בלאט 1 פון 1
ויהי אחר המבול
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:11 am
דורך היסטאריע
דער שטאט איז פארפלייצט געווארען נעכטען, מיט היסטארישע רעגען, א וואוסנאט פין וואטסעפ האט גע'טענה'ט אז אלע בעיסמענטס ווערען פארפלייצט, מען קען גארנישט טוהן. חברים האט באקומן אסאך קאלס אויך. אכט מענטשן זענען געשטארבן ווי
באריכטעט
Re: ויהי אחר המבול
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 8:47 am
דורך דער גאלדענער אדלער
און, ויהי ממחרת און די זין האט אויפגעשיינט כאילו לא היה כלום!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:31 am
דורך היכי דמי
אלע ארגיניזאציעס זענען געווען ביזי נעכטן, נאכאמזל עס איז דא צוויי ארגיניזאציעס פון אלעס.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 10:51 am
דורך [NAMELESS]
ליידער געקאסט א היימיש נפש, הרב ווייסמאנדל פין מאנט קיסקא,
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 11:03 am
דורך [NAMELESS]
העניך האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:און, ויהי ממחרת און די זין האט אויפגעשיינט כאילו לא היה כלום!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
גארנישט אזוי כאילו לא היה. 14 נפשות ליידער, אריינגערעכנט א חסידישער איד.
חוץ די פון ימים עגמות נפש געלד שאדן פון פארפלייצטע בעיסמענטס וואס אינשורענס קאווערט נישט
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 1:14 pm
דורך לך לך
22 אומגעקומענע
Re: ויהי אחר המבול
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:18 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
העניך האט געשריבן:דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:און, ויהי ממחרת און די זין האט אויפגעשיינט כאילו לא היה כלום!
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
גארנישט אזוי כאילו לא היה. 14 נפשות ליידער, אריינגערעכנט א חסידישער איד.
מיין פאינט איז אז נאך קאטסטראפעס ווי דעס צו אנדערע וואלטן די הימלן ווען געברויכט ווייזן עפעס מיטלייד, ווייזן זויערע וועטערס, גרויע הימלן באדעקט מיט שווארצע וואלקענעס אנטייל צו נעמען אין די ווייטאג און פיין פון אירע באשעפנישן כאטשיג פאר אפאר טאג, צו ווייזן עפעס מיטגעפיל! מאך דיך כאטשיג! אבער ס'קוקט נישט אויס ווי זיי צוקראצן זיך, דאס באדערט מיך.
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 02, 2021 9:26 pm
דורך berlbalaguleh
דער גאלדענער אדלער: אויב די הימלען וואלטן געווען באדעקט מיט שווארצע און גרויע וואלקנס וואלט איך געווארן נאכמער דיפרעסד. משא"כ אויב די זון שיינט במלוא הדרה. מיט איהר גאנצע שטארקייט. און ס'איז דא א שיינער בלויער הימל ווער איך א ביסל פרייליך...!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 6:48 pm
דורך תרמב
סאיז זייער אינטערסאנט, מ’כאפט נישט אויף אין אזא שטורמישע יאר אז די יאר איז פארגעקומען זייער אסאך פארפלייצונגען אין די וועלט, אין פלעצער ווי מ’הערט עס נישט געווענטליך, א שטיק צייט צוריק דעם זומער איז געווען שווערע פארפלייצונגען אין עטליכע לענדער אין איירופא, אין דייטשלאנד, בעלגיע, רוסלאנד, און אין טערקיי און אין נאך פלעצער , יעצט האבן אונז געכאפט דא אין די טריי סטעיט געגנט, איך קלער אז ס’קען האבן צוטון מיט גלאבעל ווארעמינג.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 9:58 pm
דורך מפיל קינד
מיינסט צו זאגן קלימאט טויש, ריכטיג? ווייל גלאובעל ווארמינג גרעניצט זיך מיט כפירה.
קיינער דינגט זיך נישט אז פארפלייצונגען קומט פון קלימאטן טויש, די שאלה איז דרייפאכיג:
1. אויב מיר זענען דאס גורם אדער דאס איז א טבע אין די בריאה.
2. צי איז שייך עפעס צו טון דערוועגן, אדער מען זאל זאגן קדיש יתום און אויפהערן משוגע מאכן דאס מענשהייט איבער פלאסטישע שטרויען און ריינע ענערגיע.
3. צי איז דאס עפעס וואס טוישט זיך אליין ווי א גלגל החוזר, 50 יאר הייס און 50 קאלט. דאס מיינט אז איין טאג גייט עס אויטאמאטיש צוריק צום אלטן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 10:03 pm
דורך רביה''ק זי''ע
כפירה אין וואס?
Re: ויהי אחר המבול
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 10:16 pm
דורך טמיר
מפיל קינד האט געשריבן:מיינסט צו זאגן קלימאט טויש, ריכטיג? ווייל גלאובעל ווארמינג גרעניצט זיך מיט כפירה.
קיינער דינגט זיך נישט אז פארפלייצונגען קומט פון קלימאטן טויש, די שאלה איז דרייפאכיג:
1. אויב מיר זענען דאס גורם אדער דאס איז א טבע אין די בריאה.
2. צי איז שייך עפעס צו טון דערוועגן, אדער מען זאל זאגן קדיש יתום און אויפהערן משוגע מאכן דאס מענשהייט איבער פלאסטישע שטרויען און ריינע ענערגיע.
3. צי איז דאס עפעס וואס טוישט זיך אליין ווי א גלגל החוזר, 50 יאר הייס און 50 קאלט. דאס מיינט אז איין טאג גייט עס אויטאמאטיש צוריק צום אלטן.
באמערקסט אז אלע דריי שאלות איז איינס? 1 און 3 איז פשוט. 2 איז אויך תלוי אין דעם, ווייל אויב איז דער מענטש די גורם איז דאך פשוט אז ער קען דאס אפשטעלן אויך
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 10:20 pm
דורך מצפצף
מפיל קינד האט געשריבן:מיינסט צו זאגן קלימאט טויש, ריכטיג? ווייל גלאובעל ווארמינג גרעניצט זיך מיט כפירה.
קיינער דינגט זיך נישט אז פארפלייצונגען קומט פון קלימאטן טויש, די שאלה איז דרייפאכיג:
1. אויב מיר זענען דאס גורם אדער דאס איז א טבע אין די בריאה.
2. צי איז שייך עפעס צו טון דערוועגן, אדער מען זאל זאגן קדיש יתום און אויפהערן משוגע מאכן דאס מענשהייט איבער פלאסטישע שטרויען און ריינע ענערגיע.
3. צי איז דאס עפעס וואס טוישט זיך אליין ווי א גלגל החוזר, 50 יאר הייס און 50 קאלט. דאס מיינט אז איין טאג גייט עס אויטאמאטיש צוריק צום אלטן.
אהעם...
ולעצם הענין.
http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 13#p331813