בלאט 1 פון 3
נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 4:58 pm
דורך [NAMELESS]
א נייע סומאטאכע קאכט זיך יעצט אין די פּינעקעל בנין אין בארא פארק ווי מ'האט צוגעזאגט פאר די קונים פון די העכערע שטאקן אז זיי וועלן האבן א שבת עלעוועיטאר.
שטעלט זיך יעצט ארויס אז געוויסע רבנים זענען דערקעגן און ווילן צווינגען די בעלי בתים נישט צו מאכן די עלעוועיטאר.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 5:01 pm
דורך [NAMELESS]
אה א נייע חבר בד"ץ די באלחובער
די גאלאנטער האט זיך זעהט אויס איבערגיבעטן לכבוד די איסור
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 5:09 pm
דורך רביה''ק זי''ע
קרא עליהם רבינו הקדוש הפסוק אם ללצים הוא יליץ..
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 5:14 pm
דורך [NAMELESS]
כ'האב געזעהן ס'איז דא א בריוו פון רבנים צו די בעלי בתים
Re: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 5:20 pm
דורך תוהו ובוהו
למעשה איז דא דארט א שבת עלעוועיטער בזמני התפילה..
און ס'הענגט א צעטל אז ס'איז נאר געמאכט פאר חולים און אלטע אידן...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 2:01 am
דורך פערינא
רב זילבער וואוינט אין א בילדונג מיט א שבת עלעוועטער. אויב ס'איז אזא פירצה וואלט ער נישט דארט געוואוינט. טיל עלעוועטער מבין עינך.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 2:12 am
דורך דער גאלדענער אדלער
ששון ושמחה האט געשריבן:א נייע סומאטאכע קאכט זיך יעצט אין די פּינעקעל בנין אין בארא פארק ווי מ'האט צוגעזאגט פאר די קונים פון די העכערע שטאקן אז זיי וועלן האבן א שבת עלעוועיטאר.
שטעלט זיך יעצט ארויס אז געוויסע רבנים זענען דערקעגן און ווילן צווינגען די בעלי בתים נישט צו מאכן די עלעוועיטאר.
די בעסטע געפעלט מיר פון דעם צעטיל "ומי יודע מה יצמח מזה".
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 2:18 am
דורך שמעון וואלף
מיר געפעלט בעסער די אנפאנג "נתבקשנו לחוות דעתינו". ווער פינקטליך האט זיי געפרעגט?
נעמען זיך צאם עטליכע תלמידי חכמים און ערקלערן זיך אלץ מנהיגי הדור. קיינער האט זיי נישט אויפגענומען אלץ מנהיגים און טאמער ווילן זיי איבערצייגען אנדערע וויאזוי זיך צו פירן קענען זיי שרייבן תשובות און מברר זיין די הלכה. אבער קיינעם אינטערעסירט נישט זייערע שרעקעדיגע אויסזענדע קול קורא'ס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 2:50 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: און זיי זענען דעמאגאגן און היפאקריטן אויך. ווייל מיט א סאך יארן צוריק איז געווען דער מדובר איבער די שבת עלעוועיטערס אין די פראדזשעקטס. און דער סאטמאר'ע רב, זי"ע בעל דברי יואל האט ארויסגעזאגט זיין מיינונג איבער דעם ענין אז להלכה איז עס מותר. ער האט נאר געבעטן אז נאר עלטערע מענטשן און פאר וועם ס'איז שווער צו גיין אויף די סטעפס זאללן זיך באנוצן מיט דעם...!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 4:43 am
דורך דערהויבענע איד
אין א"י דוכט זיך מיר איז דא געהעריג שבת עלעוועיטער'ס אין יעדע גרויסע בנין...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 8:11 am
דורך זופ מיט מאנדלען
איך מיין אז דער איסור איז היפש פארשטענדליך למעשה איז עס א עובדה דחול, א געהעריגע מאשין נאר אנע לעקטער. די חותמים זענען תלמידי חכמים און האבן נאך א רעכט צו זאגן זייער הלכהדיגע שטעלונג אין הלכות שבת, ווער סהאלט נישט פון זיי איז בארעכטיגט צו גיין צו זיין אייגענעם דיין.
Re: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 8:33 am
דורך תוהו ובוהו
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:איך מיין אז דער איסור איז היפש פארשטענדליך למעשה איז עס א עובדה דחול, א געהעריגע מאשין נאר אנע לעקטער.
נישט דא נאך אזא פארנעפלטע מושג ווי 'עובדא דחול', ס'איז א דזשאקער קארטל וואס געווינט אייביג.
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:די חותמים זענען תלמידי חכמים און האבן נאך א רעכט צו זאגן זייער הלכהדיגע שטעלונג אין הלכות שבת, ווער סהאלט נישט פון זיי איז בארעכטיגט צו גיין צו זיין אייגענעם דיין.
די חידוש איז וויאזוי זיי זענען אייביג מצליח צו באשמירן זייער א.ג. ''הלכה'דיגע'' דעת תורה, מיט עפעס א טאטאלע נאנסענס ווי ''ובודאי יש למנוע מלדור בבנין שיש שם שבת עלעוועיטער''..
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 8:40 am
דורך זופ מיט מאנדלען
אויב "עובדא דחול" איז א פארנעפלטע סוגיא נעמט עס נאך אלס נישט אוועק די רעכט פון די רבנים צו פסקנען.
