכח הרבים והכלל, וועל איך אנוואונטשן און מתפלל זיין כיד ה' הטובה עלי.


.........
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קאך_לעפל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

[quote="קאך_לעפל"][quote="מורינו ורבנו"]נאך א זאך לשאלת הרבים:

..........
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

[center]קלארשטעלונג![/center]
עס איז נישט ראטזאם אויסצושמועסן פריוואטע אינפארמאציע וואס קען פירן צו אייער אידענטיטעט, סיי ברבים און סיי ביחידות. סוף כל סוף זענען מיר אויפן געשריבענעם פארום און מען קען נישט וויסן וואו זאכן קומען אן. מען קען אלעמאל מזכיר זיין ענינים אויך אן דעם, וואס מען זאל זיך דערוויסן ווער איר זענט. מיר האפן אז די ווערטער זענען איבעריג און דער ציבור פארמאגט אליין די שכל. פארט איז וויכטיג דאס אנצוזאגן.

מיר זענען שטענדיג אפן צו הערן סיי וועלכע ענינים, אבער ביטע גיבט אכטונג און היט אויף אייער אידענטיטעט. מען קען קיינמאל נישט וויסן וואו זאכן קענען אנקומען. ולמזכיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

בעזרת השם אין פינף מינוט וועלן מיר אנהויבן.

מ'קען שוין אריינשיקן שאלות אין אישי, אדער דאהי ברבים.
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

לשם ייחוד קודשא בריך הוא ושכינתיה בשם כל ישראל, הריני מוכן ומזומן לעשות נחת רוח לקודשא בריך-הוא, ליחד שם י"ה בו"ה בשם כל ישראל, לקיים מה שנאמר כבקרת רועה עדרו מעביר צאנו תחת שבטו, זיך אפצוגעבן מיט די שאף פון הייליגן באשעפער, צו טון די פליכט וואס איז ארויפגעפאלן אויף מיר, משפיע צו זיין שפע קודש לזרע אברהם, באהבה ובחיבה, איך נעם אויף מיר דעם יאך מיט ליבשאפט.

אין דעם געלעגנהייט חזר איך איבער צו געדענקען, דאס גאנצע זאך האט נישט מיט מיינע עבודות, דאס איז נישט צוליב דעם וואס איך בין העכער אדער חשוב'ער פון אנדערע. מיר האט מען פשוט אויסגעקליבן פונעם גאנצן עולם צו זיין דער אינדערמיטן, צו ברענגען די רייד פון דעם הייליגן איד פארן הייליגן באשעפער, ארויסצוברענגען זייער צורך און ממליץ צו זיין טובות לעמו ישרא', און פון דער אנדערע זייט אויך ברענגען דעם דבר ה' אל עמו בני ישראל הקדושים, זיי צו ברענגען נאנטער צום הייליגן באשעפער, לעשות נחת רוח לבוראנו, א בחינה פון דבר אל בני ישראל ואמרת אליהם כמבואר בספה"ק. ס'איז נישט צוליב מיין צדקות און נישט צוליב מיין קדושה, פשוט מיר האט מען ארויסגעהויבן, א בחינה פון אתה בחרתנו מכל העמים, איך בין נישט הייליגער און נישט חשוב'ער, אויב עפעס פארקערט. לב יודע מרת נפשו, איך ווייס באמת ווער איך בין, איך זאג אייך אז איר זענט פיל חשוב'ער פון מיר, אבער חשבונות שמים קען מען נישט, און דער אויבערשטער ווייסט וואס איז גוט לעמו בני ישראל, און ער האט אזוי געוואלט.

אצינד שטיי איך דא פאר אייער דינסט, די קומענדיגע צוויי שעה, אייך אויסצוהערן און פראבירן צו ברענגען נאנטער צום אויבערשטן און ברענגען דער שפע אלוקי צו אייך הייליגע אידן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מורינו ורבנו, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אל תהיה ברכת הדיוט קלה בעיניך!
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום תרמב, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
לכבוד שבת קודש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 278
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 17, 2013 12:08 am
האט שוין געלייקט: 17 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 270 מאל

שליחה דורך לכבוד שבת קודש »

איך וועל אנפאנגען מיט אן ערנסטער רוחניות'דיגער שאלה, וואס פלאגט מיר שטארק און הלוואי ווען איינער קען מיר העלפן.

