בלאט 1 פון 1

6 טעראריסטישע ארעסטאנטן האבן אויסגעגראבן א טונעל און אנטלאפן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 06, 2021 3:26 am
דורך בן-עולם-הבא
אזא מעשה האט זיך שוין לאנג נישט געהערט. דאס איז פארגעקומען היינט נאכט אין ישראל. און נישט אין א געווענלעכע טורמע
נאר אין איינע פון די סאמע אפגעהיטענע טורמעס.

אזא העזה. אויסצוגראבן אונטער די תפיסה א גאר לאנגער טונעל וועלכער דערגרייכט ביז צו א באאקערט פעלד. און מיט וואס?
מיט פרעמיטיווישע מיטלען. און וואו האבן זיי אהינגעטאן דאס גאצע אויסגעגראבענע זאמד און ערד? א ים מיט ערד.

שווער צו באנעמען אזא זאך. ווי אזוי האט זיך דער קאמפליצירטער פראייעקט דורעגעפיט אונטער די נעזער פון די תפיסה-וועכטערס
און קיינער פון זיי האט גארנישט באמערקט. א שאנד און א שפאט.

קעפ וועלן דא פליען.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:04 am
דורך berlbalaguleh
זיי האבן (זיכער) געהאט אינסייד העלפ. דא אין אמעריקע, אין נ .י. סטעיט אין איינס פון די פארזיכערסטע פריזאנס איז געשעהן די זעלבע זאך. נאר די רויבערס האבן געהאט אינסייד העלפ. פון א (פרוי) גארד וואס האט מיטגעארבעט מיט זיי פאר (צוגעזאגטע) געלט און אנדערע טובות.

זיי האבן זיך ארויסגעגראבן ביז צו א דערנעבנדיגע גאס. די רויבערס זענען געווען בערך א וואך אויף דער פריי. בשעת די גאנצע לאו ענפאורסמענט אפעראציע פון די סטעיט האט זיי געזוכט. איינעם פון די רויבערס האבן די פאליציי געשאסן ווייל ער האט ערשט געשאסן אויף זיי. דער צווייטער רויבער האטציך שפעטער מיט 2 טעג אונטערגעגעבן. ווען ער האט איינגעזעהן אז ער האט נישט מער קיין שאנסן צו אנטלויפן...!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 3:26 am
דורך בן-עולם-הבא
ווארשיינלעך האבן זיי העהאט אן אינערלעכע הילף. דערווייל האט מען זיי נישט געכאפט.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 8:57 am
דורך berlbalaguleh
מסתמא וועט/האט הרב ש.ב. מרגליות המכונה שמואל שלמה טעללער שרייבן אין בלאט אז דאס איז א סימן פון אן אתחלתא דגאולה. א סימן אז די ציונים שר"י, עפ"ל,ימ"ש הייבן שוין אן צו פארלירן די שליטה אין זייער טמא'נע מדינה. זיין קאלעגע הרב ישראל מ. סופר המכונה מנשקה'לע פיליפ וועט שרייבן אז ס'איז דא א באהאלטענער (פון וועם) מאמר הזוה"ק אז פאר ביאת המשיח אין די ציוניסטישע מדינה (יא. דער זוה"ק האט דאס אויך פאראויסגעזאגט) וועללן זיך די וואוילע ארנטליכע און אנשטענדיגע בני ישמעאל שטארקן איבער די ציונים ימ"ש...וכו'...!

אבער, ליידער, בעוה"ר לויט ווי מ'געט איבער די נייעס האטציך די סטרא אחרא ליידער געשטארקט. און די ציונים שר"י וכו'... האבן געכאפט די אלע זעקס וואוילע אראבערס און זיי צוריקגעפאנגען אין די ציוניסטישע תפיסה. וואו זיי וועללן אדורכגיין שטארקע יסורים. אלעס ווייל זיי האבן געשאסן אדער געשטאכן כמנהג בני ישמעאל א פאר ציונים...!

די שאלה איז. ווער ס'איז א ציוני...? אן ערליכער איד וואס גייט מיט זיין טו"ת צו שחרית אינדערפריה...אדער א בחור וואס גייט לערנען אין ישיבה...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 1:56 pm
דורך בן נון
מען האט זיי שוין לאנג צריק געכאפט ר’ בערל
די צוינים זענען פיין און קאנטראל

עס איז דא עפעס א סקאנדאל מיט אגד באסעס וויל זיי ווילן נישט פארן דארך שער שכם אויס מורה פון שטיינער

נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 3:20 pm
דורך berlbalaguleh
בן נון: דו ביסט גערעכט. דו דארפסט פארשטיין אז דאס ציונות (אהבת ישראל. נישט אהבת ישמעאל און שנאת ישראל.) צירקולירט ביי מיר אין בלוט. און אמאל שטארקט זיך עס. מוז איך עס א ביסל ארויסגעבן...!