בלאט 1 פון 3
ערענסטע קאראנא אויסבראך אין אידישע געגענטער אין נ"י
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:33 pm
דורך [NAMELESS]
עס איז יעצט דא א ערענסטע קאראנא אויסבראך אין אלע היימישע געגענטער אין נ"י, מיט הונדערטער קעיסעס אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל וכו'.
איך האב געהערט פון עט ליסט איין קעיס אין מאנסי וואס איז ליידער גאר ערענסט.
Re: ערענסטע קאראנא אויסבראך אין אידישע געגענטער אין נ"י
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 11:37 pm
דורך קול הלשון
די עיקר איז אין קרית יואל דארט איז דא די מערסטע קעיסעס
Sent from my SM-G991U1 using Tapatalk
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 12:44 am
דורך קורקלענד
אויך איז ליידער דא פילע כראנישע קענסער קעיסעס אין אלע היימישע געגענטער אין נ"י, מיט הונדערטער קעיסעס אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל וכו'. זיי זאגן אז ס'ווערט מער און מער.
איך האב געהערט פון מערערע קעיסעס אויך אין מאנסי וואס זענען ליידער גאר ערענסט.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 1:01 am
דורך שמעון וואלף
שמועות פון לעיקוואד קומען אריין אז די אויסברוך פון קאראנע איז שטארק ר"ל
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 1:12 am
דורך בת קול
קורקלענד האט געשריבן:אויך איז ליידער דא פילע כראנישע קענסער קעיסעס אין אלע היימישע געגענטער אין נ"י, מיט הונדערטער קעיסעס אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל וכו'. זיי זאגן אז ס'ווערט מער און מער.
איך האב געהערט פון מערערע קעיסעס אויך אין מאנסי וואס זענען ליידער גאר ערענסט.
אויך פארשטיי איך אז cancer+Corona= deathly combination.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 1:19 am
דורך קורקלענד
ס'טאקע גוט באקאנט אז קענסער איז נישט שעדליך אין די אפוועזנהייט פון קאראונא.......
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 1:39 am
דורך בת קול
קורקלענד האט געשריבן:ס'טאקע גוט באקאנט אז קענסער איז נישט שעדליך אין די אפוועזנהייט פון קאראונא.......
מער פון 80% קענסער געליטענע לעבן עס דורך.
קאראנא פארמינערט דראסטיש די טשאנסן.
א מענטש מיט א מילדע פארעם פון קענסער וואס קען זיך געווענטליך גרינג ערהוילן, איז אין א גרויסע סכנה פון קאראנא, ווען מען גייט דורך קימאו און מען האט נישט קיין אימיון סיסטעם.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 4:07 am
דורך אישתישבי
קורקלענד האט געשריבן:אויך איז ליידער דא פילע כראנישע קענסער קעיסעס אין אלע היימישע געגענטער אין נ"י, מיט הונדערטער קעיסעס אין וויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, קרית יואל וכו'. זיי זאגן אז ס'ווערט מער און מער.
איך האב געהערט פון מערערע קעיסעס אויך אין מאנסי וואס זענען ליידער גאר ערענסט.
ווער איז דער "זיי" זאגן? און וואס זאגן אונז?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 10:14 am
דורך קורקלענד
מער ווי 99.75% קאראונא געליטענע לעבן עס איבער.
פון ווי נעמט איר אז קענסער האט א אכציג פראצענט ראטע?
פאר איינער אויף כימאו מיט א שוואכע אומיון סיסטעם איז א פלו אדער סיי וואס ווייניגער שעדליך ווי קאראונא?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 2:06 pm
דורך אישתישבי
וואס איז דער פלו פאונט?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 2:29 pm
דורך בת קול
קורקלענד האט געשריבן:מער ווי 99.75% קאראונא געליטענע לעבן עס איבער.
פון ווי נעמט איר אז קענסער האט א אכציג פראצענט ראטע?
פאר איינער אויף כימאו מיט א שוואכע אומיון סיסטעם איז א פלו אדער סיי וואס ווייניגער שעדליך ווי קאראונא?
יא עס איז ווייניגער שעדליך פאר זיי ווי קאראנא.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 2:35 pm
דורך קורקלענד
בת קול האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:מער ווי 99.75% קאראונא געליטענע לעבן עס איבער.
פון ווי נעמט איר אז קענסער האט א אכציג פראצענט ראטע?
פאר איינער אויף כימאו מיט א שוואכע אומיון סיסטעם איז א פלו אדער סיי וואס ווייניגער שעדליך ווי קאראונא?
יא עס איז ווייניגער שעדליך פאר זיי ווי קאראנא.
אדער זענט איר סתם מיסאינפארמירט אדער מאכט איר סתם אויף פאקטן זיך צו דינגען. ווי ווייט מיינע ידיעות גייען, ווייס איך אז איינער אויף כימאו מיט א נידעריקער צאָל אין ווייסע צעלן וואס צייגט אויף א שוואכע אומיון, איז אומשטאנד אומצוקומען אפי' פון דאס קלענסטע. און טאקע דערפאר שפארן זיי זיך איין. און אצינד אין קאראונא איז אויך מער ריכטיג אז נאר די וואס זענען אומשטאנד אומצוקומען דערפון זאלן זיך זעלבסט היטן און לאזן די רעשט פון דער וועלט געמאכט.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 3:24 pm
דורך מפיל קינד
בת קול האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:מער ווי 99.75% קאראונא געליטענע לעבן עס איבער.
פון ווי נעמט איר אז קענסער האט א אכציג פראצענט ראטע?