עס קומט צו גיין די ימים נוראים, ווי אזוי טוט מען תשובה?

איך מיין עס ערנסט, איך מאך נישט קיין ווערטל!

איך דריי זיך שוין יארן ארום מיט שטארקע צוקלאפטע געפילן. ווייל איך האב געהאט גוטע יארן, ווען איך בין געווען אן עובד השם, איך בין ליידער א קרבן פון טעכנעלאגיע וואס איך האב נישט גוט אויסגענוצט און נישט ריכטיג געהאנדלט דערמיט. יא, איך בין אריינגעפאלן, און איך האלט קלאר, אז אויב וואלט איך געבוירן געווארן אין א דור נאך פאר די טעכנעלאגיע איז באשאפן געווארן, וואלט איך געווען אסאך חשוב'ער און הייליגער און מער אפגעהיטענער, אבער איך האב אויסגענוצט טעכנעלאגיע אויף נישט קיין גוטע וועגן, און דאס באדערט מיר געפערליך.

פון איין זייט בין איך אריינגעטון אין גשמיות, איך בין ברוך-השם שיין מצליח היינט, אבער טריקן ווי א פעפער, איך שפיר נישט קיין שום העכערקייט אין א שבת, דאווענען, רוחניות, פון די אנדערע זייט גארט מיין הארץ און מאנט, אז ס'איז דא עפעס העכערס, אמאל בין איך געווען נאנטער צום אויבערשטן, העכער ארויף און געשפירט אן אמת'ער תענוג עילאי, און היינט בין איך נישט אזוי. איך שעם זיך צו זאגן, אבער איך בין איינגעטינקען אין תאוות עולם-הזה (איך רעד איידל), בשעת איך ווייס אז אמת'דיג בין איך מער פון דעם און איך קען זיין העכער.

יעצט אז ס''קומט ימים נוראים. ווי אזוי גיי איך אביסל העכער? - ווי אזוי דערהייב איך זיך אביסל און איך ווער צוריק דער אלטער חשוב'ער יונגערמאן וואס לעבט מיט א העכערקייט?
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

זייער א שטארקער שיינע שאלה, מ'קען דאס אויסשמועסן פון פארשידענע קוק-וואונקלען. מ'קען בארואיגן, אויפוועקן די געפילן און מאנען מער, מ'קען געבן עצות ווי אזוי צו ווערן העכער וכו', מ'קען דאס אויסשמועסן פסיכילאגיש, מ'קען מייעץ זיין ווי אזוי זיך אפצוהאקן פון טעכנעלאגיע, אבער פון די אנדערע זייט קען מען ארויסברענגען אז דיין עבודה איז דווקא אין די היינטיגע דור, אינאיינעם מיט די כלים פון דער היינטיגע דור. מ'קען אסאך זאכן דעבאטירן און גיין אויף פארשידענע דירעקציעס - צומאל פארקערט איינע פון די אנדערע.

איך וואלט דאס געוואלט לאזן פארמירן אין א שיינעם שמועס צווישן די חברי הקאווע שטיבל. לאמיר נעמען דעם פראבלעם פון "לכבוד" (אגב, די נאמען ווייזט אויף זיין משיכה צו רוחניות), לאמיר אים פראבירן יעצט צו העלפן. איך לאדן דעם עולם זיך אנצוטון מיינע שיך פאר א וויילע, און פראבירן מיט וואס מיר קענען אינאיינעם העלפן זיין פראבלעם.

