ס'ליגט מיר אין זכרון ווען כ'האב געלערנט אין חדר מסכת קידושין האב איך געהאט אן אינטערעסאנטע מחשבה: זענען אידן בימי הבית געווען משוגע? ווער, למשל, גייט מקדש זיין א האלבע ווייב (חצייך מקודשת לי)? אדער זענען זיי געווען סתם שווינדלערס ווי די אלע להד"ם'ס און עדי זוממין וכו' וכו'? יעצט אלס אן ערוואקסענער פארשטיי איך אז א) דעמאלס איז געווען א געזעלשאפט פונקט ווי היינט מיט אלע אירע פראבלעמען פון שווינדלערס און משוגעים; און ב) רוב פון די ביישפילן אין גמרא זענען היפאטעטיקעלס: היכי תמצי'ס. What ifs?
יעצט איז געווען באריכטעט אין Jerusalem Post איבער אן ארכעאלאגישן געפינס וואס ווייזט ווי "נארמאל" די געזעלזאפט איז געווען בזמן הבית.
ארכעאלאגן וואס גראבן אין עיר דוד האבן געטראפן א וואג שטיין וואס איז 2700 יאר אלט און ס'איז אנגעצייכנט אלס "2 גרא" אבער למעשה וועגט עס איבער 3 מאל אזויפיל. לויט די ארכעאלאגן איז 1 גרא 0.944 גראם אבער דער שטיין וועגט למעשה 3.61 גראם וואס איז איבער 3 מאל די קארעקטע וואג.
איך בין זיכער אז אין א כולל ערגעץ זיצן תלמידי חכמים על המדוכה און פרובירן אויסצורעכענען וויפיל גראם איז אייגענטליך א גרא וכו'. אבער לויט די ארכעאלאגן האנדלט מען דא מיט א האלסעילער וואס האט באשווינדלט זיינע סופלייערס. ער האט געקויפט און באצאלט פאר 2 גרא און "געפאקעט" די איבעריגע.
איך לייג ביי דעם ארטיקל.
https://www.jpost.com/archaeology/weigh ... lem-678446
לא יהיה לך איפה ואיפה... גנבים בזמן הבית?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
שווער צו גלייבן אז א רויבער קען מאכן פורים פון זיין קלייענטעל מיט אזא גרויסע דיפערענץ. סתם הוידעל בוידעל.
שטיי מיר יעצט ערב ראש השנה, לאמיר זאגען דברי זכויות אויף אידן, איך זאג אז סאיז א שטיין לחומרא, א שטיין וואס מ'האט געניצט צו פסק'נען לחומרא אויף דיני ממנות ודיני נפשות.
-פראפעסער ראקאווער (PHd in deal making, certified by Signature Bank account number ending in 5153)

הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 379
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
- האט שוין געלייקט: 573 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל
פעלשעוון מיט די וואג איז געווען דער קלאסישער שווינדל בימים ההם פארן פשוטן ארעמער איד, דאס אז סאיז געווען גנבים בזמן הבית איז ווייטער נישט קיין חידוש סאיז שוין באשטעטיגט דורך אונזערע נביאים.
איבער די אלע מאדנע היכי תימציס אין גמרא, ווען מען רעדט פון חושן משפט איז עס שוין גארנישט אזוי מאדנע, ווען סקומט צום קעשענע שלעפט מען נאך היינט ארויס דא דארט א פארזשאווערטן מיגו אדער א פיקאנטיש חזקה, ווען מען רעדט פון אנדערע דינים איז עס געווענטליך אויך נישט אומזיסט, עס העלפט אויסקלארן דעם עצם דין איבער וואס מען איז דן און דערנאך קומען ארויס אנדערע דינים וואס זענען יא נוגע למעשה.

אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
חצייך מקודשת לי פארשטיי איך יא. איינער האט א אידענע וואס איז א יופי אבער רעדט אסאך, און איז נישט מסכים צו גארנישט נאר אויב מען הערט אויס איר דרשות יעדעס טאג איבער א שעה. זאגט ער חצייך מקודשת לי, נאר מחציו ולמטה.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים