בלאט 1 פון 1

קנאישע פראקציע צוטיילט זיך פון מהרז"ל??

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 11, 2021 10:20 pm
דורך גיב א שמייכעל
איך ווייס נישט צו דאס איז בכלל אמת צו נישט אבער די צעטיל פארט יעצט ארום.
אויב דאס איז אמת, איז דאס א שטעכעדיגע ווענדפונקט און די אינטערערדישע מחלוקה צווישן מהרז"ל און ר' ישעי' ווייס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 24, 2021 10:53 pm
דורך berlbalaguleh
לאמיר זיך ווידער טרעפן אום יאר תשצ"ה לפ"ק. דאמאלס וועט שוין (אי"ה) זיין בערך 30 סאטמארס. אזוי אז צו זאגן ער איז א סאטמאר'ע חסיד מיינט גארנישט. מ'וועט דארפן צו געבן דעם ייחוס פון די פראקציע צו וועלכע ער באלאנגט. למשל. ס'וועט זיין די בני ישראל (נאך הרה"ק ר' ישראל בריעף. בארימט פון די שפיגל ברעכערס. נאך בימי הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע.) ד'סאטמאר. נאכדעם וועט זיין די אנשי הרבנית אלטא פיגא דבני יואל. אויך וועט זיין די אנשי בני יוסף דבני יואל.און די בני יקתואל יהודא מבני יואל דרביה"ק מסאטמאר וועללן זיך אויך לאזן הערן... ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...נאך איין פראקציע האמיר פארגעסן...די בני מנשה דרבינו יואל. די חסידים פון הר"ר מנשה פיליפ שליט"א וואס ער רעדט זיך איין און פרובירט איינצורעדן פאר א יעדן אז ער פארשטייט די שיטה פון רביה"ק מ'סאטמר די בעסטע און גלייך הינטער איהם שטייט זיין קאלעגע והשני בדומה לו הרב ש.ב. מרגליות פונ'ם בלאט. המכונה שמואל שלמה טעללער שליט"א...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 2:17 am
דורך שמעון וואלף
berlbalaguleh האט געשריבן:לאמיר זיך ווידער טרעפן אום יאר תשצ"ה לפ"ק. דאמאלס וועט שוין (אי"ה) זיין בערך 30 סאטמארס. אזוי אז צו זאגן ער איז א סאטמאר'ע חסיד מיינט גארנישט. מ'וועט דארפן צו געבן דעם ייחוס פון די פראקציע צו וועלכע ער באלאנגט. למשל. ס'וועט זיין די בני ישראל (נאך הרה"ק ר' ישראל בריעף. בארימט פון די שפיגל ברעכערס. נאך בימי הרה"ק מ'סאטמאר זי"ע.) ד'סאטמאר. נאכדעם וועט זיין די אנשי הרבנית אלטא פיגא דבני יואל. אויך וועט זיין די אנשי בני יוסף דבני יואל.און די בני יקתואל יהודא מבני יואל דרביה"ק מסאטמאר וועללן זיך אויך לאזן הערן... ואי אפשר לפורטם כי רבים הם...נאך איין פראקציע האמיר פארגעסן...די בני מנשה דרבינו יואל. די חסידים פון הר"ר מנשה פיליפ שליט"א וואס ער רעדט זיך איין און פרובירט איינצורעדן פאר א יעדן אז ער פארשטייט די שיטה פון רביה"ק מ'סאטמר די בעסטע און גלייך הינטער איהם שטייט הרב ש.ב. מרגליות פונ'ם בלאט. המכונה שמואל שלמה טעללער שליט"א...!

פון די בני ברק'ע פראקציע האסטי פארגעסן אדער שמעקט דיר פשוט נישט צו רעדן דערפון?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 8:21 am
דורך berlbalaguleh
שמעון וואלף: דו ביסט גערעכט. נאר ווען מ'וועט רעדן פונ'ם ייחוס פון די בעלי פלוגתא פון מהר"א מקר"י שליט"א דאמאלס 'עמיר אויסרעכענען די בני ברק'ער פראקציע. אבער דאס פאדערט א באזונדערע תגובה. אדער גאר א באזינדער'ן אשכול...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 8:40 am
דורך זופ מיט מאנדלען
דער צעטל איז ווארשיינליך אמת, אבער איך זעה נישט וואס דאס זאל זאגן איבער א טיילונג, די שיקער אין אט דעם מוסד זענען אדער מענטשן וואס האבן קיינמאל זיך אנגעהערט צו רז"לס פארטיי און האבן געשיקט די קינדער אין תשב"ר, שאפראן, קאשוי וכדומה. אדער זלמונים וועלכע אינדענטיפיצירן זיך נאך אלס אלס זאלוני נאר האבן פראבלעמען מיט די חינוך.

דער גייסט היינט צוטאג ביי רבי זלמן לייב איז אז מען ברויך נישט טוישן אינדענטיטעט צו פייפן אויפן סיסטעם, די מוסדות און שוהלן פון בני יואל ווערן ליידיגער וויבאלד מען קען האקן אויפן רעבין און אויפן סיסטעם אין ראדני מקוה, טא וואס שמעקן דעם ריח פון געפילטע אינעם טשאהטער בונקער...

דער וואס האלט אז אזא צעטל זאגט עפעס איבער א טיילונג איז ווארשיינליך אומבאקאנט אין די זלונישער סאציאלאגיע.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 8:48 am
דורך berlbalaguleh
זופ מיט מאנדלען: ונזכה ונחיה ונראה. אלעס ווענדט זיך וואספארא שטארקע ארמיי מהרז"ל שליט"א האט...!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 8:52 am
דורך זופ מיט מאנדלען
רבי בערל: מיין הסבר איז נישט געווען אז די זלמונים האבן מער מאכט אדער קראפט פון אט די באוועגונג, נאר בלויז אז היינט ווערט אזא התנהגות טאלערירט דורך די זאלנוים און סיי וועלכע באוועגונגען אפילו קעגן סיסטעם זענען נכסי צאן ברזל דארט, און אזא צעטל קען זיין אמת אבער מיינט נישט אז די אידן אדער די זאלונים וועלן זיך שוין נישט אינדענטיפיצירן ווי איינס.