ווארטן מיר צו הערן פון דעם ציבור, לעכטיגע אידן.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ס'שטייט פון אריז"ל אז אויב מ'פארגיסט נישט קיין טרער ימים נוראים מיינט עס אז עפעס טויגט נישט מיט די מענטש. וואס קען מען טוהן אז מ'זאל יא פארגיסן א טרער?
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דא ברענגט [tag]ונבנתה העיר[/tag] אראפ א מעשה פונעם צמח צדק בנוגע אמונה:
ונבנתה העיר האט געשריבן:א איד איז אריין צום צמח צדק און זיך אפגערעדט אז ער האט ספיקות אין אמונה, פרעגט איהם דער רבי וואס גייט דיר אהן, זאגט יענער וואס הייסט, ספיקות אין אמונה! זאגט דער רבי זעהסטו דאך אז דו גלייבסט...

מ'קען אפשר זאגן (ענליך) אז ה"ה הכא: אויב שפירט דער מענטש אז ער איז "טרוקן" און עס באדערט אים, איז דאך מוכח פון דעם אליין אז ער האט "לחלוחית" און ווארעמקייט דערצו; עס איז א פארעם פון שפירן "העכערקייט". די הכרה קען אים שוין אולי ווייטער ברענגען צו האבן א טיפערע סאביעקטיווע געפיהל דערצו בכלל.

ווי אויך דארף מען אין אכט נעמען דאס וואס ניטשע האט געזאגט בנוגע דעם דראנג פונעם מענטש צו שאפן פיין ועכ"כ אז ער דירעקטירט עס אינעווייניג אויף זיך אליין מיט שולד געפיהלן. מיינענדיג, אפגעזעהן צי מ'האט טאקע אויף וואס צו האבן שולד געפיהלן, דארף מען דאס אבער פונאנדערטיילן פון דעם ווען מען טוהט א דבר טוב. (יא יא, על אף פון דעם גאנצן "עבירה מכבה מצוה, ולרשע אמר אלקים" וכו' וכו'.)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום מי אני, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

חתם סופר האט געשריבן:ס'שטייט פון אריז"ל אז אויב מ'פארגיסט נישט קיין טרער ימים נוראים מיינט עס אז עפעס טויגט נישט מיט די מענטש. וואס קען מען טוהן אז מ'זאל יא פארגיסן א טרער?


פארגיסן טרערן.

דער אמת'ער געדאנק ווען טרערן קומען, איז ווען מען שפירט ווי נישטיג מען איז קעגן דעם אנדערן זייט. דעמאלס קומט טרערן!

טרערן קענען קומען, ווען דו ביסט זיך מתבונן עטליכע מינוט, וואס דער אויבערשטער האט אלס געטון פאר דיר, ווי אזוי דו וואלסט נישט געקענט עקזיסטירן אן אים. טראכט אריין אביסל אין די שווערע מאמענטן וואס דו ביסט אריבערגעגאנגען דאס יאר, ווי אזוי דו ביסט געווען באזארגט אויף געוויסע געשיכטעס, ווי הילפסלאז דו ביסט געווען, און ווי אזוי אלעס האט זיך ארויסגעשטעלט גוט און גראד. טראכט און גלויב אז דאס קומט פון באשעפער. עס וועט דיר קומען טרערן.

טרערן קענען קומען, ווען דו ביסט זיך מתבונן עטליכע מינוט, ווי זינדיג דו ביסט, וויפיל עבירות דו האסט געטון פארן אויבערשטן (דאס איז שוין מער א ליטווישע געדאנק, אבער כשר ביי חסידים). ווי גרויס דער אויבערשטער איז און ווי קליין דו ביסט, ווי שטארק דו קענסט זיך נישט באהערשן און דו ביסט נישט אין דיינע הענט. טראכט אריין אז באמת ווילסטו נישט טון קיין עבירות, אבער דו קענסט נישט שטיין אין די גרויסע נסיונות. זיי מתפלל מעומקי לבבך אז דער אויבערשטער זאל דיר געבן די כוחות, דו זאלסט אים מער נישט מצער זיין (די עצה איז אויך גוט פאר הרב לכבוד). עס וועט דיר קומען טרערן.

