דער גרינער יֵצֶר־טוֹב - צווייטער קאַפּיטל - וועקער #19
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 05, 2021 12:18 am
דער גרינער יֵצֶר־טוֹב — צווייטער קאַפּיטל — קאָמענטאַרן.
בברכת לשנה טובה.
בברכת לשנה טובה.
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=14829
פאליטיקאנט האט געשריבן:לייגענדיג א דגוש ביים ערשטן טייל אויף ריין אידיש, וואונדער איך מיך יעצט, איז די ווערטער קויזאליטעט (causation) און קאֲפאֲבאֲל (capable) אויטענטיש אידיש, אדער סתם פאראידישט פון ענגליש?
יוֹנָה מָצְאָה האָט געשריבן:
"דער טאָמלער, א גרויסער מומחה אין דער קויזאַליטעט פון טראַגעדיעס, האָט שוין געדרוקט פילע ספרים און קונטרסים בעניני צניעות; ספּעציעלע עקספּערטיז פאַרמאָגט ער אינעם תּחום פון שייטלען. אִם רוֹאֶה אָדָם שֶׁיִּסּוּרִין בָּאִין עָלָיו, לערנט ער פּשט אין גמרא, יְפַשְׁפֵּשׁ בְּמַעֲשָׂיו, מוזן אידישע ווייבער זיך פאַרבעסערן. גאָר מייסטעריש טויג ער צו פּאַלמעסן אַן אומגליק און מיט רייכע עקספּאָזיציעס אַנטבלויזן די זינדיגע וואָרצלען צו דער וועלט."
העניך האט געשריבן:פאליטיקאנט האט געשריבן:לייגענדיג א דגוש ביים ערשטן טייל אויף ריין אידיש, וואונדער איך מיך יעצט, איז די ווערטער קויזאליטעט (causation) און קאֲפאֲבאֲל (capable) אויטענטיש אידיש, אדער סתם פאראידישט פון ענגליש?
ווי דער רבי ר' זושא האט געזאגט, "כ'ווייס עס פון דארט וואו דער ירושלמי ווייסט עס." אידיש האט קאַפּאַבל פונעם זעלבן ארט וואו ענגליש האט עס. פונקט ווי לאטייניש און פראנצויזיש.
יוֹנָה מָצְאָה האָט געשריבן:
"דער טאָמלער, א גרויסער מומחה אין דער קויזאַליטעט פון טראַגעדיעס, האָט שוין געדרוקט פילע ספרים און קונטרסים בעניני צניעות; ספּעציעלע עקספּערטיז פאַרמאָגט ער אינעם תּחום פון שייטלען. אִם רוֹאֶה אָדָם שֶׁיִּסּוּרִין בָּאִין עָלָיו, לערנט ער פּשט אין גמרא, יְפַשְׁפֵּשׁ בְּמַעֲשָׂיו, מוזן אידישע ווייבער זיך פאַרבעסערן. גאָר מייסטעריש טויג ער צו פּאַלמעסן אַן אומגליק און מיט רייכע עקספּאָזיציעס אַנטבלויזן די זינדיגע וואָרצלען צו דער וועלט."
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:ער’ יונה מצאה:
איך בין יעצט אין די געגענט פון קרית יואל, ס’וואלט געווען כדאי צוצוגיין צום טאמלער’ס ציון אויסצובעטן א גוט יאר, כ’וויל וויסען אויב דער הייליגער "טאמלער" זי"ע ליגט אין קרית יואל אדער אין נו- זשערסי. ?
טשילער האט געשריבן:זאפטיגע ווערטער, ערשטמאליגע אויסדרוקן, וואס ווארטן שוין לאנג צו "קומען צום ווארט"… אבער ווי איז די "ווערטערבוך" פארשווינדען געווארן? ווי אזוי דארף אן אנשטענדיגער לייענער וויסן, צום ביישפיל, וואס א "גאמבע" מיינט?...