די צייט איז דא. די צייט פון מצוה הבאה בעבירה. ווען מען פאנגט אן צו בויען די סוכה. איך רעד פון די מחמירים און מדקדקים צו בויען נישט פאר 11 ביינאכט. ווען שכנים פראבירן צו שלאפען און אויסער דער שרייען איינער צום אנדערן און האקען מיט האמער נוצט מען דריללס און לעקטרישע זעג און די מחמירים ביותר צינדן אן מוזיק. מיט די שיטה אז מען דארף דאך א סוכה, און דער ערד אריין מיט די שכנים אויך בוי א סוכה.
אויסער דעם קומט נאך צו די מצוה פון חילול השם אז די גויאישע שכנים זעהן און הערן ווי די פאר בהמות בצורות אדם מאכען א גערודער ביז שפעט ביינאכט. און האבען נאך א חוצפה צו שרייען אז זיי זענען אנטיסעמיטן אויב זיי האבען טענות.
מיין שכן איז א גרויסע מחמיר ער פאנגט נישט אן פאר 11 .1130. אין גייט ביז 3 פארטאג און עס העלפט נישט קיין בעטן עס העלפט נישט קיין פודינו ומצילינו ער וויל א סוכה.
אבער ווייגען זאלסאט פראבירן טוהן עפעס ווען ער וויל שלאפען. לעצטען יאהר שמחת בית השואיבה האט איינער פון די שכנים גערופען די פאליציי 9.30 ווייל איינער האט געזונגען אין זיין סוכה אן מוזיק. ביי דעם האט ער זיך מורה היתר געוועהן צו מסר'ן.
ממש א מצוה הבאה בעבירה. באמת איז עס א עבירה הבאה בעבירה ווייל אויף אזא אופן ווייס איך נישט אויב זיי זענען בכלל מקיים די מצוה.
די זעלבע חכמים האבען טענות אויב די גוים מאכען א געראטשקע ביי זייער חגא מיט מוזיק. נישט ווייט פון ווי איך וואוין איז דא א קלויסטער וועליכע מאכט אסאך מאהל א פאראד מיט מוזיק און דא קומען די מחמירים און האבען טענות. זיי פארגעסען אז זיי זענען אין גלות און זיי פארגעסען אז ווען מען מאכט א הכנסת ספר תורה מאכען זיי די זעלבע טומל.
זיי מעגן זאהל איעדער פלאצען
איך מעג - דו נישט
- פאלאצ'ינטא
- היימישער באניצער
- הודעות: 557
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
- האט שוין געלייקט: 432 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20419
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
פאלאצ'ינטא: איך האב ערשט יעצט באמערקט דיין אשכול. ס'איז אייביג אין סיזן צו רעדן איבער דעם מצב.
ס'איז אינטרעסאנט צו באמערקן אז די מענטשן וועלכע פיהרן זיך אזוי אויף לגבי זייערע שכנים וואו זיי וואוינען טוען די זעלבע (בדרך כלל) אין ביהמ"ד און מקוה. ערשטנס. אין מקוה צושפרייט ער זיך. ער פארנעמט לכה"פ 2 פלעצער. נאכדעם נעמט ער 2 האנטוכער. איינס צו טרעטן אויף דעם. פאר זיינע איידעלע פיסעלעך וועלכע קענען נישט שטיין אויפ'ן פלאהר. אויך. איז ער פויל (אדער צו וויכטיג ביי זיך) אז ער זאלל נעמען די געניצטע האנטיכער און זיי אריינלייגן אויף די פלאטץ וואו זיי באלאנגען. אין ביהמ"ד נעמט ער א גלעזל קאווע און גיסט אויס ארום זיך (שטייצעך. נישט בדווקא. נאר פשוט ס'אינטרעסירט איהם נישט.). אבער ער איז דער ערשטער צו שרייען אויב איינער לאזט בשוגג איבער א ליידיג געניצט גלעזל אויף זיין טיש. ספעציעל בין הזמנים. ווען ס'איז דא מערערע בחורים מאכט ער א יעדן טאג א ויצעקו אז זיי מאכן אן א שמוץ...!