און אז עטליכע פראמינענטע רבנים פילן אז מען דארף מאכן א גזירה איז עס זייער פולע רעכט, סאיז אויך אונזער פולע רעכט נישט מיטצושטימען מיט זיי אבער אונזער דעה מאכט נישט יענעמס טאהט אדער שטעלע אויס לעגיטים.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 8:56 am
דורך היסטאריע
אויב בארא פארק איז אין די גלילות פין וויליאמסבורג פארשטייט מען פארוואס זיי מישן זיך אריין.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 9:57 am
דורך מצפצף
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:איך מיין אז דער איסור איז היפש פארשטענדליך למעשה איז עס א עובדה דחול, א געהעריגע מאשין נאר אנע לעקטער. די חותמים זענען תלמידי חכמים און האבן נאך א רעכט צו זאגן זייער הלכהדיגע שטעלונג אין הלכות שבת, ווער סהאלט נישט פון זיי איז בארעכטיגט צו גיין צו זיין אייגענעם דיין.
בשם גדולי הוראה, אין בידינו לאסור משום עובדא דחול, אלא מה שאסרו חז"ל.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 11:17 am
דורך berlbalaguleh
מצפצף: לפי זה איז נעמען א לעפל און עסן אויך אן עובדא דחול. ווייל אינדערוואכן עסט מען אויך מיט א לעפל...לאל.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 11:55 am
דורך זופ מיט מאנדלען
סתם חוזק געמאכט פונעם גאנצן עובדה דחול טערמין. וואס @מצפצף זאגט מאכט סענס אבער צוצוגלייכן שבת עלעוועיטארס צו עסן מיט א לעפל איז ביליג גערעדט.
Re: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 1:09 pm
דורך תוהו ובוהו
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:און אז עטליכע פראמינענטע רבנים פילן אז מען דארף מאכן א גזירה איז עס זייער פולע רעכט, סאיז אויך אונזער פולע רעכט נישט מיטצושטימען מיט זיי אבער אונזער דעה מאכט נישט יענעמס טאהט אדער שטעלע אויס לעגיטים.
זיכער אזוי
און איך האב די רעכט צוזאגן אז זייער 'דעת תורה' איז נישט געבויעט אויף 'תורה', און זיכער נישט אויף 'דעת'..
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 1:43 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
די מציאות איז אז דער שבת עלעוועיטאר איז א ערנסטער מחלוקת הפוסקים, גדולים ווי הרב אלישיב און הרב וואזנער האבן עס געאסרט צו נוצן. סאיז נישט מער ווי נארמאל אז רבנים זאלן זעהן דערין א פירצה און עס אסרן מיט א שארפקייט, דאס אז אפאר עמי הארצים פארשטייען נישט דעם חילוק פון דעם און עסן מיט א לעפל און זענען מחליט אן קיין שום הלכהדיגע נימוק אז דער איסור האט נישט קיין דעת אדער תורה איז ממש ראדיקאלע קינדערישקייט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 1:49 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:אויב "עובדא דחול" איז א פארנעפלטע סוגיא נעמט עס נאך אלס נישט אוועק די רעכט פון די רבנים צו פסקנען.
און אז עטליכע פראמינענטע רבנים פילן אז מען דארף מאכן א גזירה איז עס זייער פולע רעכט, סאיז אויך אונזער פולע רעכט נישט מיטצושטימען מיט זיי אבער אונזער דעה מאכט נישט יענעמס טאהט אדער שטעלע אויס לעגיטים.
דעפענישן ביטע?
איך רעד נישט פון דעם יעצטיגן קול קורא, איך וויל נאר באמת פארשטיין בכלליות וויאזוי און ווען באקומט א רב דעם כח היינט צוטאגס, דארף ער זיין רב און א שול? איז גענוג אז ער זיצט אויבן אן אין א שול וואס ער האט אליין געבויט בבחינת ווער ס׳האט די מאה האט די דעה? דארף ער אויך האבן א לעדער-העד וכו׳?
ווי אויך שרייבסטו ׳עטליכע׳. גיב מיר א פינקטליכע נומער ביטע וויפיל רבנים דארפן חתמ׳נען אויף א צעטל בכדאי ס׳זאל האבן דעם תוקף מחייב צו זיין דעם גאנצן יהדות החרדית.
ביטע אויסקלארן בכדי למנוע מכשול מדורות העתידות...
נ.ב. באמערק איך יעצט ווי דו גיבסט די פולע רעכט נישט מיטצושטימען וכו׳ פארשטיי איך שוין אינגאנצן נישט וואס ס׳איז די חידוש פונעם ׳רעכט׳ מיט וואס דו האסט באשאנקען די רבנים צו מאכן גזירות...
Re: נייע סומאטאכע: שבת עלעוועיטארס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 2:11 pm
דורך חתן בחור
לכאורה איינמאל מ׳הייבט עס אן ניצן אום שבת איז עס מער נישט קיין עובדא דחול.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 2:55 pm
דורך מצפצף
חתן בחור האט געשריבן:לכאורה איינמאל מ׳הייבט עס אן ניצן אום שבת איז עס מער נישט קיין עובדא דחול.
אז מען מאכט א שינוי איז אויך נישט דער קיין עובדא דחול, און א שבת עליוועיטאר, אין לך שינוי גדול מזה.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 3:01 pm
דורך [NAMELESS]
אין סקולענער שול אין בארא פארק איז דא א שבת עלעוועיטער וואס מען האט געבויט פארן רבי'ן ווען ער איז שוין געווען שוואך. ער האט עס גראדע נישט גענוצט, אבער דער פאקט אז מען האט עס געבויעט אין אזא עקסטרעמע פלאץ און עס איז נישט געווארן קיין סומעטאכע דערפון ווייזט, אז דא האבן די רבנים פון התאחדות א תאוה פון שררה און א קנאה אויף די בעלי בתים און דעריבער קומען זיי בונטעווען.