בלאט 1 פון 1

איז טאקע בעסער אונטער ביידן?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 03, 2021 5:45 pm
דורך קורקלענד
אזויווי קאווע שטיבל פארמאגט ב''ה זייער אסאך לינק געשטימטע מעמבער'ס. און אזויווי פילע פון די לינקע פילן אז די דעמאקראטישע פארטיי פארטרעט זייער אידיאלאגיע. און אזויווי פילע דא האבן טאקע געשטימט פאר ביידן. וואלט איך געוואלט פרעגן אצינד נאר פון די וואס האָבן געשטימט פאר ביידן, מיט וואס איז אייער לעבן פארבעסערט געווארן אונטער ביידן?

איך וויל נישט הערן וואס טראמפּ שטיצער האלטן, ס'איז שוין דא א אשכול צוויי פאר זיי.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 4:26 am
דורך דערהויבענע איד
איך בין נישט קיין דעמאקראט, אבער דאך קען איך שרייבן זאכן וואס א ליבעריל עפרישיעיט:
3 ריזיגע רעליף בילס
די פרעזידענט איז שטיל און פירט נישט קיין מערכות מיט מענטשן

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 8:16 am
דורך זופ מיט מאנדלען
ביידנס צוגאנג גיבט דעם געפיל פון האפענונג אז איין טאג וועט נאך אמעריקע ווערן א באזעסענע מערב וועלט לאנד, ער שטעקט ווייניגער אריין די נאז און פלעצער ווי ער מוז נישט, האט דורכגעפירט די אינפארסטרוקטור ביל, איינער וואס האט אמאל באזוכט סיי וועלכע אייראפעאישע לאנד איז נתפעל געווארן אונטער וואספארא נידריגע באדינונגען די אמעריקאנער האבן געלעבט ביז יעצט.

Re: איז טאקע בעסער אונטער ביידן?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 3:56 pm
דורך פאליטיקאנט
ביז יעצט?
הייב דיך נישט אן איינרעדן אז יעצט נאך די "3 טריליאן דאלער" אינפראסטרוקטור ביל גייט אמעריקע'ס אינפראסטרוקטור ווערן פארגעשריטען.

ימים ידברו, אבער מיין שאצונג איז אז די געלט גייט פארטאכלעוועט ווערן און גארנישט תכלית'דיג גייט ארויסקומען.

פון דורכפירן בילס ווערן זאכן נישט געטוען!
אין אייראפע, האט מען "קודם" פלאנירט וואס דארף ווערן פארראכטן / איבערגעמאכט, און ערשט דערנאך וואס עס איז געווען קלארע פלענער באזירט אויף פאקטישע ארבעט אין די פעלד, און נאר געלט האט געפעלט, האט מען "אינוועסטירט" (נישט סתם געפרינט אן קיין חשבון) די נויטיגע געלט וואס פעלט אויס אין די פראיעקטן.

אבאמא האט אויך דורכגעפירט די American Recovery and Reinvestment Act וואס האט געהאט קרוב צו 50 ביליאן דאלער פאר אינפראסטרוקטור, חוץ פון אפאר פארשטופטע איבערגעמאכטע ראודס וואס צוברעקלן שוין יעצט, האט עס גארנישט געטוען. - און דאס איז אבאמא וועלכע האט כמה פעמים גערעדט פון בויען א פארגעשריטענע אייראפעישער סטייל באן סיסטעם איבערן לאנד, אבער פארשטאנען אז עס בויעט זיך נישט סתם.....
[כאילו טראמפ אדער סיי וועלכע פרעזידענט האט נישט געקענט דורכפירן לופטיגע געלט פרינטינג בילס, גרויס חכמה שטעקט דא.]

כ'וויל ווידער האלטן אז כ'מיש מיך ווייניג אין פאליטיק, און כ'האלט נישט פון איין פארטיי מער פון די צווייטען, נאר כ'קען נישט פארשטיין וויאזוי מ'גיבט קרעדיט פאר פאליטיקאנטן נאך איידערן זען רעזולטס. בלויז שטופן אגענדעס אן פאקטיש אויפטוען מיינט נישט מנהיגות.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 7:02 pm
דורך מצפצף
פאליטיקאנט האט געשריבן:ביז יעצט?

3 טריליאן איז אביסעלע מער ווי קרוב צו פופציג מיליאן, במילא צווישן אלע געלטער וואס וועלן צירינען ווערן נוסח אנקל סעם, וועלן אויך די ראודס און ברידזשעס זעהן א חלק דערפון.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 8:17 pm
דורך פאלאצ'ינטא
קורקלענד האט געשריבן:אזויווי קאווע שטיבל פארמאגט ב''ה זייער אסאך לינק געשטימטע מעמבער'ס. און אזויווי פילע פון די לינקע פילן אז די דעמאקראטישע פארטיי פארטרעט זייער אידיאלאגיע. און אזויווי פילע דא האבן טאקע געשטימט פאר ביידן. וואלט איך געוואלט פרעגן אצינד נאר פון די וואס האָבן געשטימט פאר ביידן, מיט וואס איז אייער לעבן פארבעסערט געווארן אונטער ביידן?

איך וויל נישט הערן וואס טראמפּ שטיצער האלטן, ס'איז שוין דא א אשכול צוויי פאר זיי.

דאס דארף מען פרעגן משה דוד נידריגמאן

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 8:47 pm
דורך קורקלענד
איך ווארט נאכאלץ צו הערן פון סיי וועלכע לינקע מיט וואס זייער לעבן איז בעסער געווארן אונטער ביידן. איך ווייס אז מ'האט צוגעזאגט גרויסע זאכן... די שאלה איז וואס גייט דעליווערט ווערן...

פון די דריי טריליאן דאלאר איז לכתחילה נאר באשטימט געווארן זיבן הונדערט ביליאן פאר אינפראסטרוקטור, די רעשט זענען געגאנגען פאר אנדערע וויכטיקע צוועקן.... אצינד דארף מען זעהן וויפיל פון די זיבן מאות גייט אנקומען אין אינפראסטרוקטור.

אויב האט איינער געשטימט פאר ביידן און איז אביסל אנטוישט וואלט איך אויך געוואלט הערן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 8:55 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:
דאס דארף מען פרעגן משה דוד נידריגמאן

בעפאר די נוצט אויס דיין קריעטיוויטעט אויף א צווייטננס נאמען נעם אין אכט אז די צונעמען עפאכע געהערט צו די סענדז סטריט אידן.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 9:47 pm
דורך מצפצף
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
פאלאצ'ינטא האט געשריבן:
דאס דארף מען פרעגן משה דוד נידריגמאן

בעפאר די נוצט אויס דיין קריעטיוויטעט אויף א צווייטננס נאמען נעם אין אכט אז די צונעמען עפאכע געהערט צו די סענדז סטריט אידן.

און דער געוועזענער ירום הודו.