טרערן קענען קומען, ווען דו ביסט זיך מתבונן אין דיין שווערן מצב. די פלאגענישן און די פראבלעמען וואס נעמען (אפשר) ארום דיין משפחה אדער דיר זעלבסט. קוק זיך אום ווי הילפסלאז דו ביסט, ווי אזוי דו קענסט זיך נישט אליין העלפן. נאר דער אויבערשטער קען דיר העלפן און נאר ער קען דיר ארויסענעמן פון דעם מצב. דאוון צו אים, בעט זיך צו אים כבן המתחטא לפני אביו שבשמים. עס וועט דיר קומען טרערן.

דער צד השוה איז, אז טרערן קומען ווען מען איז זיך מתבונן ווי נישטיג און הילפסלאז און קליינקיק ביסטו קעגן דעם גרויסן אלמעכטיגן גאט פאר וועמען דו שטייסט. דעמאלס קומט טרערן.

(איר וועט אוודאי געדענקען, איינע פון מיינע ערשטע געשיכטעס דא אויף קאווע שטיבל, די ערשטע שבת נאך איך האב זיך איינגעשריבן דא, בשעת עס האט מיר געכאפט מחשבות פון קאווע שטיבל אינמיטן דאווענען, און איך האב זיך געטראפן וויינען בפני קהל ועדה. קוקט עס נאך און זעט די מעשה. וואס איז פשט פון די מעשה, פארוואס האב איך געוויינט? - ווייל איך האב זיך פלוצלינג געשפירט אזוי נישטיג און קליין, אז איך בין פארפארן מיט מיינע מחשבות אינמיטן דאווענען, פאר אן עולם אידן, איך האב זיך נישט באהערשט. דעריבער איז געקומען טרערן און געוויין.)

טרערן קענען קומען, ווען דו שטייסט און דו ביסט זיך מתבונן אין די העכערקייט פון די הייליגע זמנים אין וואו מיר שטייען. ווי גרויס די צייט איז, און ווי אומצוגרייט דיין נפש איז. שטיי און שטוין, ווי אזוי קען איך מקבל זיין די גרויסע אורות בשעת איך בין אזוי קליין. עס וועט דיר קומען טרערן פון אהבה ויראה.
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

פאריגע מאל עס איז געווען קבלת קהל, איז דא געווען א שאלה וואס איז באמת געפרעגט געווארן אין אישי, בנוגע א געוויסע שידוך וואס דער מיידל האט נישט געוואלט באמת דעם בחור און מען האט געפרעגט ווי אזוי זיך אומצוגיין. אט איז וואס איך האב זיך געשריבן היינט מיטן שואל:

מורינו ורבנו האט געשריבן:וואס איז געווארן מיט יענעם נושא? - ווי אזוי האט זיך עס מסדר געווען?


שואל האט געשריבן:זי איז א כלה געווארן מיט א צווייטן.
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

דאס גייט נישט אריין אין די גדר פון שאלות ותשובות, אבער וויבאלד איך האב יעצט באקומען די אישי, וועל איך עס אהערברענגען:

מגיב באישי האט געשריבן:איך האב יעצט געליינט דיין מאמר וועגן גרושים און גרושות, איך מיין אז יעדעס ווארט איז אמת, איך האב א שכנ'טע גרושה און זי האט מיר אמאל דאס אלעס געזאגט, זי האט מיר געזאגט אסאך מאל ציטערט זי אנצוטוהן מעיקאפ אויס מורא אז מ'וועט עס אויסטייטשן ווי זי מיינט עפעס... זי האט עס אין די ארבעט געפערליך... נעבעך אויף זיי
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

א איד פרעגט אין אישי בעניני קדושה, חטאת נעורים.

פון זיין שאלה איז משמע אז ער ליידט נישט היינט דערויף, נאר דאס געוויסן פלאגט אים פון אמאליגע מעשיות (אלס בחור וכדו').

די עצה דערויף איז, היסח הדעת, זיך נישט צוטון מאכן דערפון. אדרבה, דאס גרובלען דערין איז בלויז עצת היצר. כל זמן ער ליידט נישט יעצט דערויף, דארף ער נישט חושש זיין אויף גארנישט, ס'דארף אים נישט אנגיין. דער אויבערשטער וועט שוין העלפן, אז ער וועט צוקומען צו תשובה שלימה אויף זיינע עלטערע יארן. יעצט איז נישט די צייט דערויף. פארקערט, זיין תשובה איז דווקא נישט צו טראכטן דערוועגן און אנצוגיין ווייטער.