פאר איינער אויף כימאו מיט א שוואכע אומיון סיסטעם איז א פלו אדער סיי וואס ווייניגער שעדליך ווי קאראונא?
יא עס איז ווייניגער שעדליך פאר זיי ווי קאראנא.
אין די ערשטע כוואליע איז באריכטעט געווארן אז געוויסע קענסער פאציענטן זענען באפרייט געווארן פון זייער קענסער אדאנק קאוויד.
https://slate.com/technology/2021/04/cancer-covid-remission-treatment-viruses.htmlhttps://www.google.com/url?sa=t&source= ... BaMcNpFNoN
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 10, 2021 6:36 pm
דורך אישתישבי
כאילו דער גאנצע פראבלעם איז כימא פאציענטן. עס זאל זיין גוט, אבער ווער ווייסט וואס קען נאך דא ווערען ווייל אונז וואקסינירען זיך נישט.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 9:26 pm
דורך berlbalaguleh
קורקלענד האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:מער ווי 99.75% קאראונא געליטענע לעבן עס איבער.
פון ווי נעמט איר אז קענסער האט א אכציג פראצענט ראטע?
פאר איינער אויף כימאו מיט א שוואכע אומיון סיסטעם איז א פלו אדער סיי וואס ווייניגער שעדליך ווי קאראונא?
יא עס איז ווייניגער שעדליך פאר זיי ווי קאראנא.
אדער זענט איר סתם מיסאינפארמירט אדער מאכט איר סתם אויף פאקטן זיך צו דינגען. ווי ווייט מיינע ידיעות גייען, ווייס איך אז איינער אויף כימאו מיט א נידעריקער צאָל אין ווייסע צעלן וואס צייגט אויף א שוואכע אומיון, איז אומשטאנד אומצוקומען אפי' פון דאס קלענסטע. און טאקע דערפאר שפארן זיי זיך איין. און אצינד אין קאראונא איז אויך מער ריכטיג אז נאר די וואס זענען אומשטאנד אומצוקומען דערפון זאלן זיך זעלבסט היטן און לאזן די רעשט פון דער וועלט געמאכט.
מ'קען אבער נישט וויסן וויאזוי ס'וועט אנקומען צו דעם מענטש מיט די שוואכע אימיון סיסטעם...!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 12:38 am
דורך שמעקעדיג
אישתישבי האט געשריבן:עס זאל זיין גוט, אבער ווער ווייסט וואס קען נאך דא ווערען ווייל אונז וואקסינירען זיך נישט.
ומי יודע מה יצמח מזה.... ווי האב איך לעצטנס געזען דעם אויסדרוק?...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 9:24 am
דורך זופ מיט מאנדלען
מזל טוב @חתם סופר צום פרישן כוואליע נאכן ווארטן אזוי לאנג.......
עס איז א פחד צו זעהן ווי מענשן קורירן זיך נישט אויס פון פאניק, ציילן טויטע מיט אנגסט און פארפירן איבער קאראנא כוואליעס איעדן מאנטאג און דינסטאג.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 9:31 am
דורך מפיל קינד
איך האב נישט דא באגענגט קיין אנגסט אדער פאניק. איך זע עס אלס פרישע כוואליע פון אשכולות...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 9:39 am
דורך איך אויך
און ארטיקלן פארען גארביטש וועקער.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 12, 2021 11:14 am
דורך berlbalaguleh
איך אויך: פארוואס ביסטו אויפגערעגט אויפ'ן וועקער...?! למה...?! ביטע זיי מסביר...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 10:09 am
דורך [NAMELESS]
א איד פון לעיקוואד שרייבט מיר אין אישי
איך קען עטליכע אין לעיקוואד וואס האבן עס לעצטענס באקומן, וואקסינירטע און נישט וואקסינירטע, און איינער איז געווען אויף א רעספירעיטאר א פאר וואכן צוריק. עס דרייט זיך גאנץ שטארק דוכט זיך.
מיין שוועסטער אין לאנדאן, גענצליך וואקסינירט, האט עס באקומן א וואך צוריק, ב"ה זי פילט אסאך בעסער.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:19 pm
דורך אישתישבי
איך אויך האט געשריבן:און ארטיקלן פארען גארביטש וועקער.
ג"א מצטרף
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 13, 2021 12:45 pm
דורך קאך_לעפל
פאר די דאזיגע וואס רעדן זיך נעבאך איין, אז דער עמפעדעמיע וועט זיך אמאל ענדיגען, העלפט ניטאמאל קיין תהילים!
די מארקסיסטן (געוועזענע דעמאקראטן) זענען אויסן אז די עמפעדעמיע זאל אנהאלטן אויף שטענדיג, ווייל בלויז אזוי קענען זיי רויבן אונזער פרייהייט.
עס איז נישט פארהאן קיין זאך וואס א מארקסיסט האסן אזוי שטארק, ווי יענעמ'ס פרייהייט!
די רשעים, ווילן געוועלטיגן אויף די גופים ( מאסקעס, וואקסינען, לאק דאון) אויף די נשמות ( ראסיזם, קלימאט, דזשענדער) אויפן געלט (הויכע שטייערן)
די מאכט-אויסגעדארשטע פארשוינען אין וואשינגטאן, די שטיקער צואה רותחות מיט גייסטער, א שטייגער, ווי דער מלך המאנגאליענס, יאשע ביידן, קלאפטע פעלאוסי, שטעוועקל שומער, און אלע אנדערע שדים ורוחות, זענען בלויז אויסן צו געוועלטיגען אויף די מענטשהייט. אצינד איז עס אונטער די שלייער פון קאויוועד... גיי ווייס וואס ס'וועט זיין מארגן...