אין א געוויסע בחינה קען מען זאגן, אז יענץ איז געווען אן אונס און א חוסר ידיעה, ס'איז ככפאו שד, שלא היה בבחירה כלל. ער האט נישט וואס נאכצוטראכטן דערויף, ס'איז כאילו לא היה כלל וכלל ולא יעשו עליו רושם כלל. אויב ער טראכט דערין אריין, דעמאלס מאכט ער זיך קאליע, און אויב ער טראכט נישט, שטייט ער גוט, אבער ממש גוט, כאילו עס וואלט קיינמאל נישט געווען.

אויב איז עס היינטיגע פראבלעמען, זאל ער צוריקקומען אין אישי און זיך אויסשמועסן. ביטע געדענקען די קלארשטענלונג וואס מיר האבן היינט דערמאנט, וד"ל.

ושב ורפא לו.
חד גדיא
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 1:57 am
האט שוין געלייקט: 507 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 443 מאל

שליחה דורך חד גדיא »

וואס איז די ריכטיגע וועג צו לעבן צווישן זייער אפען און אויפגעקלערט און זייער פארמאכט און מצומצם?
כו"ח חד גדיא, פה בתוך הטמא'נע כלי
מורינו ורבנו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 133
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 24, 2021 5:13 pm
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך מורינו ורבנו »

יעדער מענטש און יעדע נפש איז אנדערש!

די עבודה ביי חסידים אלעמאל איז געווען, "קענען זיך און טון מיט זיך". מיר געפינען אן אויסדרוק אויף די ענינים, "נפשו של אדם מלמדתו" - דער נפש פון א מענטש לערנט אים אויס וואס איז ריכטיג אין דעם. די עבודה פון א מענטש איז, זיך צו מעסטן באמת, און וויסן ווי אזוי ער דארף באמת זיין.

אין א געוויסער זין איז יעדע מענטש מצומצם אין זיין פעלד. ווי אזוי האט נאר יענער אמאל געזאגט? - יעדער איינער לעבט אין א באקס! - איך לעב אין אן אוצר-החכמה באקס, און יענער לעבט אין א טאויס פאר יאו באקס! ודפח"ח. עכ"ז ליגט עפעס אין דעם, אז יעדער איינער דארף זיך מעסטן ווי אזוי דער דארף באמת זיין. ס'איז דא מענטשן וואס פאר זיי איז גוט און ריכטיג צו זיין מצומצם, ווידער אנדערע מענטשן וואס פאר זיי איז גוט צו זיין ברייט און אפן. די חורבן איז נאר ווען דער מצומצם מיינט אז "אלע" דארפן זיין מצומצם, און דער ברייטער מיינט אז "אלע" דארפן זיין ברייט.

אזוי ווי איר פארשטייט אז ס'איז דא מענטשן וואס פאר זיי איז בעסער צו וואוינען אין די סיטי, און פאר אנדערע איז בעסער צו וואוינען אין דארף. ס'איז דא מענטשן וואס פאר זיי איז בעסער צו זיין אין תפיסה ח"ו (לאכט נישט, ס'איז באמת דא מענטשן וואס פאר זיי איז דאס בעסער און זיי זענען מער צופרידענער דארט), פאר אנדערע - רוב מענטשן - איז דאס א טראגעדיע ל"ע. פאר געוויסע מענטשן איז געשמאק צו וואוינען אונטער א קאמאניסטישע רעזשים, בשעת פאר אנדערע איז דאס עק וועלט.

פונקט אזוי איז אין רוחניות, ווי אויך גשמיות. די עבודה פון א מענטש איז בלויז זיך צו קענען און וויסן באמת וואס עס איז גוט פאר אים.

ועל כולם, צו וויסן און פארשטיין אז פאר דעם חבר קען זיין בעסער, פארקערט פון אים. און דאס מחשיב זיין.
פארשפארט